זאכן וואס כ'וויל וויסן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך א איד »

דאס איז פאר די באס רבי
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:ער רעדט דען פון השגות? ער רעדט דאך פון פאקטן, וויפיל דער עוורידזש איז וואס ער באקומט, ניין?
זעהט אויס אז די עלטערן האבן ענדערש קליינע השגות. אדער אפשר גאר זייערע ארבייטס-געבער...

שמעקעדיג: ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה... :lol:
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

וואס איז היינט פארגעגאנגען אויף 50 ביי 16? (אנטקעגן איבער עפל באנק)
די גאס איז גיוועהן אפגעשפארט עס איז גיוועהן דוירט פאליציי אויך האב איך גיזעהן דוד גרינפעלד ריפארטע"ס וכו'
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'האט דארט א נאמען געגעבן א גאס אין אנדענק פון רבי מיכאל בער ווייסמאנדל
קול הלשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 120
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 9:32 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך קול הלשון »

וועלכע דענטיסט די עולם ניצט אין וויליאמסבורג
פריש וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך פריש וואסער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'איז ממש א ווייטאג ווי די ים המלח ווערט גערעפיט דורך קאמירציאלע אינטערעסן.

אם קרית לא שנית, ואם שנית לא שלשת, ואם שלשת לא פירשו לך.
מקרא מלא דיבר הכתוב (יחזקאל מ"ז י"א) בנוגע ים המלח:
"בִּצֹּאתָיו וּגְבָאָיו וְלֹא יֵרָפְאוּ, לְמֶלַח נִתָּנוּ"
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך טמיר »

וואס איז די ערשטע מקור אז זאת חנוכה איז גמר החתימה? לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז עס איז נאר א וויץ
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הבת עין הרב אברהם דוד מ'אווריטש מביא זאת מכתבי אריז"ל.
(כמדומה דלא נמצא בכתבי אריז"ל. אבל אם הוא מביא כך, מן הסתם יש לו חשבון על זה)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ירא שמים »

און כתבי רח״ו ווערט עס נישט געברענגט אבער אפשר פון די אייראפעאישע מקובלים כהרמ״ע מפאנו.
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

chusid האט געשריבן:וואס איז געווען די ציל פון גרונדען אגודת ישראל? איז דאס געווען אויפן חשבון צו זיין א פארטיי אין א"י? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז זיי האבן שוין געהאט א קאנדידאט אינעם פוילישען פארלימענט.
נאך שרייבט וויקיפידיע אז עס איז געגרינדעט געווארען נאך א וואוט פון קאנגרעס הציוני אין יאר 1912 אז זיי שטיצן נישט רעליגיעזע ישיבות, רעדן זיי פון ווען עס וועט זיין א מדינה אדער האבן זיי געטיילט געלט אין אייראפע אויכט?

אגודת ישראל איז געדרינדעד גאווארן צו פארמירן א פאקט פון ארטאדאקסישע אידען קעגען די ציוניזם און מזרחי באוועגונג.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ירא שמים »

סאיז געווען ספעציעל געגן ציונים? איך מיין סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ווי ירא שמים זאגט
ירא שמים האט געשריבן:סאיז געווען סתם אויף צו געבן א פארטייאישע פראנט פאר שלומי אמוני ישראל אין יענע שווערע צייט


נאך מער אין זייער ערשטע אסיפה - נאך פאר קאטאוויץ - איז קלאר באשטימט געווארן אז ארץ ישראל זאל דייקא נישט זיין די הויפט אגענדע.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

עס איז געווען מער אזוי ווי די אגודה אין אמעריקע היינט
אפשר אביסל שטערקער ווייל זיי האבן יא געהאט א דעפאטאט אין סייים
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

און אויך געהאט מער שטריימלעך צווישן זייערע שורות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז די אלע זאכען, נאר טיפער. ווי איך האב געליינט, איז דער אידישע קהלה געווען זייער מאדנע צווישען די קריגען, וואס האט זיך באמת אנגעהויבען פאר'ן קריג. פאר תרע"ד איז שוין געווען דער השכלה באוועגונג און פולען שוואונג. יעדער איינער מיט א ביסל שכל און כח גברא, האט זיך געזוכט אויסצוארבעטען זיין אינטעלעקט. אדער האט ער עס געטוהן אין לערנען תורה, אדער אין אלגעמיינע בילדונג. די אלע וואס זענען געלאפען פאר אלגעמיינע בילדונג זענען געווען פון די משכילים וואס האבען אראפגעקוקט אויפ'ן ברייטער ציבור און זיי פראבירט איבערצופארמ'ן אין זייער שטייגער. למעשה זענען זיי געווארען די ווארטזאגער'ס צום רעגירונג און אין קהלה, ווייל זיי זענען דאך געווען קלוגער ווי דער עמך איד, און דער ת"ח האט דאך געוואלט בלייבען אין ביהמ"ד.
ביים וועלט'ס קריג, רוב רבנים זענען אנטלאפען. די לייצע'ס פון די קהלות זענען געווען אין די הענט פון די משכילים, און זיי האבען געגרינדע'ט חדרים (תרבות שולע'ס) א. א. וו.. די ערליכע זענען נאכאלס געווען די רוב פון די נומער'ן פון מענטשען אין שטאט, אבער די פיהרער'ס זענען אלע נישט פרום געווען, און אויפ'ן בעסט'ן אופן זענען זיי געבליבען שומתומ"צ אבער זייער קינדער זענען אויפגעהאדעוועט אינגאנצען פריי.
דער מזרחי איז געווען דער איינציגסטע פארטיי וואס האט מאחד געווען א גרויסע כח הרבים למען שמירת תומ"צ. אבער זיי האבען דאך געהאט נאנטע בינדונגען מיט די פרייע פארטייען, און סאך האבען מורא געהאט אז די בינודונג וועט בלייבען שטערקער ווי די פארטיי בינדונג צו תורה. געדענק, א שותמ"צ וואס וויל לויפען פאר'ן שטאטראט אדער קהלה איז נאך אלס א זעלטענהייט געווען, דעריבער האט מען לייכטער געקענט אריינשטעלען א טיכטער מאדערנער\פרייע ווי א פרומע. רוב רבנים אין ליטא און פולין זענען געווען מיט'ן מזרחי, נישט וועגען ארץ ישראל צו וואס, נאר ווייל למעשה פאליטיש האט עס געשטימט. דאס איז גילטיג אפי' ביי גדולי ישראל, א שטייגער ווי דער דבר אברהם, דער מרחשת און נאך.
דער אגודה האט געוואלט מאכען א נייעם טיילונג, ד.ה. אז אלע פרומע קהלות זאלען נוצען זייער כח הרבים אריינצושטעלען א כח און א בנין ארויסצוהעלפען יעדער שטאט זיך איינצוארדענען א פרומע פיהרשאפט. דאס האט געדארפט העלפען גרינדען מוסדות התורה על דרך התורה, און אויך לגבי דער רעגירונג באהאנדלונגען און יעדער שטיק עסקנות וואס האט אויסגעפעלט.
למעשה איז דער גרעסטע הצלחה פונ'ם אגודה איז געווען אין עפענען מוסדות החינוך. דער נעץ פון חורב שולע'ס האט אפגעראטעוועט טויזענטער קינדער פון תרבות שולע, און די בית יעקב מוסדות האבען אפגעראטעוועט די מיידלאך. אן דעם וואלט'ן די מיידלאך געגאנגען בלויז אין פאבליק סקול (דער אלטע מנהג פון בלייבען אינדערהיים איז סייאווי נישט געווען פראקטיש, אזוי ווי דאהי אין אמעריקא, ווי ס'איז נישט מעגליך אנצוהאלטען דער אלטע. דער ברירה איז אדער פאבליק סקול אדער א אידישע סקול, און אין דעם דארף קיין שום ספק נישט זיין). איך האב אמאל געליינט א באריכט וואס מ'האט ארויסגעגעבען ביים תרצ"ז כנסיה גדולה וויפיל חדרים און מיידעל שולע'ס מ'האט אויפגעשטעלט. א חבר מיינע פארציילט אז זיין טאטע איז פון א שטאט אין ליטא, וואס דארט איז געווען א חורב שולע, אבער די קנאים דארט האבען עס געקעמפט ווייל ס'האט געהאט לימודי חול און גע'עפענט אן אייגענעם. צום סוף זענען ביידער צוזאמען געפאלען און אלע קינדער זענען געגאנגען אין תרבות שולע. בקיצור ס'האט שטארק אויסגעפעלט.
אלו תמצית הדברים אויפ'ן שפיץ גאפעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

איז נישט געווען א טיילונג דורך די חתם סופר?
די ציונים פלעגן אויסהאלטן די תרבות שולע'ס? ווייל וויקיפידיע שרייבט אז ווען זיי האבן נישט געוואלט שטיצן פרימע אין יאר 1912 דעמאלטץ האט זיך אגודה געגרינדעט
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט דוקא די ציונים, אבער די פרייע אידען. ס'איז שווער זיך אריינצולייגען אין יענע מצב היינט. ציונים מיינט לאו דוקא שלש שבועות. ס'איז ארגאניזירטע אידען וואס פאלגען נישט דער תורה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך ירא שמים »

די טיילונג איז געווען אין דייטשלאנד דורך רש״ר הירש און שפעטער אין אונגארן כמיין אז נאכן חת״ס אין פוילן גאליציע איז נישט געווען קיין טיילונג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איז דא א מהלך אז די storage פון טעליגראם זאל זיין אויפן sd card?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וועלעכע כלי נוצטו?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

Android
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

שליחה דורך mevakesh »

איז דא א וועג צו ארויפסיינען אויף טעלעגראם און די קאנטאקטס זאלן נישט באקומען דעם נערישען נאטיפיקעשאן?
פארשפארט