זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"

דאווענענדיג אין ביהמ"ד כאפט זיך מיר אריין פון צייט צו צייט רחמנות געפילן אויף די צדקה גייער'ס. ער קלעטערט זיך ארום אין היצן, שנייען, רעגן, פרעסטן, שעות נאכאנאנד. בנוסף צו די שלעפערייען פון איין שול צום צווייטן, קאסט עס אים א שיין פעקל בזיונות, ער שטייט און איז זיך מבזה פאר יעדן טלית איינגעוויקעלטער מיט זיין נוסח "איך מאך חתונה א קינד" און קען ווארטן א האלבער מינוט פאר 25 קאפיקעס. פאר א פאנדרעיזער איז עס נישט אזוי שווער, אבער פאר דער נצרך וואס בלית ברירה שינד ער אראפ פון זיך די 'ס'פאסט מיר נישט' מאסקע, און טוט זיך אן די בעטלער קליידער לויפן פון שטיבעל צו שטיבעל. איז די בזיונות גאר שטארק.
למעשה, קען מען נישט אפיהרהאלטן קיינעם. נאך אלעם, גייען אדורך צענדליגער געלט גייער'ס טאג טעגליך, און ס'שווער צו געבן פאר יעדן איינער לפי מצבו, במילא יעדער האט זיך שוין בערך די רוטין, פאר א בחור א קוואדער, סתם א זעקל צען צענט, רב שניטצלער, א דאלער, וכו. און אפילו די וואס געבן גארנישט און קנייטשן מיט די פלייצעס איז קיין תביעה פארהאן, און אפי' פארשטענדליך אזא התנהגות, צו האט ער נישט, צו ווייל זיי געבן צדקה דורך אנדערע אופנים.
אבער וואס עס טוט יא וויי, איז ווען די איגנארירסט אים. די מאכסט זיך ווי די באמערקסט נישט, די פארוויקעלסט זיך אינטערן טלית, פארטיעפסט זיך אינעם סידור'ל. די מיינסט ער איז א אטומאטישער ראובאט וואס די איגנארירסט? ער איז א מענטש מיט געפילן, א 'יומען בואינג', ער איז נישט קיין שמאטע.
יעצט חנוכה, הינדערטע קינדער גייען נאך געלט, דער מיט א פושקע און דער מיט א 100% געווינס... פון א תזכה למצוות.
מילא א יונגערמאן וואס גייט נאך געלט, אפי' די איגנארירסט אים, פארשטייט ער כאטש, פארוואס די פירסט זיך אזוי אויף. דער קינד אבער, פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, ער שטייט מיט אן אויסגעשטרעקטער האנט און שאקעלט פאר א האלבער מינוט, און די קוקסט אינעם חלל אריין... ער מיינט דו זעסט אים נישט שאקעלט ער שטערקער, און אז די שטעקסט דיין האנט נעבן גארטעל מיינט ער אז, אה, דו האסט שוין ענדליך געכאפט, אזוי גייט עס ביז ער איז זיך מייאש אויף דיין ניקעל, אדער די ווארפסט אים צו א שארפן בליק ווי צו מודיע זיין; די נאסער פעיגער זאטל דיר אפ!
ווען איך בין געווען א קינד, און איך פלעג גיין נאך געלט, נאך איינער פלעגט מיר איגנארירען פלעג איך זיין פארביטערט און פארברויזט, איך האב פאנטאזירט אז ברוב הימים ווען איך וועל זיין א גביר (צוזאמען מיט די פייער לעשער און שקאץ קאר וואס איך גיי קויפן) און דער שלעכטער גייט גיין נאך געלט, גיי איך אים אזוי איגנארן אז ער וועט פלאצן... קוקט אויס מחמת ריבוי הנרשמים געדענק איך שוין נישט וועם איך דארף אלטץ אפצאלן.
ברודער, די ווילסט נישט געבן קיין געלט, נו, ס'איז בידך.
דו קענסט כאטש טון צדקה אפי' מיטן נישט געבן. ווען א יוד קומט צו דיר נאך געלט ובפרט א קינד וואס פארשטייט נישט געהעריג אונזער רוישיגע וועלטל, מאך זיך וויסענדיג פון אים, ענטפער אים מיט א האנט דריי, א פלייצע קנייטש, ער איז נישט קיין דאמי, ער קומט אפשר פון ערד אבער איז נישט קיין ערד, ער איז א מענטש מיט געפילן, האלט אים מיט זיין מענטשליכן ווערד.

- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אוי גיסטו אויל אויף מיין פייער
מיר מיזן די טייערע קינדערלעך געיבן א שרעקליכן עטיטוט, בכדי זיי אויסלערנען אז שנארן איז נישט קיין עסק,
ווען מיר זאלן געיבן פארן קליינעם געוואגטן אינגעלע, וואלסטו וועין אויסגעוואקסן מיט חלומות צי זיין א גרויסע געוואגטע שנארער, ני איז וואס אז דיינע חלומות זענען געגאנגען צי וואקסן א גרויסע עושר.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אוי זאגסטו גוט. און נאך מער איז דאס ווען פונקט ווען דער געלט גייער שטרעקט אויס די האנט, דארף מען דאן ארויסשלעפן דעם טעלעפאון פון טאש, און יענער מיינט נעבעך אז מען זוכט אויף א קוואדער...
איך האב אמאל געשריבן איבער דעם ענין ווי אזוי אויפצונעמען א צדקה זאמלער. viewtopic.php?f=24&t=6063

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
זייער א ריכטיגע נקודה הרב געוואגטער,
מ'קען די סוגיא פארברייטערען צו אנדערע זאכן אויך, ס'איז דא מענטשען וואס ווען ס'קומט אריין פאון קאל וואס פארשפרעכט צו זיין אומבטעמ'ט, דריקן זיי אראפ דעם ignore קנעפל און ער פרובירט צו פארגעסן אז יענער האט אפי' גערופן,
איגנארירן א מענטש איז פון די מיאוסט'ע התנהגות א מענטש קען טאן, ווען די איגנארירסט איינעם ליגט אין דעם א סטעיטמענט 'דו ביסט נישט ווערט מיין אויפמערקזאמקייט',
----------------------------------------------
אגב מעג מען אויסלערנען די קינדער אז ווען זיי שטייען אין די רייע צו קלאפן מיט די פושקע אין סמעדרעש, און זיי זעען ווי דער אינגעל פאר זיי האט באקומען א ליידיגע האנט, האט נישט קיין פשט צו צוגיין מיט א פרישקייט צדקה נאר צו קענען נאכמאל זוכה זיין א בליק צו טאן אויף יענעמ'ס פריש אויסגעשטרעקטן האנט

- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך בין מיט יעדן בדעה אחת אז עס קריכט אויף די נערוון; אבער אלה הצאן מה חטאו, סך הכל טוען זיי בלויז וואס מען האט זיי באפוילן,
גלייבטס מיר איך ווער גוט נערוועז פון די געלט גייער (פאר מער דרוקט דא), אבער מיר ווילן דאך אויסלערנען די קינדער צו פאלגן וואס מען הייסט.
דאס בעסטע איז זיך צו פארשאפן א זעקל פעני'ס, רובא דרובא קלענערע קינדער ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם און זיי וועלן זיין צופרידן מיט סיי וועלכע מטבע.

