גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריעם" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1316 מאל

גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריעם" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

אויב האט איר גע'חלום'ט אויף דאונעלד טראמפ אדער בען קארסאן אז זיי גייען אפראטעווען אמעריקע און איר צוריק-שטעלן אויף די פוס דאן קענט איר חלום'ן ווייטער, דאס פאלק האט שוין געזאגט איר מיינונג, ווערמין סופריום. די גאנצע קלינטאן, סענדערס, רוביאו, דשינדעל און בוש, דאס איז אלעס גוט פאר א ווערטל, זיך אונטערצוהאלטן אין שווערע צייטן. דער ריכטיגער ווארשיינליכער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (אין צוגאב פון פארטא-ריקא, גואם, מיט אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזענהייט אין גוואנטאנאמע בעי קיובא און נאך שבע ועשרים ומאה מדינה) איז גאר א מאן מיט סאך העכערע אמביציעס, און צום וויכטיגסטענס, סאך בעסערע טשאנסען ווי סיי וועלעכע אנדערע קאנדידאט אויף די קורץ-זיכטיגע מידיע ליסטע.

באקענט אייך מיט אונזער צוקונפטיגער פרעזידענט. דער סאמער מאן וואס איז ערווארטעט אום חנוכה שנת תשע"ז למספרינו אנצופירן מיט דער מעמד הדלקת הנרות אין ווייסן הויז, מיט נאך פארשידענע וויכטיגע פרעזידענטליכע פונקציעס במשך'ן יאר.

Vermin Supreme
Vermin Supreme


יא, איר זעהט גוט, דער מיטן שטיוול אויפן קאפ. אז מ'האט די שכל אין קאפ טראגט מען דארטן די שטיוול.

פרעזידענט סופריום איז נישט קיין נייער פנים אין אמעריקאנעם פאליטיק, ער איז ברייט באקאנט דורכאויס דעם לאנד. צום ערשטען און העכסטן מיט זיינע גאר נאנטע באציאונגען מיטן נוא יארק'ן מעיאר דשימי מעקמילאן וואס קען אגב שטארק אריינשפילן לטובת אחינו בני ישראל האבענדיג א רעפיוטאציע פון רייכע באקאנטשאפט מיט די נוא יארקער פאליטישע שטאט טאטעס.

President Supreme with NYC Mayor Jimmy McMilan
President Supreme with NYC Mayor Jimmy McMilan


Supreme and Jimmy
Supreme and Jimmy


מערקט אין לעצטן בילד דעם גרויסן ציין בערשטל וואס ווערט געהאלטן דורכן פרעזידענט אליינס. איינס פון זיינע שטערקסטע קאמפיין פארשפרעכונגן איז צו האלטן דעם אמעריקאנעם פאלק -- גרויס און קליין -- פאראנטווארטליך צו פוצן זיך די ציין מידי יום ביומו אהן קיין תירוצים.

בעיקר לויפט ער אונזער פרעזידענט אויף א ליבערטעריען/אנארכיסטישע פלאטפארם. די קאנסטיטוציע איז ביי אים קודש קדשים, בפרט -- פארשטייט-זיך -- די צווייטע אמענדמענד וואס פארלאנגט פון יעדער רעכטדענקיגער בירגער זיך צו באוואפענען ביז צו די געפוצטע ציין מיט אלע סארט מיליטערישע ביקסן על כל רעוועלוציע שלא תבוא. א גאנצע ספעקטאקעל האט זיך אפגעשפילט די פארגאנגענע נאוועמבער דעם 20'סטן ווען אונזער פרעזידענט האט זיך געגרייט, צוזאמען מיט זיינע פילע שטיצער, צי פיילן פאפירען אין א נוא העמפשיר קאורט באוואפענט מיט זיינע כלי זיין (איין גאן איז אים זאגאר געווען אנגעהאנגן אויף זיין קאפ-שטיוול) פונקט דעם טאג וואס איינער בען קארסאן האט מחליט געווען אויך זיך אנצוריקן מיט א מיליטער פון די סיקרעט סערוויס וואס האבן פארבאטן פרעזידענט סופריום מיטצונעמען מיט זיך זיינע פילע ביקסן אין קאורט בילדונג.

נאך א וויכטיגע קאמפיין אישו ביי די ווערמין טיקעט איז טיים טרעוועל. דער סופריום רעגירונג גרייט זיך אריינצווארפן וויפיל געלט ס'לאזט זיך נאר אויסצוטרעפן די ריכטיגע מעטאדן צו ברענגן טיים טרעוועל, די טעכניק פון צוריקגיין אין צייט צוריצוועגס. די העכסטע ציל זיינער זאגט אונז מר. סופריום איז אנצוקומען ביז אדולף היטלער'ן אליינס און אים אומברענגן בעוד מועד. לאמיר האפן.

נישט אז פרעזידענט ווערמין שטייט שמאל אדער איז אנגעוויזן אויף אונזערע שטימען. ס'איז אבער אלעמאל איינגענעם צו האבן געשטימט פארן געווינער. אלזא אויב האט איר שוין בטעות אפגעמאכט פאר אן אנדערע פון די שוואכערע קאנדידאטן איז ראטזאם איר זאלט איבערטראכטן אייער באשלוס. אויב איז אייך דאונאלד טראמפ צום הארצן וועגן זיי אויסגעשפראכענקייט, נישט מורא האבענדיג צו זאגן קלאר וואס ליגט אים אויפן צונג, זיי אויסזעהן, דאן האט איר א סאך א בעסערע קאנדידאט, ווערמין סופריום!!

איז אפשר בערני סענדערס אייער קאנדידאט וועגן זיין איבערמידליכע איבערגעגעבענקייט צו לייזן די גלאבאל-ווארעמונג פראבלעם, נאט אייך איינער וואס זאגט צו סאך בעסערע פלענער פארן צוקונפט. ווען פרעזידעט סופריום נעמט איבער דעם אפיס זאגט ער צו די רעגירונג זיינע וועט געבן איטליכע אמעריקאנער בירגער א פערדל צו רייטן און שלעפן פעקלעך און מער וועט קיין אמעריקאנעם נישט בייפאלן אזא משוגעת ווי נוצן געזאלין-פרעסער אטאמאבילן והיה שלום.

אויב וואלט איר געשטימט פאר הוקאבי, קלינטאן אדער בוש ווייל זיי זענען שוין יארן אין פאליטיק, דאן געדענקט אז סופריום שטייגט זיי אלע איבער. דאס איז שוין זיין פערדע סוקסעפולע פרעזידענטליכע קאמפיין.

האט איר געטראכט פון בען קארסאן, פון טעד קרוז, קארלי פאוירינא, אוי גאט אין הימל! דער ווערמין סופריום איז דאך אזוי גוט, אין אזא ריכטיגע צייט, נאך ווי שטייגט ער זיי אלע איבער. גיבט אים נאר א טשאנס און אמעריקע וועט שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.



מר. ווערמין סופריום פיילט פאפירן פאר פרעזידענטשאפט אין נוא העמפשיר צוזאמן מיט דר. בען קארסאן. קוקט און האט הנאה (יוטויב)

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7m7d52l5dwA[/youtube]

Vermin Supreme Filing Papers in NH Court
Vermin Supreme Filing Papers in NH Court


(מערקט אויפן טיש א סעמפל פון דר. בען קארסאן'ס מח, איינע פון ווערמין סופריום'ס קאמפיין פארשפרעכונגען צו "מאכן די זאמביס שפירן א שלעכעטע טעם אין בען קארסאן'ס מח)

President Supreme in NH Court 11-20-2015
President Supreme in NH Court 11-20-2015
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר