דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
ווי באקאנט איז דא א גרויסע דיפערענס צווישן די דרך הלימוד אין די חסידישע ישיבות און די ליטווישע ישיבות, אין חסידישע ישיבות לייגט מען א דגוש אויף בקיאות דהיינו אפילו וואס מ'לערנט בעיון איז מער ווייניגער א בקיאות אין אחרונים... ווידעראום ביי די ליטווישע אין ישיבה גייט אלעס מיט עיון והתעמקות, דאס איז זיכער אז איינער וואס איז דיזיינט פאר בקיאות זאל לערנען בקיאות און די זעלבע פארקערט אויף עיון, די שאלה איז אויף רוב המון עם וואס ווייסן נישט פונקט וואו זיי געהערן, וועלכע דרך הלימוד וועט זיין מער לתועלת, עיון צו בקיאות?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: דרך הלימוד, בקיאות אדער עיון?
איך וואלט געזאגט אז ביי די פערציג געדענקט מען א מחלוקת פון די גמרא ענדערש ווי א חקירה פון ר שמעון שקאפ צו א ר ברוך בער
אבער רוב ליטוואקעס קענען דאס אויך ווייל זיי לערנען די דף היומי (עכ"פ נאך זיי פארלאזן די ישובה)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
אבער רוב ליטוואקעס קענען דאס אויך ווייל זיי לערנען די דף היומי (עכ"פ נאך זיי פארלאזן די ישובה)
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
קל וחומר האט געשריבן:כ'קען זיך נישט אויס אין די חילוקים פון די סאטמערע ישיבות, וואס איך ווייס יא איז אז אין אלגעמיין איז אזוי. אין א ליטווישע ישיבה לערנט מען אין א זמן א צוויי דריי בלאט, בעת וואס אין די חסידישע ישיבות לערנט מען א פופצן צוואנציג בלאט פער זמן.
רוב ליטווישע ישיבות לערנט מען נישט 2 3 דף א זמן נאר 8 9
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
אה, פארגעסן אויסצושמועסן (עיקר שכחתי...) דורך לערנען בקיאות האט מען מער היקף אבער לאו דווקא פארשטאנען גוט פשט אפגערעדט די יסודות, פון די אנדערע זייט עיון האט די מעלה אז מ'האט קלאר ארויס די סוגיא על בוריה אבער מ'יאגט קוים אן.
יעצט די תועלת פונעם לערנען זענען אויך אנדערע, פון בקיאות ווערט מען א ת"ח נישט פון סוגיות, פון די אנדערע זייט די מהלך המחשבה וואס דארף ארויסקומען דורך לערנען איז לכאורה פון עיון דהיינו פארשטיין עומק דבריהם נישט סתם אויבערפלעכלעך אפגעלערנט.
יעצט די תועלת פונעם לערנען זענען אויך אנדערע, פון בקיאות ווערט מען א ת"ח נישט פון סוגיות, פון די אנדערע זייט די מהלך המחשבה וואס דארף ארויסקומען דורך לערנען איז לכאורה פון עיון דהיינו פארשטיין עומק דבריהם נישט סתם אויבערפלעכלעך אפגעלערנט.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
עמעזאן האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:כ'קען זיך נישט אויס אין די חילוקים פון די סאטמערע ישיבות, וואס איך ווייס יא איז אז אין אלגעמיין איז אזוי. אין א ליטווישע ישיבה לערנט מען אין א זמן א צוויי דריי בלאט, בעת וואס אין די חסידישע ישיבות לערנט מען א פופצן צוואנציג בלאט פער זמן.
רוב ליטווישע ישיבות לערנט מען נישט 2 3 דף א זמן נאר 8 9
קען זיין כ'האב עס נישט דורכגעטוען אזוי 'בעיון'... אבער באקאנט איז אז אין ליטווישע ישיבות איז כמעט נישט פארהאן קיין בקיאות.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
אזויווי עמעזאן און לית דין (אופס, ער האקט אז ס'איז גאר פארקערט) שרייבן, ס'איז כמעט נישט קיין חילוק - עכ"פ אין בלעטער צאל - ציווישן די חסידישע שיעור עיון און דער ליטווישער, אפשר אין בית התלמוד לערנט מען בלויז צוויי דריי בלאט, אבער זיי זענען די יוצא מן הכלל.
עכ"פ אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם שמועס, דו האסט דאך געפרעגט פארן המון עם, ביטע זיי בעסער מסביר, דו רעדסט פון א קובע עתים וואס האט די קאפ און זיץ פלייש צו לערנען בעיון?
עכ"פ אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם שמועס, דו האסט דאך געפרעגט פארן המון עם, ביטע זיי בעסער מסביר, דו רעדסט פון א קובע עתים וואס האט די קאפ און זיץ פלייש צו לערנען בעיון?
קל וחומר האט געשריבן:אה, פארגעסן אויסצושמועסן (עיקר שכחתי...) דורך לערנען בקיאות האט מען מער היקף אבער לאו דווקא פארשטאנען גוט פשט אפגערעדט די יסודות, פון די אנדערע זייט עיון האט די מעלה אז מ'האט קלאר ארויס די סוגיא על בוריה אבער מ'יאגט קוים אן.
יעצט די תועלת פונעם לערנען זענען אויך אנדערע, פון בקיאות ווערט מען א ת"ח נישט פון סוגיות, פון די אנדערע זייט די מהלך המחשבה וואס דארף ארויסקומען דורך לערנען איז לכאורה פון עיון דהיינו פארשטיין עומק דבריהם נישט סתם אויבערפלעכלעך אפגעלערנט.
יעדער מיט זיין מעסטער... מען קען פונקט אזוי טענה'ן אז א בקי האט ניטאמאל קיין היקף אויך נישט ווייל ער פלאפעלט סתם (אגב: וואס רופסטו בקיאות? גמרא מיט רש"י אן די לישנא אחרינא'ס? מיט יעדן תוס'? מהרש"א? ישא ברכה?).
איך קוק אהן א בקי אלץ מתמיד (מבלי לגרוע כלום ממדריגתו) ענדערש ווי אלץ תלמוד חכם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
טראכטנדיג איז מיר יעצט איינגעפאלן אז בעצם גמרא איז עיון אין די משניות, ברייתות, מימרות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ריכטיג האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:אה, פארגעסן אויסצושמועסן (עיקר שכחתי...) דורך לערנען בקיאות האט מען מער היקף אבער לאו דווקא פארשטאנען גוט פשט אפגערעדט די יסודות, פון די אנדערע זייט עיון האט די מעלה אז מ'האט קלאר ארויס די סוגיא על בוריה אבער מ'יאגט קוים אן.
יעצט די תועלת פונעם לערנען זענען אויך אנדערע, פון בקיאות ווערט מען א ת"ח נישט פון סוגיות, פון די אנדערע זייט די מהלך המחשבה וואס דארף ארויסקומען דורך לערנען איז לכאורה פון עיון דהיינו פארשטיין עומק דבריהם נישט סתם אויבערפלעכלעך אפגעלערנט.
יעדער מיט זיין מעסטער... מען קען פונקט אזוי טענה'ן אז א בקי האט ניטאמאל קיין היקף אויך נישט ווייל ער פלאפעלט סתם (אגב: וואס רופסטו בקיאות? גמרא מיט רש"י אן די לישנא אחרינא'ס? מיט יעדן תוס'? מהרש"א? ישא ברכה?).
איך קוק אהן א בקי אלץ מתמיד (מבלי לגרוע כלום ממדריגתו) ענדערש ווי אלץ תלמוד חכם.
הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א קוסטו אהן ווי א מתמיד אדער ווי א ת"ח? אדער אפשר ווי א גאון?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ריכטיג האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:בקיאות הייסט געלערנט מתיבתא/שוטנשטיין אן די הערות (מיט רש"י כמובן, אז איינער וויל זיין א בקי אין תוס' מה טוב)
אין וועלעכע חסידישע ישיבה לערנט מען אזוי?
כ'בין געשפרינגן צום אינגערמאן... כ'שטעל זיך פאר אז רוב עולם זענען אינגעלייט...
די געדאנק איז היקוף ווערסוס עמקות.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
ריכטיג האט געשריבן:ער שמ'ט מער מיט זיין התמדה ווי מיט זיין גאונות, און ער איז גראדע נישט קיין קליינער תלמוד חכם כידוע לכל המעיין בספר דרך אמונה.
איך וואלט געזאגט אז רב שטיינמאן שליט"א שמ'ט מער אלס מתמיד (ווי באקאנט האט זיך ר' חיים לעצטנס אויסגעדרוקט אויף אים אז ער איז מחייב די זקנים), און ר' חיים מער אלס גאון ושר התורה.