מיינע צוויי צענט: איסור?! עס איז קיינמאל נישט געווען קיין איסור. געוויסע רבנים, הויפטזעכטליך אין אונגארן, האבן נישט געהאלטן דערפון. לא פחות ולא יותר. די רעדע פון "אין בית דין יכול לבטל דברי בית דין הגדול ממנו" איז לעכערליך. די פארגלייך צווישן די נעכטיגע שמחת התורה און בחירות איז טיפשות'דיג. די ווארט אגודת ישראל איז כמעט נישט דערמאנט געווארן במשך די דרשות (איך זאג כמעט ווייל איך האב נישט אויסגעהערט יעדע איינציגסטע ווארט, אבער איך האב עס נישט געהערט קיין איין מאל).
איינער שרייבט דארט אז
"אויסהערענדיג איינע פון די בעלי דרשנים נעכטן אויפן טעלעפאן, האב איך מורא'דיג הנאה געהאט וויאזוי ער האט אויסגעפירט מיט פאטאס אז די וועג צוזאמצונעמען אידן איז דורך די דגל התורה און די דף היומי!!!
ממש דאס וואס די צדיקים האבן געזאגט."
ער מיינט אז דגל התורה מיינט מען די פארטיי... ס'איז איראניש אז די אונטערשריפט פון דעם וואס האט געשריבן דעם זאץ איז "אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!"
נאך שרייבט יענער:
"און דעס איז אויך ברור פאר איעדן בר דעת אז די גאנצע טאראראם נעכטן האט מיט די תורה קיין שייכות נישט, איך רעד נישט פון א געוויסע חלק משתתפים וועלכע זענען געקומען מיט תממימות איך רעד פון די ארגאנאזירערס וכו'""
איך האלט מיך פאר א בר דעת און איך האלט אז רוב פון די נעכטיגע טאראראם האט דייקא יא געהאט א גרויסן שייכות מיט תורה, אפשר נאך א גרעסערע שייכות ווי כ"א כסליו ארמארי מסיבה האט מיט א סעודת הודאה.