איך בין א "אייוועלט איד"

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ניין ניין, נישט שלמה מישט צאם, נאר דו מישט צאם. דער עולם (א טייל) האט פיינט קאנטערווערשענל צוטאטן און דערויף זענען זיי מוחה, און דו רעדסט בשם כל הקהל כאילו זיי "שפעטן" פון אומבאזירטע פאקטן. דאס וואס דו זאגסט איז בסך הכל דיין אייגענע פשטל וואס דו האסט מחדש געווען מיט דיין ליטווישן קאפ, כדרכך צו באקן סברות וואס האט נישט מיטן מציאות.

און ווי נאריש איז צו צוגלייכן מיין מוחאה קעגן חרדיזם צו צימערמאן המוחה. אפשר וועסטו זאגן אז די אלע וועלעכע גייען שארף ארויס קעגן אייסיס זענען אויך אזוי ווי אייסיס נאר פונקט פארקערט, אייסיס האסט די נישט סוני מוסלעמענער ביז טויט און זייערע געגנער האסן אייסיס ביז טויט, וד"ל. און בכלל, וויפיל נאך דארף איך אויפווייזן אז אנגעהויבן צו טומלען האב נישט איך "דער צימערמאן פון אנטי חרדיזם" נאר די פרידליכע איינוואוינער פון קאווע שטיבל וואס האבן זיך אריין געריקט אין מיין קאפי פעיסט אשכול, און ווי דער פרידליכער ירא שמים האט זיך אויסגעדרוקט, אז ער האט בקבלה מפי רבותיו אז מען דארף שרייען שייגעץ ארויס, און ח"ו צו זיין א נייס גיי.

און זאג מיר, על מה יצא הקצף, אויף מיינע קאמענטארן אין אנדערע אשכולות, אדער אויף מיינע צוטאטן אין מיין "אייגענע" אשכול?
און וואס זאגסטו, דער עולם דא דולדעט בלויז פאקטן באזירט אויף גאר קראנטע מקורות. זינט ווען?

הער אויף צו באקן דיינע סברות בשם כל הקהל
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

מושב, דער ליטוואק האט זייער גוט ארויס געברענגט, און יא שלמה המלך האט דאס מאל זיך אביסל צומישט, די מאטא פון קאווע שטיבל איז אז עס איז א פארום געמאכט דורך חרדים מיט א אפענע קאפ צו דיסקוסירן יעדע נושא, פון עראפלאן קראכן ביז ווער האט מחבר געווען דער זוה"ק,

דריי הויפט תנאים זענען דא כדי צו קענען שרייבן, 1. כפירה איז נישט ערלויבט, 2. שמוץ איז נישט ערלויבט. 3. שרייבן מיט רעספעקט.

די אלטע חכמים וואס שרייבן שוין נישט דא פאר סיי וועלכע סיבה (וואס איז נישט נוגע יעצט) האבן אבער געשריבן אויף א וועג וואס אפילו ווען מען איז געווען טאטאל מחולק מיט זיי האט מען געקענט פירן א דיאלאג א שמועס, מען האט גערעדט מיט רעספעקט צו א צווייטן מען האט מכבד געווען און געשעצט יעדן מיינונג על אף עס איז אנדערש ווי מיינס, אבער געוויסע אקטיווע חברים האבו פשוט געמאכט א טעות זיי זענען נישט געקומען מיט א ציהל פון שמוען און פארברענגען נאר מיט א שליחות קודש, געוויסע צו זיין א מפיץ אמונה, און געוויסע צו אטאקירן די לעבנס שטייגער פון די מענטשן וואס די שטיבל איז געמאכט געווארן דורך זיי און פאר זיי, און די ווערן טאקע שנעל מיואש, דער מפיץ אמונה ווייל ער ווערט געוואר אז ער ווייסט צו ווייניג, און דער מפיץ דתיות ווייל ער זעהט אז די שטיבל איז נישט געמאכט פאר זיין סארט מענטשן, נאכאמאל די שטיבל איז געמאכט געווארן דורך חרדים פאר חרדים צו קענען רואיג שמועסן און פארברענגען, די אלטע חברים האבן נישט געהאט א ציהל צו אויפקלערן דעם עולם נאר צו שמועסן צוזאמען און זיי האבן געגעבן דעם פארדינטן רעספעקט פאר יעדן איינעם,

לאמיר דיר פארציילן, כאטש איך בין שוין לאנג קיין גבאי נישט, פארט ווען איך באמערק אז איינער האט אטאקירט פערזענליך וכדו' נישט קיין חילוק וועמען וועל איך איהם נאך אלס שיקן א אישי און בעטן צו האלטן די פלאץ רעספעקפול ווייל דאס איז די יסוד פון דער מקום, אבער ווען איינער קומט און שרייב איך האב פיינט חרדים, און אויב האסטו ליב חרדים קענסטו גיין צו אמיש, און פילאזאפיע מיינט שמועסן מיט קריסטן און קאטאליקן איבער זייער גלויבונג, אפענקייט מיינט פשוט צו ציטירן גאנצע שטיקלעך פון דער ברית החדשה, דעבאטירן מיינט ק/פ פון אלע זעלבסט מארט באריכטן פון די לעצטע 10 יאר, ברענגט דאס א קאנטער רעאקציע וואס כאטש אז עס דארף נאך אלס זיין רעספעקטפול איז עס ווייטאגלעך,

אויב ווילסטו טאקע פשוט אויסשמועסן זעלבסט מארד, נעם אלע באריכטן סארטיר דאס לויט באגלייבטקייט, מאך אביסל ריסוירדזש, און קום מיט א דעטאלירטע און רעספעקטפולע באריכט און אנאליז און מען וועט דאס שיין אויסשמועסן.

אונטערשטע שורה קאווע שטיבל האט 3 הויפט תנאים 1. נישט כפירה. 2. נישט שמוץ. 3. רעספעקטפול.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב הנאה אז דו פארשטייסט זיך מיא ליטוואקן, אבער דער דעת רוב המוחים איז דאס נישט. פלענטי אשכולים פון זידלעריי זענען דא שוין געעפנט געווארן נישט מיטן ציל צו שמועסן.

בנוגע דיין ערשטער פאראגראף. די אלטע חכמים זענען טאקע געווען רעספעקטירט, אבער טאקע דערפאר האבן רובם אפגעצויגן פון דא, ווייל זיך צו האלטן רעספעקטירט האבן זיי נישט געקענט ברעכן נארמעס. און איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים. און נאכאמאל, אפילו די "בדרכי נועם" פון די "אלטע חכמים" זענען נישט נתקבל געווארן בברכה.

יעצט בנוגע מיין "אטאקירן": איך זעה איין זאך, אז קיין שופט צדק ביסטו נישט. קוק איבער די אשכולות, און זאג מיר ווער עס האט אנגעהויבן מיט פערזענליכע אטאקעס.

דו ברענגסט פון מיר אז "אויב האסטו ליב חרדים קענסטו גיין צו אמיש". וואס מאכסטו זיך תמעוואטע? האסטו נישט געזען כלפי וואס איך האב עס געזאגט? ירא שמים האט געטענה'ט אז דאס שיינקייט פון חרדים דארף נישט קיין לינק'ס ווייל מען זעט דאס באשיינפערליך פון די אידישע צורה און אויפפירונג, האב איך דערויף רעאגירט אז אי משום הא, זענען די אמיש אויך הייליג. איז דאס אויך נישט געווען די שטייגער פון "די אלטע חכמים" צו רעאגירן?

דערנאך קומסטו מיט א שירה ארטיקלען מיינע אזוי צו זאגן אז איך האב זיי פאררופן אלס אינטעליגענטע אפענע ארטיקלען, בעת עס איז געווען גאנץ איינפאכע (קינדערישע) ארטיקלען , כלשונך: "און פילאזאפיע מיינט שמועסן מיט קריסטן און קאטאליקן איבער זייער גלויבונג, אפענקייט מיינט פשוט צו ציטירן גאנצע שטיקלעך פון דער ברית החדשה, דעבאטירן מיינט ק/פ פון אלע וועבסיידטס".

איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער איך האב שוין דא געשריבן גאנץ אינטעליגענטע ארטיקלען, איבער מוזיק ושירה, היסטאריע איבער אידישע ראציאנאליסטן, און יא, איך האב אויך אנגעהויבן אן אשכול איבער ראשות הפילוסופיה אין טאלעס, דרום טערקיי. און דאס איז אויסער אנדערע אינטעליגענטע תגובות אין אנדערן'ס אשכולות.

און ברענגען שטיקלעך ברית החדשה, אבער נאך ווי איז עס אפנקייט, ספעציעל אז מען ברענגט צו דער זעלבער צייט אויך שטיקלעך פון די כתבי יסוד של השומרונים, און הינדוס, און ווען מען שטעלט מיר נישט אפ וואלט איך געברענגט פון די דרוזים, מאיאנער, מוסלעמענער, ווייקינגס, גריכן, און פילע אנדערע אלטע שריפטן, וואס עפנט א לעבעדיגער פענסטער צום אור אלטן אמאל ככתבם וכלשונם, און ווייזט לעבעדיג פון וואס מענטשן זענען געווען אינספערירט.

און כלפי קאפי פעיסטן וועגן חרידישע זעלבס מארד האב איך מיר שוין גענוג מסביר געווען, און אפילו דאס ביז יעצטיגע מסביר זיין האט נישט אויסגעפעלט פאר די פארקוועטשטע קעפ, און דערווייל פיל איך נישט פאר נויטיג זיך ווידער אמאל צו מסביר זיין.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך דעת תורה »

ס'איז זייער שיין פון דיר אז דו זאגסט ארויס אפן אז דו האסט א שנאה כבושה, און ביסט דא פאר א אגענדע, מיט א גאנצע - אדמיטעדלי, נישט אזא קלוגע - מהלך און סטראטעגיע ווי אזוי אויס צו פירן דיין פלאן.

דא עקא, דאס איז פשוט הייזשעקינג. ק"ש און אירע ליינער זענען נישט דא כדי צו ווערן סיטינג דאקס צו אייערע - אדער סיי וועמענס - אגענדעס. עפנט אייך א בלאג זייט מוחל, און פירט אייערע מערכות כבידות, לכתחילה איז אפילו בעסער א האטליין, וואס איז גאראנטירט מיט טויזנטער צוהערער. אבער ביטע, מיין קאפע הויז וואו איך קום פאר א טרונק און א שמועס, נישט פאר א אסיפה מיט א פארטייאישע אגענדע, לאז געמאכט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

moshav zekeinim האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער איך האב שוין דא געשריבן גאנץ אינטעליגענטע ארטיקלען, איבער מוזיק ושירה, היסטאריע איבער אידישע ראציאנאליסטן, און יא, איך האב אויך אנגעהויבן אן אשכול איבער ראשות הפילוסופיה אין טאלעס, דרום טערקיי. און דאס איז אויסער אנדערע אינטעליגענטע תגובות אין אנדערן'ס אשכולות.

פארפאלן, מושב'ל טייערע, צר לי עליך, כ'האמיך איינגעהאלטן ביז יעצט. טראץ דעם וואס די אומרעכט וואס דו באגייסט דא איז הימל-שרייענד.

אריינצוקומען אין א חרד'ישע פארום באשמוצן חרדים, מיט ביליגע האספולע רייד, באזירט אויף נישטיגע ק/פ מכל אתר ואתר, איז אן עון בל יכופר.

צו רעדן און רעדן און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון די מחאות פון כמעט יעדן איינעם דא אין שטיבל, רעכט צו לינק, למשל [די פאלגענדע זיבעצן ניקס האבן בפירוש אויסגעדריקט א מחאה]:
[tag]שמעקעדיג[/tag],
[tag]בעל מדות[/tag],
[tag]שלמה המלך[/tag],
[tag]ישראל קאפקע[/tag],
[tag]געוואלדיג[/tag],
[tag]ראשעקאל[/tag],
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag],
[tag]ליפא[/tag],
[tag]רימון[/tag],
[tag]משבק[/tag],
[tag]ירא שמים[/tag],
[tag]ירח בן יומו[/tag],
[tag]אהרן[/tag],
[tag]ברוך בער[/tag],
[tag]סביב העולם[/tag],
[tag]יעקב מענטש[/tag],
[tag]Milk shake[/tag],
און אלע אנדערע וואס האלטן די זעלבע, און האבן געלייקט די מודעות/מחאות פון די אויבנדערמאנטע - איז רשעות מאין דוגמתה.

אבער כ'האב נאכאלס געשוויגן.

ביז...

ביז דו האסט מיט אראגאנץ ערקלערט: איך ווייס נישט צו דו ווייסט, אבער איך האב שוין דא געשריבן גאנץ אינטעליגענטע ארטיקלען, איבער מוזיק ושירה, היסטאריע איבער אידישע ראציאנאליסטן, און יא, איך האב אויך אנגעהויבן אן אשכול איבער ראשות הפילוסופיה אין טאלעס, דרום טערקיי. און דאס איז אויסער אנדערע אינטעליגענטע תגובות אין אנדערן'ס אשכולות. ווי כאילו דאס זענען די רוב פון דיינע אשכולות, אדער עכ"פ די קאנטראווערסיעלע אשכולות זענען ממש אומאנמערקבאר אין מושב'ס פראפייל.

ווען דו שרייסט אז דו האסט פיינט חרדים, זאגסטו כאטש אמת, טאקע אן עקלהאפטיגע אמת, אבער פארט אמת. אבער ווען דו שטעלסט אן א תמ'וואטישע פנים, דאן נעמסטו מיך שוין אויך ארויס פון די גלייזן: כאטש זיי מודה על האמת, און אז נישט - גיי איך ווייזן פארן ברייטן ציבור וואס דער אמת איז!

-------------------
פאר ווער עס האט נאך די מינדעסטע ספק וואספארא סארט אשכולות דער מושב האט שוין אנגע'מושב'ט דא אין שטיבל [לקורת רוח כל חכמי קדם. פרעגטס נאר מושב'ן], האב איך דא אנאלטער תגובה וואס כ'האב אמאל אפגעשריבן. ווען דען, אויב נישט ביי אן אנדערע געלעגענהייט ווען מושב האט זיך צולאזט - למורת רוח רוב החברים.

הרי שלך לפניך:
ס'דא א איד וואס האט צוטון מיט די נערוון, וואס באקט מעשיות ווילאנג דאס באשמוצט אונזער קאמיונעטי, ער האט א מאראלישע פראבלעם מיט בעלזע רבי'ס רבי'סטעווע, ער האט אפילו א מאראלישע פראבלעם מיט גאט אליינס, אבער שפירט א פליכט צו געבן דראג'ס פאר א דראג עדיקט.

צווישן אזעלכע טיפזיניגע חקירות איבער בהמות אדער גאר הונט, און צווישן די ערנסטע חקירות איבער ווייסע האר ביי מענטשן און זייער קלוגשאפט, וועט ער ווייטער חוזק מאכן פון אונז אידעלעך, און פון אונזערע רבנים, און גלייכצייטיג רעדן בשבחם פון די משכילים לדורותיהם.

מיינט איר אודאי אז ער איז סתם א נעגאטיווע מענטש, סתם א סעלף העיטינג יומען ביאינג. יא און ניין. פון איין זייט, איז מענטשהייט פול מיט באהאלטענע אכזריים, און [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוזערס אויף ערוואקסענע. אבער פון די אנדערע זייט, האט ער זייער א פאזיטיווע בליק אויף גוים. פון זייערע פילאזאפן ביז זייערע טעקסי דרייווער'ס בפרט. שוין אפגערעדט אז ס'איז דא א באזונדערע מקום בלב פאר זייערע רעליגיעס. אלזא, ער איז א סעלף העיטינג דזשו.

לשבחו יאמר, אז כאטש ער וואלט געוואלט קאווע שטיבל זאל נעמען זיין פארריקטע סטאטוס, איז ער פאר זיך למעשה היבש מסופק אין זיין ריכטיגקייט. דאס האלט אים אבער נישט אפ פון צאמרעדן שטותים און טיפשות בכל עת מצוא.


דאס איז נאר פון זיינע אשכולות, שוין אפגערעדט פון זיינע תגובות פארשמירנדיג יענעמ'ס מאמרים.
אבער גראדע, כוחו גדול במוזיקה והמסתעף, ער שרייבט דארט שיינע אשכולות, און כ'מיין אז דארט זאל ער שרייבן אפטער.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך סאשי פיש »

מושב איך וויל זען דיינע חברים?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך גר ותושב »

moshav zekeinim האט געשריבן:שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.

אם תשובה יש בידך כתוב ואם לאו שתוק ער האט גוט מעורר געוועין האסט וואס צו ענטפערן אדרבה אבער סתם אטאקירן איז דאך באקאנט אז ווען דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלאנגען.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

דעת תורה, דו האלסט טאקע אז מיינע אשכולות זענען "פארטייאישע מערכות"? און האלסטו טאקע אז קאווע שטיבל פארמאגט נישט קיין מערכות אשכולות? (און זאג מיר נישט אז נישט אזעלעכע סארט מערכות העטעך פעטעך).

און אגב, מיט דיר קען מען זיך לעצטנס אפילו אין ריין אינטעליגענטע ענינים זיך נישט אויסשמועסן געהעריג, טאמער דינגט מען זיך מיט דיר כאפט דיר א כעס און די דרוקסט זיך אויס "וואט טהע העל ווילסטו" און אנדערע שיינע לשונות פאר ווער עס איז נישט מסכים מיט דיר.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

גר ותושב האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שש, נאך אזוי לאנג זיך איינהאלטן האסטו זיך ענדליך גוט אויסגעמייכנט. ווייזט אויס אז דער פנינים שזורים אשכול איז נישט גענוג אקטיוו, ביסטו לאנגווייליג געווארן און ענדליך אהער געקומען שימפן מיט דיינע מצמצום'דיגע חברים.

אם תשובה יש בידך כתוב ואם לאו שתוק ער האט גוט מעורר געוועין האסט וואס צו ענטפערן אדרבה אבער סתם אטאקירן איז דאך באקאנט אז ווען דער הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלאנגען.


געענטפערט האב איך שוין גענוג און נאך, און שש האט בעיקר אטאקירט.
דו ביסט בלינד, דו זעסט נישט וואס ער האט געשריבן אין זיין צווייטער האלב פון זיין תגובה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]To whom this may concern

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס די מטרה פון געוויסע ניקים דא איז מיטן ארויפצווינגען זייער שרייבעריי (ליין: זידלעריי) אויף אנדערע מענטשן. אויב א מערהייט פון ניקים האבן אויסגעדריקט קעגנערשאפט מיינט דאס אז זיי האבן נישט די מינדערסטע אינטערעסע צו זייערע מיינונגען. איך פארשטיי נישט וואס די דעבאטע בכלל איז דא. איינער וואס שרייבט און זיינע שרייבונגען זענען נישט מותאם פאר רוב ליינער קוק איך עס אן ווי א פאשקעוויל. וויאזוי פלאנען זיי ארויפצעצווינגען זייערע פינגער אפדריקן אויף אנדערע דורך צארן און שנאה? עמיצער וואס דרייט זיך דא פאר א וויילע כאפט זייער שנעל די מהלך פונעם שטיבל, וואו מען קען אלעס כמעט שרייבן אבער אן א פארעם פון לקנטר. פאר די וואס כאפן נישט וואס מיר רעדן דא, און וויפיל מאל מ'וועט זיי זאגן "קיינער איז נישט נייגעריג אין פאלנע כפירה, האס, און רייצענדע דעמאגאגיע" זאל מעגליך וואטשען די פילם פון ברוס אלמיידי, וואו מען זעט דארט א ביישפיל פון איינעם וואס וויל ארויפצווינגען זיין און געווינען טראסט אויף זיין פרוי. די דעבאטע דא האט מיר דערמאט פון יענע פילם. גארנישט ארבעט נישט מיט געוואלד, נישט ליבשאפט, נישט צארן, נישט דעבאטעס, און נישט שרייבן קעגן די ווילן פון אנדערע. רצונו של אדם זה כבודו.[/justify]
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים

הרב מושב, ריכטיג וואלט געווען אייך צו וואונטשן א "טראגט אייך אפ פון דאנעט". אייער מערכה פארלעצט די רעגולאציעס און איז פשוט אוממענטשליך און נאריש.

נאר פארדעם גיט מיר ביטע צו פארשטיין פארוואס דאס רעאגירן אויף אייער שנאה-אגענדע מיט אנטי שנאה-אגענדע שנאה שטערט אייך אזוי, איז דאס נישט וואס איר ווילט?
אדער האלט איר אז אייער שנאה קאמפיין מוז געענטפערט ווערן דווקא מיט ליבשאפט, פארשטאנד און קאלטע לאגיק דורך מיטגלידער פון די געמיינדע וואס איר אטאקירט, און וועלכע, איר האט שוין קלארגעשטעלט מערערע מאל, איר האט פערזענליך פיינט?

