נישט "נאך" א צוועק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

נישט "נאך" א צוועק

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

(באקומען פון "חיים". איך בין אביסל באקאנט מיט דער געשיכטע. איך האלט אויך מיט די אנטוויקלונגען. איך, הקטן פשוט לבית קאמפליצירט, בין מעיד אז אלעס וואס שטייט דא איז אמת.)



איך, דער שרייבער פון די שורות, בין, ווי איר קענט זיך פאָרשטעלן, פון פאך-אויס א שרייבער. ס'איז איינע פון די מיטלען וואס איך ניץ צו מאכן פרנסה. איך בין, ובכן, צוגעוואוינט, ווי מ'זאגט, צו הערן טרויעריגע געשיכטעס. טראגישע געשעענישן נעמען מיך נישט אזוי איבער. ס'איז נישט אז מיינע געפילן זענען אפגעטויט; איך האב זיך נאר עפעס ווי צוגעוואוינט זיי צו הערן.

די ווייטערדיגע געשיכטע איז אבער איינע פון די ווייניג אויסנאמען וואס האבן מיר איבערגענומען. די געשיכטע האט מיר זיך אריינגעזעצט אין הארץ און א קוועטש געטאן אינעם זעקל טרערן, וואס האט זיך איבערגעגאסן, ארויף, איבער די אויגן...
באמת, זעלטן וואס אזויפיל צער זאל זיך צוזאמנעמען אין איין הארץ. ממש, ס'ציפט. ס'טוט אזוי וויי.

איך רעד דא פון א יונגערמאן, א חבר מיינער, מיט וועמען כ'האב געלערנט אין ישיבה. ער איז געקומען קיין אמעריקע פון א צווייט לאנד ווען ער איז אלט געווען 10 יאר. ער איז אהערגעקומען מיט זיין טאטן, נאך דעם וואס די מאמע זיינע איז נפטר געווארן מיט 3 יאר פריער. דער חבר מיינער – לאמיר אים רופן חיים – איז דעמאלט אלט געווען 7 יאר.

די משפחה האט זיך ווי עס איז מסדר געווען אין ניו יארק. חיים איז געגאנגען אין חדר, בר מצוה געווארן, און אריין אין ישיבה קטנה. א פּאר חדשים דערויף, ווען חיים איז אלט געווען 14 יאר, איז דער טאטע נפטר געווארן.

14 יאר, שוין אין ישיבה – א בחור'ל, פריש, פרייליך, לעבעדיג. אזוי איז עס אין אלגעמיין. אנדערש איז עס אבער – גאר, גאר אנדערש – ווען מען שטייט אין דעם עלטער אָן קיין עלטערן; אָן קיין טאטע, אָן קיין מאמע.

לאמיר זיך א רגע אפּשטעלן. די ווערטער ביז יעצט דערציילן וועגן א טראגישער געשיכטע. אבער איידער מיר לאזן ארויס דעם מיטלייד-זיפץ, לאמיר פארשטיין וואס דאס מיינט. א קינד פון 7 יאר ווייסט נאכנישט קיין סך. עס האט נאך כמעט נישט טועם געווען קיין שוועריגקייטן; כמעט נישט געהאט קיין ערפארונג מיט די ברוטאליטעטן פון לעבן, דעם מציאות פון דער עכטער וועלט. דעם קינד'ס השגה פון "מאמי איז נפטר געווארן" טראגט אים נאר אזוי ווייט ווי פארשטיין, אז ער גייט מאמי'ן מער קיינמאל נישט זען. און אפילו דאס, באגרייפט ער נישט געהעריג. ער באנעמט דעם פאקט צוביסלעך, בהדרגה, ווי די טעג און וואכן לויפן פארביי. ער קומט אהיים פון חדר היינט, מארגן, נעקסטע וואך, נעקסטן חודש – און מאמי איז נישטא. ער וואקסט אריין אין דעם פאקט – די ערשטע ערפארונג זיינע מיט דער פּיין פון עולם העשי'.

א קינד אין דעם עלטער האלט אינמיטן זיך אנטוויקלען די סאמע יסודות'דיגע אייגנשאפטן, ווער ער איז, וואס ער איז, פון וואס זיין וועלט באשטייט, אא"וו. ווען ער גייט דורך אזא דראסטישער טויש, ווי זיך אריבערציען צו א צווייט לאנד, וואו עס הערשט אן אנדערער קולטור, וואו עס וואוינען אנדערע מענטשן, ווערט זיין וועלט צעטרייסלט און ער ווערט צעמישט. ער טרעפט זיך אויפאמאל אין א פרעמדער סביבה, נייע פנימ'ער און פרעמדע השגות, און דאס אלץ, אָן דער מאמע'ן, וואס זאל אים אויפדערנאכט, צווישן קרי"ש און איינשלאפן אים ווישן די טרערן, טרייסטן, בארואיגן, אזוי גוט ווי נאר א מאמע קען...

ווען דאס קינד טרעפט זיך אין די אנהייב צענערלינג יארן א קיילעכיגער יתום, אָן דעם טאטן אויך, ווערט זיין וועלט חושך. איך, שרייבער פון די שורות, האב דעם טעם ב"ה נישט געפילט. איך האב זיך געהאט מיינע שוועריגקייטן; זיך באגעגנט מיט די פּיינליכע מאמענטן וואס דער גורל האט מיך באשערט. דאס, אבער, וואס מיין חבר איז דורכגעגאנגען, הייב איך נישט אָן משיג זיין. און פארט, א קניפּל פורעמט זיך מיר אין הארץ ביים טראכטן וועגן מיין חבר'ס דורכגענג. איך בין זיינע צרות נישט משיג. מיין נישט-השגה גיט מיר אבער א שמעק פון דעם וואס ער אויף אים פאריבער.
לאמיר אייך נישט נודנען מיט זיינע בחור'שע יארן, א חלק פון וועלכע איך געדענק – א תקופה וואס האט ביי אים געזען כמעט אזויפיל טרערן ווי ביי מיר פרישטאגס. גוטע אידן האבן זיך אויף אים אומגעקוקט, און אים חתונה געמאכט מיט א בעלת תשובה, א מיידל פון פון א פרייער היים, וואס האט באשלאסן צו ווערן פרום.

איך געדענק חיימ'ען תיכף נאך זיין חתונה. איך געדענק זיין שיינענדע פנים. איך געדענק זיין איבערגליקליכקייט. איך געדענק אים זיין איינגעטונקען אין שמחה. איך וועל זיך נישט אריינלאזן אין שילדערונגען וואס אין זיין הארץ האט זיך דעמאלט אפגעשפילט, ווייל איך וועל במילא נישט באווייזן עס צו פארשטיין און איבערגעבן. אזויפיל יא, ווען ער האט אויף דער וואכנדיגער פראגע פון "וואס טוט זיך" געענטפערט מיט א צעגאסענעם "ברוך השם!" האב איך אים געגלייבט אויפ'ן ווארט.
חיים האט זיך מסדר אין מאנסי. ווי די ערשטע וואכן נאך דער חתונה זענען דורכגעגאנגען, האט דאס לעבן זיך געזעצט מער-ווייניגער צו נארמאל.

ביז...

זיין פרוי איז צוריקגעגאנגען ארבעטן. זי האט אבער שנעל חרטה באקומען אויף איר החלטה צו ווערן פרום. זי איז, ווי עס שיינט, נישט געווען גרייט צו פירן א לעבן ע"פ תורה. דאס האט אבער חיים נישט געוואוסט.

דאס פּארל האט געהאט דריי קינדער, אלע יונגלעך. ווי די צייט איז געלאפן, איז די מאמע געווארן אלס לויזער מיט איר אידישקייט. זי האט אנגעהויבן נאכלאזן אין פארשידענע פרטים, אבער עס האט זיך ביי דעם נישט אפגעשטעלט. איר אידישקייט מצב איז געווארן אלס ערגער, אבער דערנאך איז געקומען די ריי אויף איר ראלע אלס ווייב און מאמע. זי האט אנגעהויבן נאכלאזן מיט אירע אויפגאבעס. פון אהיימקומען שפעט – גאר שפעט – פון דער ארבעט, האט זי ביסלעכווייז אנגעהויבן פעלן גאנצע נעכט – און טעג, און שבתים.

חיים האט זיך געטראפן אויספילן די ראלע פון טאטע און מאמע. ער האט אפגעווארט די קינדער ביים אהיימקומען פון חדר, זיי צוגעשטעלט נאכטמאל, געלייגט שלאפן. דערנאך האט ער זיך געלייגט שלאפן. איינער אליין; דער איינציגער ערוואקסענער אין הויז.
און מיט געשוואלענע אויגן, אויף א נאסן קישן.

אויסער א טאטע – א טאטע און א מאמע בבת-אחת – האט חיים דאך א דזשאב אויך. ער איז טאקע גרייט זיך אנצושטרענגען, און איבערשטרענגען, אז כאטש זיינע קינדער זאלן פירן א מער-ווייניגער נארמאל לעבן. איז דאך דא א שיעור וויפיל ער קען טאן איינער אליין.
זיין פרוי האט אינדערצווישן ווייטער געגליטשט און זיך וואס ווייניגער געקימערט וועגן דער שטוב. אלס "ערזאץ" פאר אירע מוטערליכע פליכטן, האט זי אויפגענומען א גוי'אישע באהעלפערין, א "נעני". חיים האט דאך אבער נישט געוואלט זיינע קינדער זאלן אויפוואקסן ווי לעבעדיגע יתומים פון טאטע-מאמע. ער האט צו גוט געקענט דעם טעם, צו קענען ביי זיך פועל'ן זיינע קינדער זאלן עס דורכגיין. ער האט געביטן די שעות אין דער ארבעט. אנשטאט פון 9:00 אינדערפרי ביז 5:00-6:00, זענען זיינע ארבעטס-שטונדן צוריקגעריקט געווארן אויף 4:00 פארטאגס. אויפגעשטאנען איז ער 3:00 כדי צו אנקומען צו דער ארבעט אין צייט; אזוי ארום האט ער געקענט זיין אינדערהיים אויף נאכמיטאג, אפצואווארטן די קינדער ביים אהיימקומען פון חדר.

חיימ'ען זענען צרות נישט געווען פרעמד. יסורי נפש זענען ביי אים געווען אפטע געסט. ווייטאג איז געווען זיין ברויט. די זיסטע, סאמע זארגלאזע יארן אין א מענטש'ס לעבן זענען ביי אים צעשווימען געווארן אין טייכן טרערן.

ווען ער האט געמיינט אז ער האט שוין טועם געווען דעם טויט אליין, אז ערגער קען און וועט שוין נישט ווערן, האט דער גורל אים ווידעראמאל באוויזן צו איבערראשן. זיין פרוי, פון וועמען ער האט אינדערצווישן זיך אפיציעל צעטיילט, האט קעגן אים אריינגעגעבן אין געריכט א שרעקליכע קלאגע. איר ציל דערמיט איז געווען זייער קלאר: אוועקנעמען די קינדער פון חיים; זי זאל זיי מיטנעמען אויף איר רייזע בארג-אראפ, און חיים, נישט נאר זאל ער נישט האבן קיין ווארט איבער זייער צוקונפט, זאל ניטאמאל באקומען די מעגליכקייט זיי צו זען, זיי צו האלזן, קישן, שמייכלען, שעפּן פונעם איינציגן מקור פאר חיות וואס איז אים געבליבן אויף דער וועלט.

אומגעראכטן איז א בלאסער אויסדרוק. די קלאגעס זענען געווען שרעקליכע; חיימ'ען האבן זיי אבער באטראפן ווי א תמוז-רעגן אין מדבר-סאהארא. זי האט נישט געקוקט אויף די קינדער, זיך מיט זיי כלל נישט אפגעגעבן -- כמעט נישט געהאט וועלכעס-ס'איז שייכות. וואס וויל זי? זי ווייסט דאך אליין, בעסער ווי סיי וועמען, אז זי איז נישט גרייט זיך אפצוגעבן מיט די קינדער -- זי וויל דאך לעבן א גוטן טאג אן דאגות. אז זי זאל זיי נעמען, וועלן די אינסטאנצן זיי פון איר אוועקנעמען, פריער צי שפעטער. און וואס האב איך זי דען געטאן? איך בין איר קיינמאל נישט געשטאנען אין וועג; דורכאויס די פּיינליכע מאנאטן בין איך זי קיינמאל נישט געשטאנען אין וועג. איך האב ערפילט איר און מיין מיין ראלע אזוי פולקאם פּערפעקט ווי נאר מעגליך. זי האט געקענט אנגיין מיט איר הפקר-לעבן נאר אדאנק מיר!

פארוואס? פארוואס טוט זי דאס?

די געזעצן אין די פאראייניגטע שטאטן גיט דעם ערשטן רעכט צו דער מאמען. איינמאל אזא קלאגע, איז חיים פארארדנט געווארן איבערצוגעבן די קינדער צו דער מאמען, און דערביי איז ער גע'אסר'ט געווארן זיי צו זען, אפילו אונטער אבסערוואציע.

אין די פאלגנדע וואכן זענען די קינדער אויסגעשטעלט געווארן צו אויספארשונגען און טעסטן. זיי האבן זיך באקענט מיט שרעקליכע מושגים, פון וואס זיי האבן אין ווילדסטן חלום נישט געאַנט. די עקספערטן זענען לבסוף געקומען צו דער מסקנא, אז די קינדער זענען דורך דער מאמען געפיטערט געווארן -- פראגראמירט געווארן צו דערציילן א געשיכטע אונטערצושטיצן די קלאגעס.

דער ענדגילטיגער פסק ליגט ביים ריכטער. אבער היות די אויספארשערס האבן מיטגעטיילט דעם געריכט זייער מיינונג, אז די געשיכטע איז געבוירן געווארן אין דער מאמע'ס פאנטאזיע, האט דאס געריכט באזייטיגט דעם פארבאט פונעם טאטן. חיים האט למעשה באקומען צוטריט צו די קינדער -- אָן קיין אבסערווירער אפילו.

אין די לעצטע חדשים האט די מאמע אונטערגענומען נאך עטליכע פרואווען צוצונעמען פון טאטן דאס רעכט צו די קינדער, אבער דערווייל האט זי, ברוך השם, נישט מצליח געווען. זי האט אריינגעגעבן נאך א קלאגע, און שפעטער, האט זי אריינגעגעבן די זעלבע סעריע קלאגעס אין אן אנדער מוניציפּאליטעט.

בקיצור, רבותי, כ'וויל אייך נישט נודנען מיט די טעכנישע פרטים -- הגם אין יעדן דעטאל ליגט באגראבן טרערן, הארץ ווייטאג, פיין, און שלאפלאזע נעכט פון אן אויסגעפייניגטן, אויסגעפרואווטן חיים.

חיים וועט, מיט'ן אויבערשטנס הילף, געווינען. דער לאיער זאגט עס אין זייער פשוט'ע ווערטער: די געשיכטע האט קיין יסוד, און דאס איז שוין אויפגעוויזן געווארן. די מאמע, פון דער אנדערער זייט, האט איר רעקארד פון עטליכע יאר. אין משך פון די חדשים זינט זי האט דעם בלבול געמאכט, האט פרובירט חיימ'ען באגראבן מיט אלע מיטלען. זי האט, צווישן אנדערן, אויפגענומען א פריוואטן אינוועסטיגעיטאר נאכצושפירן חיים'ן אויף טריט און שריט, בפרט ווען די קינדער האבן זיך געפונען אין זיין רשות.

און יענער האט חיימ'ען געכאפט -- פארן מיט די קינדער שנעלער ווי דעם ספיד לימיט… די מאמע האט באלד אריינגעטראגן א קלאגע קעגן חיים, פאר'ן "שטעלן אין סכנה די וואוילזיין פון די קינדער." דער ריכטער האט זי געגעבן א פסק פאר'ן "פארדרייען דעם קאפ."

טייערע אידן און פריינט, הקרובים והרחוקים: לאמיר העלפן חיימ'ען צוריקבאקומען זיין לעבן. מיר קענען נישט דעם אויבערשטנ'ס חשבונות. לאמיר אבער זיך אליין פרעגן: צי האט ער נאכנישט גענוג געליטן? וויפיל איז דער שיעור? וויפיל, מיינט איר, קען איין מענטש, וואס האט קיינמאל דעם געהעריגן יסוד פאר חיות נישט באקומען, דערהייבן?

לאמיר פארזיכערן אז חיימ'ס קינדער בלייבן אידן און מענטשן.

נאך א סעקונדע: איך נעם נישט באצאלט פאר שרייבן דאס וואס איר האט יעצט געענדיגט לייענען. כ'וויל טאן אלעס וואס איך קען, זיכער צו מאכן אז חיים זאל קענען פארהערן זיינע יונגעלעך יעדן שבת נאכמיטאג, און עווענטועל זיי פירן אונטער דער חופה.


שטעלט אויס טשעקס אויפ'ן לאיער'ס נאמען:
Eric Ole Thorsen,
אדער: Cong. Ohel Figa.

דער אדרעס וואוהין אפצושיקן די פולע קאנווערטן איז:
48 Bakertown Road Suite 505
Monroe, NY 10950
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פשוט-קאמפליצירט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

זייער הארצרייסענד
די גרינגסטע וועג דער עולם זאל דיר געבן
אויב די עפנסט א פעיפעל אקאונט ווי מען זאל קענען שיקן נדבות

די בעסטע וועג אז דער עולם זאל דיר געבן שיינע סכומים
אויב ברענגסטו א בריוו פין א אנערקענטע רב אדער אנדערע דעקונג צו די שרעקליכע געשיכטע
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

טראגיש! איך בין מיט די מעשה באקאנט און דא ליגט נישט קיין איין ווארט גוזמא.

כ'מיין די אדרעסע איז ארויפגעקומען נישט ריכטיג. ס'ברויך זיך ליינען: 48 בעקערטאון ראוד. סוויט 505.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יואליש האט געשריבן:טראגיש! איך בין מיט די מעשה באקאנט און דא ליגט נישט קיין איין ווארט גוזמא.

כ'מיין די אדרעסע איז ארויפגעקומען נישט ריכטיג. ס'ברויך זיך ליינען: 48 בעקערטאון ראוד. סוויט 505.


שקויעך יואליש. איך האב פרובירט אים פאררעכטן, אבער ער לאזט זיך נישט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
נס קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 411
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:56 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך נס קאווע »

ביים שרייבן ענכליש ווי אויך נומבערס טויש צוריק צו די ענגלישע ווערסיע וועט זיך עס אויסשטעלן בעסער

זייער שיין געשריבן אבער אזויווי האסטעך נאר א ניק דארפסטו ארויסשטעלן א נאמען פון א באגלייבטע מענטש וואס שטייט אונטער דעם אדער ווי מען זאל שיקן דאס געלט א עדרעסס און אויסשטעלן צו א לויערס נאמען איז נישט גענוג (נישט ח"ו ווייל איך גלייב דיר נישט)
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

גייט מען מאכן א אפענע קאמפיין אויך אין די גאס, אדער שיקן צו יענעם אדרעס איז די איינציגסטע אפציע מיינע זיך צו קענען באשטייערן?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'מיין ס'איז שוין געווען עפעס א אפענע אקציע אין וומ"ס.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

נו פארוואס מאכט מען נישט א אפענע אקציע אין קרית יואל?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איך בין נישט זײער פארמישט. די געשיכטע איז נישט קײן סוד. װער סװיל קען מיר פרעגן דעם נאמען אין אישית.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זייער לאנג.

איינער קען שרייבן אין א פאר ליינס וואס מע רעד דא?

מארגן וועלעך אפשר לייענען די גאנצע.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך בין נישט זײער פארמישט. די געשיכטע איז נישט קײן סוד. װער סװיל קען מיר פרעגן דעם נאמען אין אישית.

געשיקט א אישית
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

ידען האט געשריבן:זייער לאנג.

איינער קען שרייבן אין א פאר ליינס וואס מע רעד דא?

מארגן וועלעך אפשר לייענען די גאנצע.

מ'רעד דא פון עמעצען וואס זיין ווייב איז אפגעפארן פון אידישן וועג, און צוליב דעם האט ער איר איבערגעלאזט, און יעצט וויל די געוועזענע ווייב מיט פארשידענע אויסריידן און בלבולים צונעמען די קינדער, אז ער זאל זיי קיינמאל מער נישט קענען זעהן אפילו מיט אבסערוואציע, און עס קאסט אפ ביטערע געלטער די לויער'ס וכו', דעריבער בעט מען אז ווער ס'האט א אידישע רחמנות'דיגע הארץ זאל אריינשיקן א שיינע מטבע צום דערמאנטן אדרעס אויף 48 בעקערטאון רד אין קרית יואל #505.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

למען האמת והפינקטליכקייט: עמיצער האט מיך מעורר געווען אז דעם "מאלעסטעישאן" קעיס האט ער שוין געוואונען. יעצט קעמפט מען פאר די רעכטן פון האבן די קינדער בכלל, אויף דער צוקונפט.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

איך קען מעיד זיין אויף די חלק פון די מעשה פון ווען ער האט אריבער קיין מאנסי, איך האב געדאווענט מיט איהם אין איין בית המדרש איך האב אסאך ארויף געקוקט אויף איהם און אסאך זיך אפגעלערנט פון איהם .
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

שמואל הלוי האט געשריבן:
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:איך בין נישט זײער פארמישט. די געשיכטע איז נישט קײן סוד. װער סװיל קען מיר פרעגן דעם נאמען אין אישית.

געשיקט א אישית

איך האב נישט באקומען קיין שום ענטפער
פארשפארט