עס קען נעמען א שעה-צוויי, געוואנדן אין די גרויסקייט פון דיין הארד דרייוו און וויפיל אינפארמאציע דו האסט דערויף. דערנאך קום צוריק רעפארטן וואס ער האט געטראפן.
קודם דארפן מיר אויסגעפונען די פראבלעם און דערנאך די רעמעדי. גיי פליז צו די Event Viewer, אויף די לינקע זייט כאפ אהן Applications and Services Logs, דערנאך Microsoft, דערנאך Windows, דערנאך FileHistory-Version, און דאן File History Backup Log.
קוק אויך די לעצטע פאר error מעסעדזשעס, און פראביר צו פארשטיין אויב די טאג-זייגער שטימט מיט די צייט ווען די הארד-דרייוו ווערט אהנגעפילט, און זעה וואס די מעסעדזשעס פארציילן.
איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג! איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
ברסלבער האט געשריבן:איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג! איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.
האסט שוין פראבירט צו ריסטארטן דעם קאמפיוטער און נאכאמאל אנאינסטאלן?
למעשה האב איך מיט גרויס שוועריקייטן באוויזן אים אויסצוראטן פון קאמפיוטער, איך האב געדארפט נאכגיין אלע פיילס און סיסטעם פיילס וועלכע האבן שייכות מיט AVG און עס פארמעקן.
ומכאן מודעי אז דער פראגראם פון AVG מיט'ן נאמען AVG PC TuneUP אדער AVG Web TuneUP זענען גראדע גאנץ גוט אין אנהויב, זיי האבן גאר גוטע פיטשערס ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן דעם קאמפיוטער. זיי זענען אבער תחלתן שלוה וסופן יסורים. עס לוינט זיך זייער נישט, ווייל עס איז גאר גאר שווער עס צו אנאינסטאלן און עס קען מאכן גאר אסאך פראבלעמען.
זוכענדיג אויפ'ן געוועב איבער מיין פראבלעם, האב איך געטראפן פילע אחים לצרה וועלכע האבן זיך אויך געמוטשעט מיט די זעלבע און ענליכע פראבלעמען פון די אויבנדערמאנטע פראגראמען. אויך קומט מיט דערמיט א פראגראם מיט'ן נאמען vprotect וואס מאכט אן אסאך צרות גאנץ ענליך צו א וויירוס, דער פראבלעם איז נאר אז אזוי ווי עס קומט פון AVG ווערט עס נישט פארעכנט אלס וויירוס און די אנטיוויירוס פראגראמען רעכענען עס נישט פאר א פראבלעם.
א גרויסן דאנק פאר די אלע וועלכע האבן פרובירט צו העלפן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
איז עס די מויז אדער נאר די טאטש פעד? אויב איז עס נאר די טאטש פעד, דעמאלטס קען זיין אז די האסט אומוועלענדיג געדרוקט א האט קי וואס לעשט עס אויס. די קנעפל איז איינע פון די קלענערע עף באטטענס.