"שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
בענדזעמין יעצט גייט קימען פירושים אויף דיין תגובה אויך אויף רמז דרוש יסוד...
וועגן גיטי ביסטו גערעכט, זי איז טאקע אייזן אין ארגינעל
וועגן גיטי ביסטו גערעכט, זי איז טאקע אייזן אין ארגינעל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
אוי מנוחה, זי איז דאך אזוי ארגינעל, אזוי ביטער און מאניפוליסטיש ווי ממש א היימישע אידענע. אלעס מוז גייען איר וועג. זי וועט שטעלן שלום אין פלאץ.
גיטי קען נאר "בלאזן". בלאזן צו איר מאן, בלאזן צו איר טאכטער און קיינמאל נישט שמייכלען. אין דבר כזה. ליפא איז אייזן.
די חלקים וואס פעלן נאך דערווייל (פאנטאזיע).
1) ליפא'ס געלט וואס ער האט משקיע געווען וועט פארלוירן גיין.
2) קיווע וועט שפילן א ליבע געים מיט הדסה, און עס זאל גיין און גיין ביז ער וועט כאפן א געזונטן שטויס פון איר.
3) שולעם גייט זיך מיאוס צעטיילן מיט מנוחה, אבער נעסטי.
4) צבי ארי' מיט זיין ווייב, וועלן זיך צערייסן, ווייל זי האט נישט געוואלט געבן איר "כיליה" (קידני) פאר אים.
5) ליבי גייט א כלה ווערן אבער אפלאזן דעם שידוך דערנאך.
6) ליבי מיט קיווע וועלן ווייטער שפילן ליבע, אבער גארנישט וועט ווערן דערפון.

Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:26 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 431
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
- האט שוין געלייקט: 2038 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
ברוך בער האט געשריבן:קטע מפרק 8
https://www.youtube.com/watch?v=rzycl7mIz5I
איי... די סצענע מיט באבא מלכה און מנוחה איז ריזיג...
מאטי האט געשריבן:עמיצער באמערקט ווי אזוי ליפא שאקלט זיך הין און צוריק מיט אזא איינגעבויגענעם ריקן
...און שפילט זיך מיט די ציצית
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
אפאר הערות אויף דברי הרב בענדזשאמין פרענקלין.
גיטי - בין איך מיט דיר מסכים אינגאנצן. שוין פון די אנהייב סדרה, ווען גיטי שפילט א געוויסע ראל זי טוהט זיך אן בגוף ובנפש אין דעם ראל וואס זי דארף שפילן, ביז אז זי פשוט לעבט יעצט די ראל, צום ביישפיל ווען גיטי פאלט אין א דיכאון (depression) צוליב דעם נאמען זעליג און דער גאנצער מעשה מיט איר מאן דארטן מ'זעהט אויף איר פנים אין בית החלמה ליולדות ווי זי איז פשוט בדכאון דאס איז סתם א ביישפיל אבער אזוי ממש אין די גאנצע סדרה. און ס'טאקע זעהט אויס אזוי גוט - ממש א מחיה.
אויכעט וויפל געפילן זי שטופט אריין ס'ממש געוואלדיג. איך ווער אלע מאל בהתרגשות פון דאס ניי.
און בכלל זי דריקט אויס אויף די בעסטע אופן די כאראקטער פון א אידישע מאמע מיט זייער שטארקע תכונות הנפש איינע א אוטאנאמע א זעלבשטענדיקע מחד גיסא און א גוטע מאמע א בארימדיקע אידישע מאמע לאידך גיסא, וכדהיטיב לבאר בארוכה הרב אדנירם בלשונו הזהב לעיל.

שלום - איז אויך ממש א מחיה ס'אזוי געשמאק ווען מ'זעהט עם צו אריינטראכטן זיך אביסל אז בעצם איז ער א חילוני במהותו און דא איז ער געווארן א אמעתער ירושאלמער מיט די אלא שטיק'ס, ס'פשוט מויראדיג.
און כנ"ל ביי גיטי ס'נישט אז ער "שפילט" און ער מאכט נאך עפעס א ראל, נאר פשוט ער לעבט דער ראל (וואס דאס איז די אמתע מעלה פון א אקטער). א דוגמא צו דעם, ווען ער ווערט בכעס אויף קיבע און ער נעמט דער האמער און הייבט אן האקן מ'זעהט ווי ער איז באמת ברוגז, זיין פנים בייטן זיך, ער הייבט אן אטעמען הויך און שווער, און ס'ווערט עם שווערער צו רעדן, אדער לדוגמא ווען קיבע און צבי אריה טרעפן עם אין שטוב מיט א פיס אפגעדעקט אויפן בענקל און א..... פרעמדע פרוי מ'זעהט ווי באמת ער פארלארט זיך דארט אינגאנצן און ער זאגט יעדער זאך אפאר מאל (אוי ס'איז גוט.....) און אזוי לאורך די גאנצע סדרה.
און בכלל וואס פאר א גרעסערע עדות אויף שולם פאראן פון דעם אז ער האט באקומען א אוסקאר אויף די ערשטע עונה!
און כנ"ל ביי גיטי ס'נישט אז ער "שפילט" און ער מאכט נאך עפעס א ראל, נאר פשוט ער לעבט דער ראל (וואס דאס איז די אמתע מעלה פון א אקטער). א דוגמא צו דעם, ווען ער ווערט בכעס אויף קיבע און ער נעמט דער האמער און הייבט אן האקן מ'זעהט ווי ער איז באמת ברוגז, זיין פנים בייטן זיך, ער הייבט אן אטעמען הויך און שווער, און ס'ווערט עם שווערער צו רעדן, אדער לדוגמא ווען קיבע און צבי אריה טרעפן עם אין שטוב מיט א פיס אפגעדעקט אויפן בענקל און א..... פרעמדע פרוי מ'זעהט ווי באמת ער פארלארט זיך דארט אינגאנצן און ער זאגט יעדער זאך אפאר מאל (אוי ס'איז גוט.....) און אזוי לאורך די גאנצע סדרה.
און בכלל וואס פאר א גרעסערע עדות אויף שולם פאראן פון דעם אז ער האט באקומען א אוסקאר אויף די ערשטע עונה!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
גיטי מיין איך איז באמת אין א דכאון. מען זעט עס אויף איר פנים אפילו ווען זי שפילט נישט. לויט ווי איך געדענק האט זי זיך געוואלט טויפן צו קריסטהום אין נארוועגיע.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
רעבעצן ערבליך - ס'איז פשוט צוקער זיס. זי איז א אמעתע אלטע יענטע פון דער פריערדיקער דור וואס קיינער וועט איר קיינמאל נישט זאגן וואס צו טאן ווייל זי ווייסט אלץ און זי איז זייער זעלבשטענדע זייער שטארק (-זי וויינט קיינמאל נישט.... אפשר פינעף מינוט נישט מער...).
א שאד זי איז געשטארבן.
באבע מלכה - גאנץ פיין. א טיפיקע אידישע באבע. א פראסטע אידענע. איך וואונטש באבע מלכה אריכות ימים ושנים בדעה צלולה און רפואה שלמה (כ'מיין די פוס טוט איר נאך וויי...).
א שאד זי איז געשטארבן.
באבע מלכה - גאנץ פיין. א טיפיקע אידישע באבע. א פראסטע אידענע. איך וואונטש באבע מלכה אריכות ימים ושנים בדעה צלולה און רפואה שלמה (כ'מיין די פוס טוט איר נאך וויי...).
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 765
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
קינד_אן_קייט האט געשריבן:[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], און וואס איז מיט מנוחה און חנינא?
מנוחה- עקט זייער פראפעשינעל, אבער איר כאראקטער איז נישט רעליסטיש, מאניפילאציע האט אויך א שיעור.
חנינא- דער בחור קוקט אויס ווי ער עקט דאס ערשטע מאל, ער איז צו איינגעהאלטן און לאזט נישט דעם אודיענס זיך באקענען מיט זיין כאראקטער. עס שיינט מיר אז ער ציטערט מער פון די קעמרע קראו וואס דירעקטירט און פילמט אים , ווי ער דארף ציטערן פון זיין ווייב רוחמי און זיין שוויגער גיטי...
באבע מלכה- איז געניאל, אירע גלעזער איז ווערט א מיאנטיק.
אנשין און די ליידיגערערס דארט -זענען עפעס ארויס פון ה. העכטויפ'ס קרעטשמע בילדער, דאס זעט אויס ווי א אידישע ווערץ-הויז ווערסיע 2015.
דער חולה מיט די נירן פראבלעמן- האט מיר געמאכט זייער אומבאקוועם כהאב געברויכט אוועקוקן ביי זיין דרשה, ניטאמאל פאר א באבובע פלעי איז ער גוט.
הדסה- גייט מיר אויף די נערווען זי שמייכעלט צו סך, און איר קלייד איז צו לאנג.
קויפמאן נעמט זיין ראלע צו ערענסט.
ווער נאך איז דא זאל זיך שטעלן אין די רייע
חמין במוצאי שבת מלוגמא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
פישערער רבי האט געשריבן:שלום - איז אויך ממש א מחיה ס'אזוי געשמאק ווען מ'זעהט עם צו אריינטראכטן זיך אביסל אז בעצם איז ער א חילוני במהותו און דא איז ער געווארן א אמעתער ירושאלמער מיט די אלא שטיק'ס, ס'פשוט מויראדיג.
און כנ"ל ביי גיטי ס'נישט אז ער "שפילט" און ער מאכט נאך עפעס א ראל, נאר פשוט ער לעבט דער ראל (וואס דאס איז די אמתע מעלה פון א אקטער). א דוגמא צו דעם, ווען ער ווערט בכעס אויף קיבע און ער נעמט דער האמער און הייבט אן האקן מ'זעהט ווי ער איז באמת ברוגז, זיין פנים בייטן זיך, ער הייבט אן אטעמען הויך און שווער, און ס'ווערט עם שווערער צו רעדן, אדער לדוגמא ווען קיבע און צבי אריה טרעפן עם אין שטוב מיט א פיס אפגעדעקט אויפן בענקל און א..... פרעמדע פרוי מ'זעהט ווי באמת ער פארלארט זיך דארט אינגאנצן און ער זאגט יעדער זאך אפאר מאל (אוי ס'איז גוט.....) און אזוי לאורך די גאנצע סדרה.
און בכלל וואס פאר א גרעסערע עדות אויף שולם פאראן פון דעם אז ער האט באקומען א אוסקאר אויף די ערשטע עונה!
אסקאר?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 12, 2015 8:22 am
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
קיווע - אויבנאופיק מ'קען טאקע טראכטן אז ער פארגולם'ט זיך און ער האקט אין טשאייניק און אזוי האב איך געמיינט ווען כ'האב אנגעהויבן זעהן שטיסל אבער אין פארלויף פון די צייט און די סדרה האב איך געכאפט אז נישט! קיווע איז א אמעתע אקטער און ער האט לאורך די גאנצע סדרה זייער א קלארע שטריך, ער איז א בחור פון די עלטער'ס (ע"ד א ליטווישע עלטערע בחור פון מיר.....) אביסל בדיכאון און טרויעריג, נישט קיין גרויסער חכם - כ'מיין צו זאגן אזוי - שכל ס'פעלט אים נישט, אויב מ'דארף האט ער, אבער ווי צו זיך נוצן מיט עם ס'גייט עם נישט אלע מאל, ער גייט אסאך נאך זיין הארץ און אויב ס'גלוסט זיך טוט ער. זעלבשטענדיקייט האט ער נישט אסאך ער האט א שוואכע שטריך (ער איז מציע אסתי'ן חתונה האבן צוליב איר געוויין!! בזמן אז ער ווייסט שוין אז ער וויל נישט אזוי פיל, ממש א שוואכע שטריך!!) אבער אין די זאכן וואס זיינען עם חשוב ער פראווט שטארק ביז אז צום סוף דערלאנגט ער זיי, און אויב נישט איז דאס נישט צוליב עם, אזוי איז געשען מיט אסתי און אלישבע אז צום סוף האט ער נאך די אלע ספיקות מבטל געווען דער שידוך און געגאנגען צו אלישבע נאר פשוט אלישבע איז געפארן וכו' און ס'נישט תלוי בו. און עד"ז מיט ליבי ער גייט ביזן סוף און גיטי זאגטאפ. און דעם כאראקטער שפילט ער זייער גוט, און נישט סתם ער "שפילט" און ער "מאכט נאך" נאר פשוט ער לעבט דאס כנ"ל ביי שלום און גיטי (זיין משפחה...), צום ביישפיל ווען קיווע רעדט מיט ליבי אין אנטווערפען אויפן סעלפאן מ'זעהט ווי ער שמייכלט און ער בענקט זיך נאך וכו' און ווען ליבי זאגט עם ער זאל מער נישט קלינגן אהין ברגע כמימרא ווערט ער ממש טרויעריג, ער רעדט מיט א צובראכענע (געוויינע) קול, און מ'זעהט א גרויס'ן צער אויף זיין פנים. און אזוי איז מיט אלישבע און אין נאך אסאך ערטער אין די גאנצע סדרה.
קיווע אין מיינע אויגן צייכנט זיך אויס אויכעט אלץ א גרויסער בעל רגש. מ'זעהט דאס מיט איציקל (ס'טאקע דמיונות כנ"ל בארוכה אבער ס'דאך זיינע דמיונות), אין מסכים זיין חתונה האבן צו אסתי ווייל זי וויינט, העלפן זיין חבר צו טרעפן זיין מאמע, העלפן צבי אריה מיט געלט, מיט א כליה, און נאך אסאך ביישפילן אין די גאנצע סדרה.
און בקיצור אין מיינע אויגן קיווע איז א זייער גוטע אקטער נישט ווייניג פון שלום און גיטי. (וואס יעדער איינער פון זיי אין זיין תחום שפילט "אויף הונעדערט פורצענט"). און רבותיי לאמיר נישט פארגעסן אז קיווע קומט פון האליוואוד (נאר צוויי קומען פון דארט ער און אלישבע).