אוי חנוכה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארף טאקע איין מאל פאר אלע מאל אויסראטען די שמוציגע מנהג וואס די מוסדות ה'חינוך' האבען איינגעפיהרט פון שיקען די קינדער זאמעלען געלט פאר זיי. דאס איז נישט די אריגינעלע מנהג, כמבואר בפוסקים און ס'איז א געפערליכע ערשיינונג. מ'דארף אויסרופען אז דער מוסד עגזיסטירט פאר די קינדער נישט די קינדער פאר די מוסד און דאס שיקען די קינדער צו מוטשען זייערע משפחה און שכנים, אריינפלאנצען אין די קינדער חוצפה כאילו זיי זענען גלייך מיט זייער פעטער'ס, אריינפלאנצען א חמדת הממון אין די קינדער, דאס אוועק גנב'נען די היים חינוך פון די עלטער'ן און האלטען פאר די מוסד און אריינלאזען די קינדער אין די נסיון פון גזילה איז נישט קיין חינוך און מיר האלטען נישט דערביי.
אז א פאר טאטע'ס וועלען זיך צוזאמען נעמען און נישט צולאזען זייער קינדער ארומגייען און נישט געבען פאר די שכנים און פלעמעניק'ס קיין דאללאר, וועלען אנדערע זיכער זיך צוכאפען. היינו האבען די מוסדות די איבערהאנד ווייל זיי ווענדען זיך דירעקט צום קינד מיט פרייזע"ס ועוד, אבער ווען מיר וועלען זיך קעמפען, בעזרת ה' נעשה ונצליח, ולה' הישועה. כולנו למערכה, באסעס אויף בעדפארד אוו.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:10 am
- האט שוין געלייקט: 36 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אליבא דאמת האט געשריבן:פרישער האט געשריבן:שיינע רעבישע ניגון
איינער זאגט מיך אז דאס איז פון א ספר אויף דעם סטייפלער.
האסט געמיינט אז נאר די חסידים קענען זיין משוגע, הא.....?
טאמער ס'איז דער סטייפלער, איז דער שרייבער הרב הורביץ ז"ל. ער איז נישט נאר פון א חסידישע אפשטאם, נאר ער שרייבט אויך אז פון דעם אז דער חזו"א האט איהם נישט דערווייטערט איז א ראיה אז דער חזו"א איז נישט געווען קיין מתנגד....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: אוי חנוכה
צחקתי כי שכחתי
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דער דאס האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:הפך בה והפך בה, רבותי.
לייענטס דאס איבער יעדע יאר!
לכבוד חנוכה הבעל"ט.
אויספלאץ גאראנטירט..
לאמיר האפן אז בזכות וואס מיר זענען חוזר וניעור דעם אשכול מיט א אתערותא דלתתא, וועלן מיר זוכה זיין צו שפתותיו דובבות און הערן נאך אביסל פון די טייערע דברי צחות אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:דער דאס האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:הפך בה והפך בה, רבותי.
לייענטס דאס איבער יעדע יאר!
לכבוד חנוכה הבעל"ט.
אויספלאץ גאראנטירט..
לאמיר האפן אז בזכות וואס מיר זענען חוזר וניעור דעם אשכול מיט א אתערותא דלתתא, וועלן מיר זוכה זיין צו שפתותיו דובבות און הערן נאך אביסל פון די טייערע דברי צחות אמן.
שמעקעדיג: רוח הקודש הופיע בבית מדרשו...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אוי איז דאס פיין, דאס איז ממש פונקט וואס כ׳האב יעצט געדארפט אוועקצונעמען אביסל די חנוכה׳דיגע אומעטיגקייט.
און אז מ׳רעדט זיך שוין יא אפ לאמיר שוין צולייגן מיינע צוויי צענט, כ׳מיין אז חנוכה איז דער איינציגסטער יום טוב וואס כ׳פיל נישט קיין שום טעם דערין, ס׳אינטערעסירט מיר ווייניגער פון קראצמעך און סאנטא קלאוס, כמעט וואס איך איגנאריר עס. די גאנצע יום טוב מאכט נישט קיין סענס פאר מיר, מ׳פייערט א יום טוב וואס איז א דירעקטע קאפי פעיסט פון די גריכיטשע Saturnalia (וואס איז אויך די טאטע פון די קריסטליכע קראצמעך און נאך) צו באצייכענען א זיג איבער די גריכן, אפילו די מעשה מיט די מלחמות און די אויל זאל זיין אמת פון אנפאנג ביז׳ן סוף האט עס נישט קיין פשט. נאכדעם איז דא די משוגעת פון די שמן זית, הערסט א מעשה? שבת ווי ס׳יא דא א שיטה אין משנה אז מ׳דארף צינדן דוקא שמן זית באגנוגט מען זיך מיט חלב לעכט, פונקט חנוכה וואס ס׳שטייט קלאר אז מ׳קען צינדן מיט וואס מ׳וויל פונקט דארט האט מען זיך ארויפגעכאפט אויף די שמן זית. אה, ס׳איז צו דערמאנען די נס וואס איז געשעהן מיט די שמן זית, מיינסט טאקע אז די גמרא האט נישט געוואוסט דערפון? קאם אן. איך געדענק נאך אלץ קינד ווען מ׳פלעגט זיך מוטשען אויסצואוואשן די גלעזלעך נאך חנוכה, פארשטייט זיך אז מ׳האט יעדעס יאר געדארפט קויפן פרישע ווייל אלץ האט זיך איינס צוקראכט. מ׳פלעגט לויפן אין ספרים סטאר ערב חנוכה זוכן א גלעזל אבער וואונדער איבער וואונדער, די לויזע גלעזלעך פלעגן אלץ זיין אן אנדערע שעיפ ווי די סעט, אויס מורא אז ס׳וועט אויסזעהן מאדנע האט מען צום סוף סייווי געדארפט קויפן א נייע סעט, מיט די צייט האט מען אנגעפאנגען לכתחילה אוועקווארפן די שמוציגע גלעזלעך נאך חנוכה, א שאד די פאטשקע און מיה, היינט זעמער שוין נאך קלוגער און מ׳צינדט מיט נארמאלע ווייסע פאראפין לעכט, פארשטייט זיך אז די אורות זענען פונקט אזוי (נישט) דא ווי פריער.
נאכדעם איז דא די משוגעת פון צינדן אין די ערשטע האלבע שעה נאכ׳ן צאת הכוכבים, און פארשטייט זיך אז מ׳דארף דאווענען מעריב בעפאר אלץ תדיר ושאינו תדיר. איך געדענק נאך די געדרענג ביי די געפאקטע מנינים מיט די מקווה פאות וואס זענען ממש א סגולה צו שפירן די חשכות הגנוז בחוש, ברוך השם אז איך האב דאס שוין נישט בייגעוואוינט א שיינע פאר יאר, ס׳פעלט פשוט נישט אויס, אז ס׳פארגלוסט זיך א מעריב׳ל קען מען אלץ דאווענען נאכ׳ן צינדן. און צו וואס דארף מען בכלל צינדן אנפאנג נאכט? איך צינד ווי א רבי ווען ס׳פאקט מיר אן, און ווען כ׳האב באמת נישט קיין נערוון קלונג איך אריין אין שטוב אז מ׳זאל צינדן אין מיין אפוועזנהייט. קלוג האבן די קריסטן געטוהן אז זיי האבן אויפגעטוישט די אלטמאדישע לעכט פאר לעקטרישע לעמפלעך, מ׳צינדט דאס איין מאל אן פאר יום טוב און ס׳ברענט אלע אכט טעג, ממש ווי די מנורה אין בית המקדש, און ס׳איז אויך א גרויסע הידור אין פירסומא ניסא... נאך א קלוגע זאך וואס אונז וואלט זיך געמעגט לערנען פון זיי איז דאס אינגאצן איגנארירן די מיטעלסטע טעג יום טוב, זיי פראווען נאר דעם ערשטן טאג און דעם אכטן טאג, און די אלע טעג אינצווישן און שפעטער לאזט מען פאר די שמייליגע מאנקס אנצופילן די ליידיגע צייט, די המון עם האט וויכטיגערס צוטון.
נאכדעם איז דא די חנוכה ניגונים, איך פיל מיך ווי אזא שוטה זיך אויסגארגלענדיג ״דחה אדמון בצל צלמון״ אויף א קריסטליכע קירכע געזאנג, כ׳האב געטראכט עס אויפצוטוישן אויפ׳ן סקולענער ניגון אבער למעשה האב איך עס אינגאנצן אויפגעהערט זאגן, איינער קען מיר אפשר מסביר זיין וואו אגגי בן המדתא און חיל פרעה קומען אריין ביי די חנוכה לעכט? ס׳זעהט מיר ענדערש אויס ווי א פורים ליד וואס מ׳האט בטעות אריינגעדרוקט אין סידור א פאר פעידשעס פריער. נאכדעם איז דא די ניגונים וואס מ׳זינגט ביים רבי׳ן חנוכה, זיי האבן אן עקסטערן סגולה ארויסצונעמען יעדעס טראפל לעבנסלוסט פון א מענטש אלע ניגונים איינס מער דיפרעסינג פונעם צווייטן.
