א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

א ווייטאגליכע פרשה = א נאסער ליילאך אויף מיר און דיר

שליחה דורך בלויע רעקל »

קודם כל א שטיקל ברוך הבא און התנצלות, איך בין נישט קיין שרייבער, עס איז מיין ערשטער ארטיקל, איך האב נישט צופיל צייט אין טאג, אבער איך מוז לופטערן מיין אנגסט, און אולי וועל איך מהיום פרובירן צוצוגעבן צום פלאץ וויפיל איך קען.

די מעשה וואס איר ליינט און די קומענדיגע שורות איז א אמתע מעשה, איך בעט איבער אויב איינער וועט וויי טוען דער ארטיקל... די נעמען וועלן זיין אביסל געטוישט, און די פרטים וועל מיר צי'וויש'ען עטוואס...
יונתן, א 5 יאריגע בחנטע אינגל וואוינט אין פאריז אן איינציג קינד צו זיין טאטע חיים יהושע שטיינהארץ, און זיין מאמע פרומע, יונתן שפאצירט זיך אינדרויסן פון הויף, ווען זיין מאמעס טאטע הרב שלמה ווייס, זיצט זיך דארט אין די זייט, ער קוקט אין א ספר און פון צייט צו צייט בליקט ער אויפן קינד, זיין טאכטער פרומע איז אביסל מאדערנעזירט געווארן און גליטשט פון דרך, איר שידוך איז צוגעגאנגען נישט וויאזוי דער טאטע האט געוואלט, זי גייט מיט די אייגענע האר, דער מאן ערלויבט זיך צו קוקן די אייפאן בעצם יום השבת באהאלטענערהייט, (רח"ל!!!!) און דער זיידע טרערט צוזעענדיג דער זיסער יונתן ארום לויפן מיט א קליין קאפעלע, די פאות קורצער ווי די הארעלעך, ער דערמאנט זיך די שווערע צייטן אין שווייץ ווען דער ראש ישיבה הרב קאפעלמאן פלעגט מיט מסירות נפש אריינבאקן אין די בחורים התלהבות אין תורה שבירת התאוות ומידות רעות, און דא... אזא בראך! א איידעם א באם, די טאכטער א פרוצה... שוין! וואס איז דא צו טוען? מסתמא גארנישט.. טראכט זיך ר' שלמה.

ביז... יענעם פרייליכען ל"ג בעומר, ווען דער משפחה האט מחליט געווען זיך ארויסצוען פון פאריז און חונה זיין די געצעלטל אין אנטווערפן, אה! א האפענונג, נאך דערצו ווען יונתן איז געשיקט געוווארן מיט דער זיידע פונפראאנאויס, אויפן עראפלאן זיצט זיך ר' שלמה און וואשט אויס דעם קלייין מוח'ל, באקט אריין ריכטיגע חינוך, הנהגה מיט א ריכטיגן חיות...

איך קען נישט מאריך זיין אין די פרטי פרטים פון די מעשה, מיר וועלן אריבער מישן די בלעטל צו א האלבע יאר דערויף.
יונתן לערנט אין א היימישע חסידישע חדר, מיט שיינע געקלרייזעלטע פאות, די מאמע האצקעט ארום אין פאריז, אמאל מיט די מאן און אמאל אן אים, זי פרעגט ניטאמאל אויפן קינד וואס לעבט מיטן זיידן, דער זיידע טרייסט זיך מיט דאס ביסל נחת..

גייט דורך נאך א האלבע יאר, און דער צולאזטע קאפל דערמאנט זיך אריבערצוען קיין אנטווערפן און עס הייבט זיך אן א מלחמה אויפן חינוך פון יונתן..
די מלחמה נעמט נישט צו לאנג, איין טאג קומט די מאמע אן אין חדר, די מלמדים קוקן חלילה נישט אויף איר, ווי דער הלכה ווייזט צו, און די מאמע רופט ארויס יונתן אינדרויסן מיט אנטשלאסענקייט, "ער גייט היינט לערנען אין פובליק סקול".

אבער, צו איר אנטוישונג, ברענגט מען נישט איר קינד, מיטן תירוץ אז ער איז היינט נישט און חדר, יענעם צופרי איז געווען די לעצטע טאג וואס זי האט געגעבן א גלעט איר בן יחיד'ל.

פאר גאנצע דריי יאר האט די מאמע נישט געזעהן יאסעלע, יא!!! איר קענט שוין טוישן די נעמען פון די מעשה.. צום יאסעלע שוכמאכער פרשה.

דער זיידע ר' נחמן שטארקעס לעבט שוין לאנג נישט, דער קינד האט א טאטע און א מאמע וואס וויינען יעדע נאכט און לעכצען צו זעהן דעם בן יחיד'ל, אבער "עסקנים" זענען מקיים "זשיהאד ווערזשען" פון תורת משה, און זענען מציל נפש אחת מישראל, דער אינגל איז זיבן יאר!!! יא! אזוי ווי דו הערסט! זיבן יאר, אבער דער תירוץ איז אז יוסעלע "וויל" זיין פרום. אויב האסטו א זיבן יאריג קינד? יו געט דע פאוינט!!

רבי'ס און רבנים שעמען זיך צו מוחה זיין, זיי זענען אין פארגעלעגענהייט, מען קען דאך נישט "הייסן" איבערגעבן קינד לשמד רח"ל..

איך בין נישט משיג בכלל וויאזוי קען מען בכלל פארטיידיגן אזא התנהגות.....

איידער איך ענדיג דא און גיב איבער דעם פלאטפארמע פארן עולם, וויל איך מחזק זיין מיין פאזיציע מיט איטליכע פאקטן:

אויף קול מבשר זאגט ר' משה גערטנער וויכטיגע פרטים איבערן פרשה, אז 1) יוסעלע האט מתחילה נישט געוואלט מודה זיין אז ער איז יאסעלע, ביז... ער האט געזעהן די מאמע און איז "אריינגעפאלן אין איר ארעמס".. ווער האט נישט געזעהן די נייע יואלי לעבאוויטש טרערן ווידאוי, דאס איז ווען עס רעדט זיך פון א טאטע, על אחת אלף אלפי אלפים ווען די מאמע איז אין באטראכט, נאך גיבט ער צו א וויכטיגע פרט צום פרשה, אז 2) יוסעלע איז נישט באליידיגט אויף די פרומע אזוי ווי די "עסקנים" ווילן פארשמירן די עוולה אויף אונז אלע, ער איז באליידיגט אויף א יעדן וואס האט געהאט א חלק אין אוועקרייסן א קינד פון א מאמע, און צום לעצט 3) איז ער דארט מודיע דעת קדשו פון הרה"ק רבינו מסאטמאר, אז מען זאל צוריקגעבן דעם קינד, אויפן זעלבן אינטערוויא קומט ארויף ר' ישראל געליס א נאנטער חבר פון יוסעלע, און גיבט איבער א פרישער אויפדעקונג!! 4) מרס, גערטנער האט געזאגט פאר יוסעלע אז "זי האט קיינמאל נישט געוואוסט אז מען האט אים צוגענומען פון זיין מאמע", זי האט נישט געוואוסט פונקטליך פרטי הפרשה, ווער עס קען אביסל פון איר היסטאריע ווייסט אויף 100 פראצענט אז זי האט נישט מורא געהאט פון זאגן דעם אמת פאר קיינעם, זי האט אין איר לעבן קיין ליגענט געזאגט.

ובזה גמרתי, ואידך פירושא זיל גמור...

ראשעקאל האט געשריבן:נעמט'ס ארויס טישא'ס און הערטס יואלי לעבאוויטש

א קינד דארף זיין טאטע און מאמע

https://vimeo.com/148811498

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר