ראוונע האט געשריבן: האט ער בכלל נישט גערעדט צו הדסה אין עס איז א חלק פונעם דמיון?
יא. עס איז אלעס א דמיון.
קאצקע ציקער האט געשריבן:גדעון האט געשריבן:וואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.
אויב יא קען זיין אז זיי האבן פשוט געניצט די זעלבע יונגעל. איך גלייב נישט אז זיי האבן א שייכות
רימון האט געשריבן:יא זיכער. דאס דארף הונדערט פראצענט אפשפיגלען קיווען אין זיין יוגנט. טייל הגהות דא ליינען זיך ווי פון מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פילם אדער טעלעוויזיע שוי.
אחד העם האט געשריבן:געוויסע האבן נישט אויפגעכאפט ריכטיג די טיפקייט פון קיוועס חזיון, סאיז נישט קיין דמיונות אדער עפעס א נערוו קראנקהייט וואס האט אים אנגעכאפט, און נאכמער, מאנכע זאגן אז די פרק האט נישט גארנישט עפעס אינטערעסאנט אדער דראמאטיש. מיט איין תשובה איז אלעס פארענטפערט, די חזיון איז א געוויסע טריט אויף פארווערד פון קיווע אריין אין זיין ארטיסטישע וועלט, און זיין פאעטיש-ארטיסטישע נשמה, ער איז זיך מחבר מיט זיך אויף זיין אייגענארטיגע מהלך, פארשטייט זיך אז זיין בדידות און זיין מצב ווי ער איז יעצט איז אסאך משפיע אויף דעם, אבער סאיז נישט כאילו ער דערמאנט זיך פון זיין קינדהייט און פון זיין יוגענט, נאר וויאזוי קיווע וואלט ווען געוואלט, און וואס קיווע דארף יעצט באמת לאור זיין מצב, ער בענקט פאר ילדות, ער בענקט פאר א מדריך און א מחנך ער וויל פארגעסן די ברכה פון שהכל, און איינער זאל אים דאס אויסלערנען פון פריש וכולי, סאיז א געוויסע ארטיסטישע השראה וואס האט אים באנומען, אני לעצמי האט דער שטיקל די מערסטע באנומען, און מיך טיף אינספערירט, כהאב אפילו געוויינט, ריינע ילדות, פאלוירענקייט איז אמאל זייער גוט פאר מענטש, איך מיין אז די קומענדיגע פרקים גייט מען זעהן שינויים אין קיווע לאור די השראה. און אז מען וועט מיר זאגען אז דער פראדאסער פון שטיסל האט נישט מכוון געווען אויף אזוי ווייט, מיינט עס אז ער האט אליינס נישט געכאפט די עמקות...
Sent from my SM-G900P using Tapatalk
קאצקע ציקער האט געשריבן:און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?
קינד_אן_קייט האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?
דער גאלד פיש אינעם זעקל איז א חלק פונעם משל, קיווע איז יעצט אין א בחינה פון א פיש אן וואסער, ער שוועבט צווישן עולמות, זיין היים איז אינוואדירט געווארן דורך מנוחה (די זעלבע מנוחה וואס האט אים ערקלערט אלץ טאטאלער דעפעקט), זי דראעט צו פארנעמען דאס פלאץ פון זיין ליבע מאמע דבורה עליה השלום, און זי הייבט אן בפועל איבערצונעמען זיינע ד׳ אמות.
קיווע איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף זיין היים, ס׳רעפרעזענטירט א פיזישע קשר (נישט בלויז בזכרון) צו זיין מוטער, און כאטש ער קומט זיך קנאפ אויס מיט׳ן טאטען איז ער פארט שטארק אנגעוויזן אויף זיין נאענטקייט. ווען שולעם ווערטלט זיך מיט אים, הערשט דארט אהבה, און ווען שולעם טרעט אויף אים, צינדט דאס אן אין אים פונקען פון זעלבסטשטענדיגקייט.
דאס איז קיווע׳ס כאראקטער, ער איז שוואך, אומדרייסט און הענגט זיך אן אינעם צובראכענעם מסגרת פון זיינע עלטערן׳ס (געוועזענע) שטוב.
דאס איז אויך א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס ער בחור׳ט נאך, ער שפירט זיך נישט ביכולת ארויסצוטרעטן אליין אין די וועלט. ער איז ווי א קליין קינד וואס לעכצט נאך אן ערוואקסענעם און עלטערער פיגור וואס זאל אים ווייזן דעם וועג ווען ער בלאנדזשעט, זאל אים אפנעמען סוף טאג ווען ער איז אליין, זאל אים שפייזן ווען ער איז הונגעריג, זאל אים פאררעכטן ווען ער מאכט א טעות, און געבן רשות אפילו בלויז צו גיין אין בית הכסא. גענוי דאס קינד וואס מיר זעהן אין זיין פאנטאזיע.
קיווע שפירט אבער אויך אז צייטן טוישן זיך, אויבנאויף ווערט אלעס ערגער, אבער מעגליך אז נישט.
ווי א הילפלאזער גאלד פיש איז ער יעצט כמעט גענצליך איינזאם, מנוחה האט געבאסט זיין באבעל, זיין היים איז מער נישט די זעלבע און ער איז אינדרויסן פונעם ׳זעקל׳. אבער אין די זעלבע צייט, איז ער אויך ארויס פון א צמצום, ער דארף טאקע שווימען מער מיט די אייגענע כוחות, ער איז אבער אויף די פרייע לופט און אין א ברייטערן שיסל.
ער פארשטייט אז ווארשיינליך מוז ער יעצט אויפוואקסן און גיין אין זיין אייגענעם וועג, ער איז דערשראקן אבער ער געזעגנט זיך. ער מאלט אפ דעם געוועזענעם קיווע ווי א קליין קינד, אומערוואקסן און פארלוירן, אנגעוויזן אויף חיות פון אנדערע ווי דער פיש אויף דאס ביסל וואסער אינעם זעקל. דער קליינער (גרויסער) קיווע האלט שטארק אן דעם זעקל, אבער בלויז מיט איין האנט, דער אנדערער האנט איז שוין פריי.
דאס איז גאר א גרויסע טריט פאר קיווע, ענדליך, ענדליך, איז ער גרייט ארויסצוטרעטן אין א נייער אומאפהענגיגען רשות.
הדסה ווינטשט אים טאקע: ״מזל טוב!״, בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס מיינט טאקע אז ער גייט א חתן ווערן בקרוב, צו בלויז אז ער איז ארויס פון שולעם׳ס נעץ.