וירח ה' את ריח הניחוח
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
היינטיגע קינדער זענען שוין נישט אין שנארען אזוי ווי אמאל,
מיין זין האט געדזשוינט די אויל אינדאסטרי
ער פארקויפט אויל פאר די מאסע, און וועט באקומען א פאקסי פאפ ווען ער פארקויפט א טרעילער שמן זית זך
מיין זין האט געדזשוינט די אויל אינדאסטרי
ער פארקויפט אויל פאר די מאסע, און וועט באקומען א פאקסי פאפ ווען ער פארקויפט א טרעילער שמן זית זך
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
געוואקטער, דו ביסט א תופס מחשבה, ממש דאס האב איך געקלעהרט היינט 'דערפרי, קוקענדיק ווי פיהל מענטשען [וועלכע זענען שוין 'סיק און טייערד' פון מאכען יעהדע מינוט נאכאמאהל צו ווייזען 'אין לי'] און קוקען אויף די בחור'לאך און קינדערלאך ווי זיי וואלטען געוועהן עפעס א לאך אין וואנט, נאך ווינציקער ווי ווען א מורישקע קומט צו קריכען אונטער די פיס, מ'קען מקיים זיין חסד אויב נישט צדקה מיט גיבען יענעם א ברעקעל רעספעקט אלץ א יומען ביאינג.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ביסט גערעכט, אבער נאר האלבוועגס.
למעשה איינער וואס האט נישט, שעמט זיך שטארק צו שלעפען די אקסעל און זיך אנטשולדיגען פאר'ן נישט האבען. ובפרט ווען דער וואס קומט נאך געלט איז נישט קיין ארימאן, נאר א קינד וואס מ'האט מאלעסטירט צו גייען פאר עפעס א מוסד וואס עגזיסטירט נישט כדי די רבינ'ס גבאים וועלען האבען צו לעבען. אדער איינער וואס רעדט זיך איין אז דורך מוטשענ'ן די מענטשהייט קויפט ער איין עוה"ב, און זאלען אלע צופלאצט ווערען פאר זיין עוה"ב יאגאכץ. און שטייט דארט א יונגערמאן וואס פלוצלונג איז געפאלען אויף איהם א צען טויזענט דאללארדיג'ע ביל פון טעראפ"י פאר א קינד, און צו ענדיגען דער חודש קען ער קוים אפילו אן דעם, און ער ווייסט נישט צו ער וועט נאך אנהאלטען זיין דזשאב, און דא קומט מען נאכאנאנד אונטערשטרעכעלען זיין צרות. ער מוז געדענקען נאכאמאל און נאכאמאל וואס פאר א שלעמאזעל ער איז. נישט גענוג אז זיין ווייב האלט אין איין דערמאנען, נישט גענוג אז זיין קעשענע איז טאקע לער, נישט גענוג אז זיין נערווען ציען זיך אן ביז תולה ארץ פאר'ן שווערע קשיא 'כסף מנלן', נישט גענוג אז די מוסדות פאדערען זייער 'הכרת הטוב' אויסקוועטשען, דארף ער נאך זיין די שלעכטער אויך?!
כי יעמוד לימין אביון, אז דער אויבישטער שטייט לעבען יעדער ארימאן גייט אויפ'ן אמעריקאנער מענטש אויך, נישט נאר אן איזרעל"י וואס קומט דא יאר נאך יאר אויף חתונה צו מאכען, און נישט נאר אויפ'ן תימנ'ער וואס האט אן עקסטער חן ווייל ער איז פון תימן און...... יא, דער אמעריקאנער ארימאן האט אויך דער אויבישטער מיט איהם, און זיין כבוד איז אויך וויכטיג.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דער אמעריקאנער ארימאן האט אויך דער אויבישטער מיט איהם, און זיין כבוד איז אויך וויכטיג.
איך זע נישט די כבוד וואס שטעקט אין איגנארירן א מענטש, און אפילו א קינד.
דאס דרייען מיט די האנט צייגט לאו דוקא אז ער האט נישט קיין געלט, עס מיינט פונקט אזוי אז ער וויל נישט געבן פאר דעם צוועק. דאס איז בכלל נישט קיין בזיון.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"
אבער ער ווייסט פארוואס ער דארף איהם אפזאגען, און איהם שטעכט עס יעדעס מאל. ווען ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, קען ער זיך אליינס איינרעדען אז ער האט איהם נישט געזען.
איך טוה עס נישט. איך האב אפאר מאל ארומגענומען משולחים און איך ווייס דער צער פון ווערען איגנארירט. אבער דער בליק כאילו מ'רעדט פון אן עשיר א בעל גאווה וואס קוקט אראפ אויפ'ן שנאררער איז אפט נישט אין פלאץ. אפט האנדל'ט זיך א פארקערטע מעשה
איך טוה עס נישט. איך האב אפאר מאל ארומגענומען משולחים און איך ווייס דער צער פון ווערען איגנארירט. אבער דער בליק כאילו מ'רעדט פון אן עשיר א בעל גאווה וואס קוקט אראפ אויפ'ן שנאררער איז אפט נישט אין פלאץ. אפט האנדל'ט זיך א פארקערטע מעשה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"
א לימוד זכות: די אידן וואס איגנארירן זענען זייער נזהר אין שקר ממילא ווילן זיי נישט דרייען מיטן האנט וואס דאס צייגט אז מהאט נישט ווען למעשה האבן זיי דאך יא, ווידער זאגן אז כהאב און כהאלטעך נישט ביים געבן ווילן זיי נישט מצער זיין דעם קאלעקטער, ממילא האבן זיי נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו איגנארירן.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אבער ער ווייסט פארוואס ער דארף איהם אפזאגען, און איהם שטעכט עס יעדעס מאל. ווען ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, קען ער זיך אליינס איינרעדען אז ער האט איהם נישט געזען.
אבי געזונט! מילא ווען ער איז זיך משתמט פון באגעגענען דעם משולח איז פארשטענדליך, אבער ווען דער געלט גייער שטייט אין פארענט פון אייער פרצוף און איר וויקעלט אייך איין אין א ספאנטאנער התלהבות איז דאס לויטער שלעכט. דער התלהבות כאפער רעדט 'זיך' נישט איין פאר איין רגע אז דער משולח כאפט נישט וואס עס גייט פאר. און דער משולח ווייסט אויך פון סאטמארער רב'ס א בדיחה, אז דער משולח דערמאנט פאר דער נותן אז ער זאל זיך פאר'דביקות'ן...
ביי קינדער איז עס נאך אסאך מער, דארט איז קיינמאל קיין בושה צו דרייען מיטן האנט. איינער וואס טוט אזוי, בפרט איינער וואס טוט עס בעיקר ביי קליינע, ווייזט ער קאנטשעס צו סאב-קאנטשעס אז דער קינד איז מינדערוויכטיג, און איז נישט ווערט קיין התיחסות.
גראדע, צו אלעם איז אן התייחסות צום קינד נאך פראקטיש אויך, אנשטאט דער יונגעל קוקט אויף אייך ווי דער האן אין בני אדם און איר קוקט ווי א האן אינעם חלל אריין... (וואס האלט אייך וואך צום פאקט אז איר האט/געבט נישט) און עס געדויערט צומאל פאר א האלבער מינוט, בשעת די ווארטסט אומגעדולדיג צו קענען אויפהערן קוקען אינעם חלל. קענסטו עס פארשפארן מיט א [פארלאנגטער] מענטשליכער התנהגות.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"
די פראבלעם איז נאכמער די פריש געבוירנע געלד גייערס ווייסן ניטאמאל וואס דאס מיינט דרייען מיט די הענט אדער א שאקל מיט די אקסעל ער בלייבט שטיין פאר 5 מינוט מיט א אויסגעשטרעקטע הענט.
אגב פארוואס טאקע זאל זיך נישט יעדער אינגערמאן איינהאנדלן א פעקל ניקלס אין טיילן פאר אלע קינדער.

דאס מענטשעלע שפילט........
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
Re: זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"
אונז זעמיר שוין פונעם אינגען דור, וואס מען האט שוין איינגעשפאנט צו גיין נאך געלט, און איך געדענק וויאזוי מען האט זיך אויפגעפירט צו מיר, פרוביר איך זיך פאר אנדערע צו אויפפירן מענטשליך, פאר א קינד געב איך עפעס, אדער זאג איך עם קלאר, טייער קינד אייעם סארי אבער כהאב נישט יעצט, טוהסט א גרויסע מצוה, כאטשיג צו מקיים זיין דעם והמפייסו.
ובזה יצאתי
ובזה יצאתי
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: זיי א בעל צדקה מיטן זאגן: "איך האב נישט"
מיין האנט טוט אזוי וויי פון דרייען … אגאנצן דאווענען האב איך געהאלטן אין איין דרייען… דיין שולד געוואגטער…
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
- געפינט זיך: אין אנטארטיקע
- האט שוין געלייקט: 144 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל
געווענליך ווען איך זע די "זייט א %100 געווינער" סלאגאן אויף א ראפעל, זיך איך אויף אין שול א געקויפטע ראפעל אדער גיי איך צו דער מענטש וואס גייט ארום נאך געלט און פארקויפט די נייטרא ראפעל, און איך בעט די געלט אויפן פלאץ, אויב בין איך א זיכערע געווינער איז דאך די געלט אדער חפץ מיינס, איז פארוואס ארומשלעפן ביז ר"ח אדר ב, תשע"ז, געב מיר עס יעצט און פטור אן עסק, זאגסט דאך ממילא אז איך בין א זיכערע געווינער.
איך ווייס אז דאס איז גארנישט מער ווי א נארישע סלאגאן, וואס קיינער גלייבט נישט אינדעם ממילא, אויב געט מען צדקה איז אלס צדקה אויס און צו געווינען עפעס איז גאר א נידריגע טשאנס, אבער מיטדעם אלעם דארפן די מוסדות און שנארער קאמפיינערס שרייבן אמת און נישט פארקויפן שטותים פארן עולם.

ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל