מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דאנערשטאג פרשת חיי שרה, כ"ג חשון. (ח"ב)

געזאנגען פון רבינו נחמן בן פיגא באגלייט אונז אראפ צום בית החיים הישן. פון איין זייט קרית ברסלב הויעך אויפן בארג, און אויפן צווייטן זייט די בית החיים אין אפענעם תהום, גרייט אונז איינצושלינגען פאר א טאג פון תפלה והשתטחות.

מקוה אר"י איז אויבן אויפן בארג פאר'ן אריינגיין אין בית החיים. די מקוה איז א קיבוץ גליות פון קליידער'לאזע מענטשן, ווי אויך א אינטערנאצינאלע דעסטענאציע פאר משוגע פארכאפטע לייט. מ'טינקט איין די ציטער ווארפענענדע גוף אין די קאלטע מקוה, און מ'לאזט זיך ארויס אויף א לאנגע זוך אקציע נאך די פארלוירענע זאקן.

מיט א חדרת קודש הייבט מען אן ביי די קברים פון די ארי"זל והחבריא. די פילע נשמה לעכט שפיגעלט זיך אפ אין די בלוי געפארבטע מציבות, און שאפט הימל'ישע נשמה-צאצקעריי געפילן. מיר זענען ממשיך אראפ צו פילע קברי צדיקים, ובניהם די בית יוסף וסייעתו. מיר זענען מתפלל ביי די בת עין וערבי נחל אין א אונטערערדישע טינקעלע הייל. מ'איז ממשיך צו חנה ושבעה בניה, ווי אויך פילע קברי תלמידי ה'בעל שם.

בעת דער עולם האט צוגענדיגט שוואנצן, בין איך צוריק אריין אין שטאט מיט די דרייווער נעמען די פעקלעך, אז מ'זאל פון בית החיים קענען גלייך פארן צו טבריה. די טריפ אריין אין שטאט איז אבער געווען גאר א לאנגע, צוליב א אנגעשטויסענע טראפיק. די טראפיק איז געווען צוליב א ריזיגע יריד וואס קומט דארט פאר איינמאל א וואך. ס'איז געווען אזוי גרויס ווי שוק מחנה יהודה זאל זיך דאפלן און טריפלן און לאנדן אין צפת. טישן, בודקעלעך און ריחות מכל המינים. א קולטר'ישע חן געמישט מיט אן ישראלי צולאזקייט.

ביפ.. ביפ.. וואו זענט עטס רבותי!! די טענדער פייפט, אבער איין קדוש איז געלאפן א צווייטע מאל טרינקן וואסער אין מקוה ארי. וויפל פאר זאקן האט ער, אז ער קען זיך ערלויבן צו גיין א צווייטע מאל אין מקוה?!

ויסעו מ'מקוה ויחנו ב'מקוה. די דרייווער האט אונז אריינגעלאזט אויף א סוד, אז פינף מינוט פון ביה"ח, אויפן וועג צו טבריה איז דא א גאר געשמאקע קוואל וואס פליסט אראפ פון צפת. מ'כאפט א שנעלע טבילה, מ'טוט זיך אן די זאמט'יגע קליידער און מ'איז אויפן וועג.

ס'איז שוין פיר אזייגער נאכמיטאג ווען מיר מאכן דעם זייער געדרייטן וועג צו טבריה. מיר שטעלן זיך אפ צו באטראכטן די מאיעסטישע אור אלטע חומה פון טבריה, געמאכט פון שווארצע שטיינער. צו אונזער וואונדער פארוואס איבער גאנץ ארץ ישראל זענען די שטיינער ווייס און דא שווארץ, ערקלערט די דרייווער, אז פאר טויזענטע יארן צוריק איז אין טבריה געווען א וואלקונא און רוב שטיין בערג און די געגענט זענע פארהארטעוועטע לאווא.

"אנטשולדיגס, חמי טבריה איז שוין פארמאכט" ערקלערט די גארד פאר אפאר פאר'עקשנ'טע ברוקלינער חסידים. אבער.. טוריסטן.. צוויי מינוט.. אריין ארויס.. ביטע... "הערטס חברה, ס'איז דערנאך, קומסט צוריק מארגן, לילה טוב". :(

מיר זענען ממשיך צו קבר רמבעה"נ, און נאך פילע תנאים אינעם אומגעגענט. די פרומע בריקן אז מ'מוז גיין צום אלטן ביה"ח ווי עס ליגן די תלמידי הבעש"ט. ווען מיר קומען דארט אן זעהן מיר פילע פאליציי בלאקירן די וועג פאר קארס אריין אין די גאס וואס פירט צום ביה"ח. וואס גייט פאר? בעלזער רבי ופמליא זענען יעצט דארט און נאן-בעליווערס זענען נישט וועלקאם.

די נאכט איז שפעט, ווען מיר קומען אן צוריק אהיים מיט פולע באגאזשן פון ליידיגע סאדע באטלעך, צוקוועטשטע קוקיס און נאסע אונטערוועש.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די נאכט איז שפעט, ווען מיר קומען אן צוריק אהיים מיט פולע באגאזשן מיט גע'פועל'טע ישועות און ברכות.

אה, ביסט טאקע א נאן-בעליווער??? :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

כ'האב נישט געוואלט פלאגירן פון דער בלאט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פרייטאג פרשת חיי שרה, כ"ד חשון.

פרייטאג איז געווען רעזעווירט פאר א טאג פון fun און פארברענג. מ'איז געגאנגען שאפינג אין אפאר גרויסע Malls, און געגאנגען וואסער'ן נעבן נתניה. אין און ארום נתניה איז דא פילע געשמאקע וואסער פארקס און שיף רענטעלס. די highlight איז געווען א נסיעה איבער'ן מיטעללענדישן ים אין א בננה ספיד באוט. ס'איז גארנישט אזוי זיס ווי א בננה. די שיף פארט אויף בערך פינף און פופציג מייל א שעה און ווארפט זיך מיט כח אויף די ווילדע כוואליעס זי פארמירט. בא'נאס'ט פון קאפ ביז קראקס זענען מיר געגאנגען שווימען אין א היימישע חוף אין די געגענט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זונטאג פרשת תולדות, כ"ו חשון. (ח"א)

ס'איז זונטאג אינדערפרי תולדות. א נייע וואך, אבער גאר א קורצע. מארגן מאנטאג נאכט פארט מען שוין אהיים. דער ערליכע עולם קריכט ארויס פון בעט זייער פרי פארטאגס (עממ, כ'רעד פארטאגס אין חוץ לארץ). די זייגער איז שוין קרוב צו חצות ווען מ'כאפט א דיעטיש מאגערע פרישטאג פון קרעקערס און א איבערגעבליבענע מלוה מלכב דיפס, און מ'פארט. ווי פארט מען? אהה, מ'פארט צום ים המלח, ווי מיר גייען פארברענגן איבער נאכט אין א שיינע האטעל.

דער דרייווער האט געלעכצעט נאך א שנעלע וועג, האט ער אונז אהין גענומען דורך אראבישע געגענטער. די מענער האבן שטודירט די שטעט ארום מיט נייגער, אבער די פרויען האבן געזוכט שרה'ס קאסטאן זיך צו פארשטעקן פאר גרויס פחד.

נאך א שטיק צייט פארן, זענען מיר אנגעקומען צו די געגענט פון די באדואינער וואס געפונט זיך אויפן וועג אראפ צום ים המלח. די מצב דארט האט מיר צוריקגענומען צו די סצענעס פון יוסף שפיל אין תשנ"א. די ליימענע פעסער פון וואסער, די כאטקעס פון שלאק מאטריאל און דורשטיגע קעמלן ביי די צייט פון ראוד. נאך מער דארשטיג ווי די קעמלן זענען אירע בעל בתים פאר אויסלענדישע גרייצער.

היידא.. ילללהלהלהללה שריי איך אויס בעת'ן ארויפטאנצן אויף א קעמל וואס האט בכלל נישט געשערט מיין ענטוזיאזים. זעהט אויס אז איבער ענטוזיאזטישע טוריסטן מאכן עם נערוועז. ער לאזט ארויס א פרק שירה גרעפס וואס שאקלט אויף די סטרונעס פון יעדע רעכטדענקנדע מענטש און ער פירט אונז ארום אפאר מינוט איבער הערליכע בערג און טאלן.

אה, די שמעק פון זאמד, די טריקענע לופט, די פיס אפדריקן פון די קעמלן און די קול פון אירע גלעקלעך פארבן א בילד פון רואיגקייט. די בילד פירט אונז מיט א צייט-קאפסול צוריק צו ספר בראשית. די קינדערגארטן בילדער פון מיין מלמד באקומען דא קאליר און ריאלעטעיט.

נאכ'ן קעמל רייד בין איך אריין אין די בודקעלעך פון די חברה, ווי איך האב געשמועסט מיט אפאר אראבער איבער זייערע מנהגים און לעבנסשטייגער. זיי האבן אנגעבאטן פארשידענע טשאטשקעס צו פארקויפן, וואס האט זיך גענדיגט מיט א געשעפט פון צוויי פויקן, פאר די נישטיגע סכום פון ניינציג שקל.

יעצט אז מ'האט שוין פויקן, האבן מיר אפגעראכטן א שיינע קארליבאך סטייל קומזיץ אויפן טיפן וועג אראפ צום ים המלח. די פאראנאמע איז געווען וואונדערליך. פון די לינקע זייט זעהט מען ירדן, יריחו, און די ים, און פון די רעכטע זייט זעהט מען פילע שטיינערנע בערג ווען אויף אירע גרעניצן זענען איינגעפלאנצט טויזענטער מאיעסטישע טייטלביימער.

די וועג איז גאר א שווערע. סיי ארויף און אראפ און סיי ווילדע פלוצלונג'דיגע דרייען. מיט מזל זענען די וועגן אפן, ווען נאר א טאג בעפאר זענען טייל געווען פארשפארט צוליב א שווערע רעגן אין ירושלים. מיר קומען אן צושאקעלט, אבער גוט אויפגעהייטערט אז מ'איז ענדליך דא. מ'טשעקט איין אין האטעל, מ'דאווענט מנחה מעריב און מ'גייט זאלץ'ן די כשר'ע פלייש אין ים המלח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו

שליחה דורך גר ותושב »

העיקר חסר מן הספר ווי האסטו אפגעראכטן די יום המנוחה
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דיר נישט בייגעפאלן אז אין דעם יום המנוחה האב איך געפראוועט מנוחה אויף א ברייטע פארנעם? :)

ווילסט כ'זאל דערציילן די חלומות כ'האב געהאט?

ערענסט גערעדט, ס'גרענעצט זיך אביסל מיט גילוי וועל איך נישט שרייבן דערווייל איבער שבת.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:און מ'גייט זאלץ'ן די כשר'ע פלייש אין ים המלח.

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
משולם שטיינפעלד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 975
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך משולם שטיינפעלד »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
מיר זענען ממשיך צו קבר רמבעה"נ, און נאך פילע תנאים אינעם אומגעגענט. די פרומע בריקן אז מ'מוז גיין צום אלטן ביה"ח ווי עס ליגן די תלמידי הבעש"ט. ווען מיר קומען דארט אן זעהן מיר פילע פאליציי בלאקירן די וועג פאר קארס אריין אין די גאס וואס פירט צום ביה"ח. וואס גייט פאר? בעלזער רבי ופמליא זענען יעצט דארט און נאן-בעליווערס זענען נישט וועלקאם.
.


לידיעה בעלמא. מען קען קומען צום אלטן ביה"ח פון אויבן. די עיקר מעלה דערפון איז אז עס איז דא בריוח פארקינג און מען מוז זיך נישט אריינקוועטשן אין דעם דרייוועי וואס האט פלאץ בקושי פאר צוויי קארס. די דריטע קאר זאל פארקן מוז געשעהן די זעלבע נס וואס איז אנגעבליך געשעהן מיטן סטאלינער רבי וואס ליגט דארט ביי די תלמידי הבעש"ט.

יעצט ווער מיר געוואר נאך א מעלה, אז ווען עס איז דא טרעפיק ביים בולגערייער רב, קען מען אויס קרויזן דעם אנשטויס
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

הייסט בולגערייער רב ליגט דארט?

---

זעה איך יעצט אז זיין יארצייט איז אויסגעפאלן שבת כ"ה חשון, ממילא איז זיין זון די בעלזא רבי געקומען דאנערשטאג נאכט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: מיין באזוך אין ארץ ישראל - חשון תשע"ו

שליחה דורך ירא שמים »

דער בעלזער קומט מיט אלע בחורים און כולל אינגעלייט, סאיז א גאנצע מצב דארט.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יא יא. פון די מצב וואס דארט איז פארגעקומען האבן מיר ערשט געמיינט אז ס'איז א טעראר אטאקע. אן א שיעור פאליציי און שוויצערס מכל המינים. יעדע וועג וואס האט געפירט צום ביה"ח איז געווען אפגעשפארט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זונטאג פרשת תולדות, כ"ו חשון. (ח"ב)

אהה.. די זאלץ געווייקטע גוף שוועבט צווישן וואסער און הימל. די נאכט איז שוין באלד דא, און די האריזאנט פינקלט שוין מיט קליינע לעקטערלעך. שווימט א באוועגלאזע גוף אין ים און אטעמט טריקענע לופט פון אן אנדערע פלאנעט. די ים המלח האט נישט קיין כוואליעס, זי איז פחדים'דיג שטיל און רואיג. די וועלט שטעלט זיך דא אפ. נישטא דא קיין נברא, יעדער איז שוין אהיים, אבער איך בין פאראייניגט מיט א בריאה אזוי הערליך און וואונדערבאר.

געבליבן איז אן ארט

העכער ווי די ווארט

אוועק פונעם שפיל שח

נידריגער פונעם ים פלאך

ווי די פיין פון די וועלט

ווערט אפגעשטעלט

ווי מנוחה איז מולך

מ'רופט איר ים המלח

איך בענק צו אירע ברעגן

מיין זעהל צו דערוועקן.


התנערי מעפר וממלח, און מ'פארט אפאר מינוט צו א קפה הויז פאר נאכטמאל. די נאכטמאל האט מען דאן אהיימגענומען צום האטעל, ווי יעדער האט זיך איינקוואטירט אין זייער צימער. אויפן הערליכן טעראסע וואס איז אפן צום טינקלן ים האבן מיר געגעסן נאכטמאל, בעת פון אונטען אין די הויף הערט זיך שיינע מוזיק. צו די שיין פון די לבנה און צו די פינקלן פון טויזענטער שטערן, האבן מיר פארבראכט אפאר איינגענעמע שעה מיט שמועסן, אייז קריעם און פרישע לופט.

גם זו לטובה מורמלט מען זיך אונטער.. צוליב א סיבה מוזן מיר אהיימפארן פריער ווי געפלאנט פון ארץ ישראל – מארגן, דינסטאג נאכט. מארגן איז טאקע די לעצטע טאג דא, אבער זי גייט זיין גאר א רייכע און אקטיווע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מאנטאג פרשת תולדות, כ"ז חשון. (ח"א)

כ'וועק מיך אויף פארגליוועט ווי לוט'ס ווייב אין א מאנסטער מגושמ'דיגער בעט. קיין אבר וויל זיך נישט רירן. ביים דאווענען האט דער מלח סדומית אן אנדערע באדייט. באלד נאכן דאווענען לאז איך מיך נאכאמאל אראפ שוועבן אינעם סדום טייך. איך צי מיך גוט אויס אויפן טייך ווי א קליין געוואקסענער גאסט אין סדום, און איך שלינג בטעות א חרוסת'לאזע שיעור זאלץ וואסער ביטערער ווי מרור, און מ'גרייט זיך אויף א פילע טאג נסיעה.

האט איר אמאל געזעהן בילדער פון אינדיא אדער פון פאקיסטאן ווי אזוי דער עולם גייט חוה"מ האלטן דארט? געווענדליך איז עס מיט א טענדער א גוסס, מיט אווערסייז פעקלעך פון אלע זייטן. אט אזוי האבן מיר זיך ארויסגעלאזט דינסטאג אינדערפרי פון ים המלח. צוליב די יאגעניש פון קענען אריינכאפן וואס מער, האבן מיר אריינגעווארפן אלע פעקלעך אין טענדער, ווי יונגע בחורים די ערשטע מאל צו קעמפ. פעקלעך ביז'ן דאך און נאסע הענג'דיגע בעיטינג סוטס אינצעווישען איז געווען די סצענע. ממש פחדים, אבער אזוי זענען מיר מרגלים געפארן אויסשפיאנירן דעם לאנד יענעם אינדערפרי.

די ערשטע סטאפ איז געווען אין מצדה. מצדה איז בערך א האלבע שעה צפון פון ים המלח, אויפן וועג אריין צו ירושלים. מצדה איז די באקאנטע פעסטונג פון קעניג הורדוס, אויפן שפיץ פון גאר א הויכן בארג. טייל פון אירע צימערן זענען נאך כמעשה גאנץ, און דערציילן פיל היסטאריע איבער די תקופה פון הורדוס בזמן בית שני. דא איז דער קעניג געקומען אויף דאטשע ווען די רוימער זענען אים צו אסאך געקראכן אויף די נערווען. ער פלעגט נעמען א חלק פון זיין ארמייי און במשך אפאר טעג דורכשפרייזן די הייסע מדבר יהודה צו זיין געשמאקען בארג, ווי ער פלעגט פירן א קליינע שטאט פון פאלאצן, פארוויילונגען און גאר רייכע באלן נוסח הורדוס. מ'קען דארט באמערקן פילע שטריכן פון מלחמה, וואס שונאים פון זיין מלוכה האבן דארט שפעטער געפירט און איינגענומען.

מיר פארן ווייטער נאך צוואנציג מינוט צפון צו עין גדי. עין גדי איז פון די שענסטע פלעצער אין לאנד. א גן עדן אינמיטן א טריקענע מדבר. וואסער-פאלן מיט נאטורליכע שווים באסיינען פליסן צווישן א רייך גרינע בערג'יגע לאנדשאפט. עס לעבט דארט יעדער שטיין און יעדער גראזל. מ'באצאלט אפאר שקל און מ'כאפט גאר א געשמאקען שווים צו פיס'נס פון א מאיעסטישען וואסער-פאל.

אה.. די ביינער שפירן אזוי פריש, די ריקן גלייך, און די געמוהט גוט אויפגעלייגט. די ברכות פון לאנד לאזן איבער שפירן אין אונזער נפש. דער ארץ איז זובה חלב ודבש ווי מ'דרייט זיך נאר, און יעצט איז דאס אין וואונדערליכן קיבוץ "עין גדי".

דער קיבוץ איז באוואקסן מיט ביימער און בלומען פון איבער די גאנצע וועלט. א פראכט פון א פלאץ. אלע וועגן און טרעפ אינעם קיבוץ ווערן באגלייט מיט הערליכע גרינע און קאלירטע געוואוקסן ווי פון א חלום. די לופט איז א מיזוג פון טראפיקל און מדבר. די רואיגקייט שפירט זיך איבעראל ביז אין גראסערי אריין ווי מיר דערכאפן זיך די הארץ, מיט אן ענגע סעלעקציע פון כשרות צווייפעל'לאזע מאכלים.

בית הכנסת עין גדי!

"ביהכ"נ עין גדי" איז לויט ארכילאגן די עלטסטע ביהכ"נ צו ווערן אנדעקט אין ארץ ישראל. זי איז געשאצט צו זיין נאך מזמן בית ראשון אדער גאר עלטער. ס'איז א וואונדערליכע מחזה צו זעהן קלאר די אויסשטעל פון א ביהכ"נ מיט טויזענטע יארן צוריק. מ'זעט די מקוואות, די געסעלעך ארום און די מקום ארון קודש. די גאנצע פאדלעגע איז באצירט מיט הערליכע מאזעיאק טיילס, פון ווי ס'ליינט זיך פארשידענע פסוקים און סימבאלן. זייער אינטערעסאנט אפילו פאר יונג און קאלט און בפרט פאר היסטאריע ליבהאבער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

מאנטאג פרשת תולדות, כ"ז חשון. (ח"ב)

מיר פארן צוריק קיין ירושלים. מיר ענדיגן ווי מיר האבן אנגעהויבן. ירושלים אונזער שורש. ירושלים אונזער עבר. ירושלים אונזער עתיד. ירושלים מחמד עינינו.

מ'גייט ארויף צו הר המנוחות. אויף הר המנוחות האבן מיר באזוכט קברי אבות און קברי צדיקים פון אלע שיכטן און קרייזן. מיר זענען אויפן שפיץ בארג פון ווי ירושלים והגלילות זעהט זיך אן אין איר פולסטען פראכט. דער בילד ליגט מיר נאך יעצט גאר שטארק פאר די אויגן. עפעס צינד זיך אן אין הארץ א הונגעריגע בענקעניש צו אונזער היסטאריע. א בענקעניש צו לאנג פארגעסענע צייטן פון ירושלים על תילה. דער דמיון פארבט בילדער פון אמאל. איך זעה אין בילד אידן פארוויקלט אין סחורה'נע טורבאנס שפרייזן מיט זייערע קינדערלעך עולה רגל זיין, בעת די ציגעלעך לויפן פון אונטן און לאזן איבער נאך זיך א שטויביגער רויעך. איך הער קלאנגן פון חצוצרות און אירע נאכפאלגענדע ווידערקלאנגן. די לופט שמעקט פון זיתים און טרויבן, בעת פעדלער פארקויפן ליכט און האניג פאר די פארמערטע עולה רגל ביזנעס. איי, פון ווי קומט אזא שטארקע בענקשאפט צו א דמיון אזוי ווייט...

מ'דאווענט מנחה, מ'כאפט א פיצא משולשת און מ'גייט כאפן א קורצע נאכט באזוך אין אלט שטאט.

אין אלט שטאט האבן מיר דורכשפאצירט געסעלעך צו קבר דוד. קבר דוד איז בעצם אינדרויסן פון אלט שטאט, אבער מ'קומט אן אהין דורך שער ציון פון אלט שטאט. די פלאץ איז געווען שטיל און הייליג. מיר לייענען די היסטאריע און באטראכטן די ארומיגע היסטארישע בנינים און מיר שפאנען זיך געזעגענען פונעם כותל.

דער כותל ביינאכט איז פרעכטיג. ס'איז געווען גאר רואיג און שטיל און מיר זענען קורץ מתפלל ביפאר'ן זיך כאפן אז ס'ווערט שפעט און די הערליכע נסיעה קומט צו א ענדע.

די טענדער גלאפירט איבער די ישראלי הייוועי צום לופטפעלד. די סצענעס פארלויפן פאר די אויגן שנעלער ווי דער הארץ קען זיי אין זכרון איינדריקן. ס'פילט זיך ווי מ'נעמט מיר אוועק פון ווי איך באלאנג. איך פיל ווי א געקידנעפטער וואס מ'פירט אוועק פון זיין טאטע'נס היים. אבער.. ס'איז צייט צו גיין אהיים.

די פליגער הייבט זיך העכער און ווייטער פון מיין בענקעניש. אירע פליגלען זענען ווי מיינע הענט אויסגעשפרייט צום הימל מיט א בקשה פון ברחמים תשוב בביאת הגואל במהרה.


[center]עליית האדומי נשלם בשורה הזאת
ביני ובין החבורה לאות
לתור יְפֵה ההרים והגבעות
בטוב הארץ לטייל ולראות.

בלב ובנפש מקוה
לחזור לקרית התאוה
בלב מלא געגועים ואהבה
נשלם הרשימות, פה קאווע.
[/center]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

באקומען אפאר בקשות אויף בילדער. כ'האף נעקסטע וואכן צו האבן צייט דורך צוגיין די אנדער האלב מיליאן בילדער, בורר זיין די גילוי מתוך האוכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

You wrote that you ate dinner by yam hamelach. Where is there a good place to eat there with a reliable hechsher? Thanks.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אין ים המלח איז נישט דא קיין רעסטוראנסט מיט היימישע הכשרים. איינציגסטע כשר'ע פלאץ איז Cafe Cafei. ס'האט א הכשר פון א חבד שליח אדער די רבנות. מ'זאגט אז דער משגיח איז א מומחה. כ'נעם נישט קיין אחריות, כ'זאג וואס מ'שמועסט אין מקוה. ס'איז קווארטירט אין א קליינע מאלל וואס האט פילע כשר'ע פראדוקטן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט