דער ניק הגאון אויף אייוועלט האט געשריבן:ב"ה
איך בין באמת נישט דער וואס דארף זאגן און שרייבן די דיבורים, דאס דארף באמת זיין די רבנים, בעלי דרשנים, בעלי מוסר והשקפה, אבער בבחינת במקום שאין איש השתדל להיות איש האב איך געוואלט אראפשרייבן מיינע מחשבות וואס דרייען זיך ביי מיר אין קאפ, אפשר וועט דאס אויך צוניץ קומען פאר א צווייטן.
מיר אידן זענען מאמינים בני מאמינים, אז אלעס ווערט געפירט פון הקב"ה און מיר דארפן דאס אפילו נישט פארשטיין. אזוי אויך ווייסן מיר אז עס עקזעסטירט בכלל נישט אויף די וועלט קיין שום מקרה, און דאס אז פאר דריי יאר צוריק -- און אזוי אויך היי יאר -- איז די ביטערע נייעס געווען אין די וואכן וישב מקץ, ווען מיר ליינען און לערנען אין די סדרה די מעשה פון יוסף הצדיק איז נישט קיין צופאל, נאר הקריאה מעורר הזמן, אוודאי פארשטייען מיר נישט פונקטליך וואס די שייכות איז, אבער אפי' א בלינדער קען זען אז דאס איז די זעלבע בלבול וואס איז געמאכט געווארן אויף יוסף הצדיק, און פונקט ווי דארטן איז געווען קלאר אז די מעשה איז נישט אמת (עיין באריכות בילקוט מעם לועז) אזוי אויך דא איז נישט דא קיינער וואס האט אפי' א ספק צו עס ליגט דערין א שמץ אמת (ואכמ"ל).
ליידער נעכטן האב איך -- אזוי ווי אלע ערליכע אידן -- געכאפט א גוטן פאטש נאכדעם וואס מען האט געמיינט אז אפשר וועט אריינקומען גוטע נייעס.
אבער נאכדעם וואס איך האב מיר איבערגעקלערט וויאזוי א איד דארף האלטן זיינע מחשבות אין אזא צייט, איז מיר ארויפגעקומען די באקאנטע רש"י אז וויבאלד יוסף הצדיק האט געזאגט פארן שר המשקים כי אם זכרתני אתך, האט מען אים מוסיף געווען נאך 2 יאר, פרעגט די וועלט א קשיא צו טאר מען דען נישט טוען השתדלות, פארוואס קומט זיך נאך 2 יאר תפיסה דערפאר?
האב איך געהערט עטליכע יאר צוריק א תירוץ, אז אוודאי מעג און מוז מען טוען אלע סארט השתדלות וואס איז שייך, אבער מען טאר זיך נישט פארלאזן אז דאס איז די ישועה. מען דארף וויסן בבחינת יגעת ומצאת תאמין, וואס דער הייליגער ישמח משה פרעגט אויב איז געווען יגעת האסט זיך געפלאגט, פארוואס שטייט מצאת, מען האט דאס נישט געפונען, מען האט זיך דאך געפלאגט דערפאר? זאגט דער הייליגער ישמח משה אז יא, מען פלאגט זיך אויף איין זאך און שפעטער מצאת, די ישועה קומט פון א צווייטן ריכטונג, אבער השתדלות מוז מען טוען אפי' די ישועה וועט קומען פון ערגעץ אנדערש, לא יגעתי ומצאתי אל תאמין.
די זעלבע ביי יוסף הצדיק, לפי גדלותו האט ער זיך צופיל פארלאזט אז די השתדלות וועט אים ברענגען די ישועה, און דאס איז געווען די פגם, אבער אוודאי דארף מען טוען השתדלות.
צום ענין, די פאטש וואס מיר האבן נעכטן געשפירט איז געווען ווייל מיר האבן געקלערט אז די ישועה וועט קומען פון די אפעלאט געריכט, אודאי האט מען געלייגט האפענונג און געטוען אלע השתדלות וואס מען איז מחויב צו טוען, אבער מיר גלייבן ווייטער אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט היינט פון נעכטן, און דער בוכ"ע קען פונקט אזוי אים אויסלייזן [בתוך שאר אסורי ישראל] היינט ווי נעכטן, און אז מיר וועלן דאס חזר'ן באמונה שלימה, און מתפלל זיין ווייטער אן קיין יאוש. אוודאי איז מען מחויב צו טון ווייטער השתדלות, איז זיכער אז די ישועה וועט אנקומען גאר שנעל, ווייל ווען עס קומט די ריכטיגע מינוט, איז עס וירצוהו מן הבור, מיט א שנעלקייט.
אוודאי טוט זייער וויי צו זען און הערן ווי די פושעי ישראל פאטשן זיך די בויך פאר שמחה, אבער מיר דארפן וויסן אז ליידער איז דאס נישט קיין נייע זאך, אזוי איז געווען אין אלע דורות, שלא אחד בלבד וכו', און מיר ברויכן זיך נישט צו טון מאכן פון זיי און נישט קוקן און ליינען וואס זיי שרייבן און זאגן, ה' הוא מלכנו ולו אנו עבדים.
עס וואלט כדאי געווען אדורך צו לערנען דעם רבינו בחיי די וואך אנהייב סדרה. שטארקע דיבורים אינעם ענין פון בטחון.
איך וויל מסיים זיין מיט א שיינע זאך וואס איך האב געהערט פון הרה"ג ר' אפרים וואקסמאן שליט"א. עס איז פארהאן אסאך סארטן זאכן וואס מען קען טון מיט פייער, צב"ש קאכן, באקן, הייצן, מאכן ליכטיג, א.א.וו. די אלע פייערס צינדט א מענטש אן פאר זיך זעלבסט צו נוצן. אבער עס איז פארהאן א געוויסע סארט פייער וואס א מענטש צינדט נישט אן פאר זיך צו נוצן, נאר פאר צווייטן אים צו זען, למשל ווען א מענטש ווערט פארלוירן אין א טונקעלן וואלד, און מען דרייט זיך ארום אים זוכן, צינדט ער אן א ליכט צו ווייזן אויף דערווייטענס, דא בין איך! קום נעם מיר אהיים.
חנוכה ליכט צינדן מיר אן נישט צו נוצן פאר זיך, אין לנו רשות להשתמש בהם, נאר פארוואס דען צינדן מיר דאס אן, אלא לראותם בלבד, אז מען זאל אונז קענען זען, און מיר שרייען צום באשעפער קוק דא אינעם טונקעלן גלות, דא בין איך! קום נעם אונז אהיים.
לאמיר זיך אלע מחזק זיין און געדענקען אז דער אויבערשטער קען און וועט העלפן, נישט אינעם פארפוילטן אמעריקאנעם דזשאסטיס סיסטעם איז אונזער בטחון, אשרי הגבר אשר שם ה' מבטחו וכו'.
א פרייליכן חנוכה!