און די עיקר לאמיר נישט פארגעסן, די גאנצע יום טוב האט מען דאך מתקן געווען להודות ולהלל פאר א מעשה וואס איז געשעהן פאר 2,000 יאר צוריק וואו מ׳האט באזיגט די מתיוונים פאר אפאר יאר, די נעקסטע דור זענען שוין די חשמונאים אליינס געווארן מתיוונים, און ארום דריי הונדערט יאר שפעטער איז שוין געשטאנען א טעמפל פאר׳ן גריכישן גאט Jupiter אויפ׳ן מקום המקדש, שפעטערדיגע רבנים ווי רב סעדיה גאון און דער רמב״ם זענען געווען הייסע חסידים פון גריכישע פילאזאפיע, ואכתי עבדי אחשורוש אנן... אויף וואס פונקטליך דאנקט מען? #אלטערנעטיוו יוניווערס. די חנוכה׳דיגע הלל האט א טעם ווי די קינות אום תשעה באב, ס׳פילט זיך ממש ווי א יון אין די חנוכה... רבת את ריבם דנת את דינם, און די עיקר האט מען פארגעסן, די פלעשל שמן זית מיט׳ן זיגל פונעם כהן גדול, אדער איז עס גארנישט קיין צופאל...
און אפראפאס חנוכה פארטיס, ס׳איז די איינציגסטע זאך פונעם יום טוב אויף וואס איך קען אפשר זאגן אז איך קוק ארויס, די קינדער ווייסן שוין אז איך בין דער שלעכטער פעטער פון וועם מ׳זעהט נישט ארויס קיין פרוטה און מ׳לאזט צורוה, איין נאכט האט זיך איינער אריינגעגאנבעט אין מיין קאר און געטראפן א ניקל, כ׳האב איהם עס געלאזט האלטן און ער איז געווען פרייליך ביז׳ן הימל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: אוי חנוכה
איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען. וואו געשמאק און זאפטיג דו לייגסט עס אראפ, איז עס דאך איבערגעפילט מיט לופטיגע צושטעלונגען וואס האבן נישט קיין שום באזע אין רעאליטעט.
א. חנוכה איז בכלל נישט דומה צו saturnalia , וואו די גמרא זאגט קלאר איז חנוכה דייקא להודות ולהלל נישט פארן זיך לאזן וואויל גיין לאומת וואס saturnalia פלעגט מען הוליען.
נאך מער, מ׳קען מיינען דו ביזט אויפגעקומען מיט דעם קאפשטיק אז די ׳גריכישע׳ יו״ט איז אין די טעג. אבער קודם כל, דאס איז בעצם א ׳רוימישע׳ חגא פאר די רוימישע אגריקולטור אפגאט ׳סאטורן׳, וואס די גריכישע האבן דאס שפעטער אנגענומען. צווייטנס, די משנה אליין אין עבודה זרה ברענגט שוין וועגן דעם ׳סטרנורה׳. זיי האבן אויך געוואוסט פון דעם חגא צו זאגן, זיי האבן געוואוסט אז דאס האט דארנישט מיט חנוכה.
די ׳דמיון׳ איז מעגליך אבער יא ביי דעם ענין פון קארטן וואס ביי סטרנורה איז אויך געווען א מצב פון געמבלעריי אין קאנטראסט צו די די שטרענגע אנטי-געמבלינג פארשריפטן פון יענע קולטורן. אבער דאס איז נישט קיין ׳מצוה׳ פון חנוכה און אדרבה ווארשיינליך איז דאס טאקע יא געקומען פון די גויים.
אבער, צו טרעפן אזאלעכע קליינע דמיונות דארף מען נישט קריכן ביז רוים. רעד פון די חנוכה פרעזנטס וואס דאס קומט קלאר פון די קריסטליכע מנהגים וכו.
ב. די קראצמעך לעכט/לעמפלעך זענען ממש א נייע אנטוויקלונג וואס איז נישט געווען פאר די 1700 יארן בכלל און אפי׳ דעמאלטס האט זיך עס הערשט אנגעהויבן נאר ביי די בעסערע מענטשן.
ג. ועוד, אבער וויפול עקפעקט איר מיר זיך איבערצורייסן אפצופרעגן א דשאוק?
אבער חוץ מזה, שכוח רביה״ק פארן משמח זיין
א. חנוכה איז בכלל נישט דומה צו saturnalia , וואו די גמרא זאגט קלאר איז חנוכה דייקא להודות ולהלל נישט פארן זיך לאזן וואויל גיין לאומת וואס saturnalia פלעגט מען הוליען.
נאך מער, מ׳קען מיינען דו ביזט אויפגעקומען מיט דעם קאפשטיק אז די ׳גריכישע׳ יו״ט איז אין די טעג. אבער קודם כל, דאס איז בעצם א ׳רוימישע׳ חגא פאר די רוימישע אגריקולטור אפגאט ׳סאטורן׳, וואס די גריכישע האבן דאס שפעטער אנגענומען. צווייטנס, די משנה אליין אין עבודה זרה ברענגט שוין וועגן דעם ׳סטרנורה׳. זיי האבן אויך געוואוסט פון דעם חגא צו זאגן, זיי האבן געוואוסט אז דאס האט דארנישט מיט חנוכה.
די ׳דמיון׳ איז מעגליך אבער יא ביי דעם ענין פון קארטן וואס ביי סטרנורה איז אויך געווען א מצב פון געמבלעריי אין קאנטראסט צו די די שטרענגע אנטי-געמבלינג פארשריפטן פון יענע קולטורן. אבער דאס איז נישט קיין ׳מצוה׳ פון חנוכה און אדרבה ווארשיינליך איז דאס טאקע יא געקומען פון די גויים.
אבער, צו טרעפן אזאלעכע קליינע דמיונות דארף מען נישט קריכן ביז רוים. רעד פון די חנוכה פרעזנטס וואס דאס קומט קלאר פון די קריסטליכע מנהגים וכו.
ב. די קראצמעך לעכט/לעמפלעך זענען ממש א נייע אנטוויקלונג וואס איז נישט געווען פאר די 1700 יארן בכלל און אפי׳ דעמאלטס האט זיך עס הערשט אנגעהויבן נאר ביי די בעסערע מענטשן.
ג. ועוד, אבער וויפול עקפעקט איר מיר זיך איבערצורייסן אפצופרעגן א דשאוק?
אבער חוץ מזה, שכוח רביה״ק פארן משמח זיין
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... UJzj51CkVX
און איך דארף יעצט גלייבן אז ס׳איז א צופאל.
ענדיוועיס, אז דו ווילסט רעדן פון קריסטליכע חנוכה מנהגים קען מען אויך רעדן פון שאקאלאד געלט (Saint Nicholas chocolate coins) און דריידל (teetotum),און נישט געזארגט, און טויזענט יאר ארום ווען ס׳וועלן שוין זיין גאנצעטע מנהגים, חומרות, און טיפע קבלה שמועסן איבער די חנוכה פרעזענטס און די היסטאריע איבערשרייבער און אפאלאגעטיקער וועלן שוין האבן אפגעטוהן דאס זייעריגע, און איינער וועט זיך אנרופן א ווארט אז אפשר קומט עס פון די קריסטן וועט מען איהם אויך פארשטרייען אלס פאנטאזירער און אפיקורוס, פעסטען יאר סיעטבעלטס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די גאנצע יום טוב מאכט נישט קיין סענס פאר מיר, מ׳פייערט א יום טוב וואס איז א דירעקטע קאפי פעיסט פון די גריכיטשע Saturnalia (וואס איז אויך די טאטע פון די קריסטליכע קראצמעך און נאך) צו באצייכענען א זיג איבער די גריכן.
און די עיקר לאמיר נישט פארגעסן, די גאנצע יום טוב האט מען דאך מתקן געווען להודות ולהלל פאר א מעשה וואס איז געשעהן פאר 2,000 יאר צוריק וואו מ׳האט באזיגט די מתיוונים פאר אפאר יאר, די נעקסטע דור זענען שוין די חשמונאים אליינס געווארן מתיוונים, און ארום דריי הונדערט יאר שפעטער איז שוין געשטאנען א טעמפל פאר׳ן גריכישן גאט Jupiter אויפ׳ן מקום המקדש, שפעטערדיגע רבנים ווי רב סעדיה גאון און דער רמב״ם זענען געווען הייסע חסידים פון גריכישע פילאזאפיע, ואכתי עבדי אחשורוש אנן... אויף וואס פונקטליך דאנקט מען? #אלטערנעטיוו יוניווערס
במחשבה שנייה פאלט מיר ביי אז איין קשיא פארענטפערט דאס צווייטע, חנוכה איז טאקע א גריכישע יום טוב (אדאפטירט פון Poseidon’s festival) צו דאנקען דעם הייליגן באשעפער אויף די נצחון פון חכמת יון, טאקע אן אלטערנעטיוו יוניווערס.