אויך, אלס קלוגער אידל וואלט איר שוין געמעגט באמערקן ווי אומעפעקטיוו, און קאנטער-פראדאקטיוו אזא קאמפיין איז. עס טוט ערנסט בעקפייערן, נישט דא קיין שמועס, אדער דיסקוסיע דא, נאר א עקלהאפטיגע shouting match. און איר פאר'מאוס'ט נאר דער גאנצער פארום און פאר'סמ'ט די אטמאספערע פאר יעדן איינעם דא.

די שולד טראגט איר, נישט זיי, כאטש זייערע פערזענליכע אטאקעס זענען נישט בארעכטיגט. עס איז איר וואס זוכט קאנפראנטאציעס, פרעדיגט האס און פיינטשאפט, און איר וואס האט קרופטירט און פארדרייט לאגישע באזירטע דיסקוסיע צו א מערכה פון שנאה און האס.

צו דעם אלעם איז אייער איצטיגע קלאג-ליד איבער די רעאקציעס עקסטרעם היפאקריטיש.

טוישט אייער סטראטעגיע אדער
#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

moshav zekeinim האט געשריבן:און איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים.


פון "א ווארט צום נייעם מעמבער"
עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, "שלום" ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פירן א מערכה, אבער דא איז נישט דאס פלאץ!!!!

#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישראל קאפקע האט געשריבן:
איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים

#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט
געוואלדיג האט געשריבן:#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט

גם אני מצטרף:
#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט!

ווער נאך חתמ'עט אונטער די פעטיציע?!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך סאשי פיש »

יעדער וואס האט א דעה איבער די ענין זאל עס לייגען אויף זיין חתימה בבחינת א באמפער סטיקער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאשי פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך סאשי פיש »

פארוואס קומט נישט די הנהלה ארויס מיט א קלארשטעלונג?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז א שמייכעל אשכול. מ'זאל עפענען א באזונדערע אשכול מיט פסיכאלאגישע אנאליזען אויף מושב'ס פיהראכץ, חקירות איבער זיין אפשטאם און לעזונגען צו די סתירה פון איינער וואס קען אזוי אין די איידעלע קראפט פון נגינה, און דערנאך רעדט אזוי גראב אויף דער מענטשהייט.
אלע קאווע שטיבעל דענקער'ס און פסיכאלאגען זענען געליידענט אנטייל צו נעמען, אבער נישט אין שמייכעל, נאר אין שבת אחים צו וואס
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

moshav zekeinim האט געשריבן:דעת תורה,

און אגב, מיט דיר קען מען זיך לעצטנס אפילו אין ריין אינטעליגענטע ענינים זיך נישט אויסשמועסן געהעריג, טאמער דינגט מען זיך מיט דיר כאפט דיר א כעס און די דרוקסט זיך אויס "וואט טהע העל ווילסטו" און אנדערע שיינע לשונות פאר ווער עס איז נישט מסכים מיט דיר.


link pls?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדאנק מושב'ס געוואלדיגע רעכט-ערקלערטע הסברים צו זיינע מאטיוון, בין איך אינספערירט געווארן צו לייגן מיין אונטערשריפט כדלהלן:

מושב, צייט צו פאקן פעק, און לאזט אונז [נער'ישע] מענטשן לעבן.
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

שליחה דורך אהרן »

איך בין באמת אביסעלע צומישט מיט דעם מושב, בעסער געזאגט מושב איז אביסל צומישט.

הייבט אהן מיט נשיקות דער עולם הייבט אהן שטעלן קשיות, מען וויל פארשטיין, וואס האט חרידיזם מיט סועסייד? די איינציגסטע אנטווארט וואס קומט צוריק איז, מען דארף גיין אלל די וועי, מען דארף אויפדעקן דעם פארטוך, חוץ מזה איז ער מלא טענות, היתכן מען לאזט אים נישט באריכטן אומשולדיגע נייעס, אבער ווען מען בעט אים א לינק אדער דאטום הערט מען נישט צוריק קיין ווארט עד שבא [tag]ירא שמים[/tag] און צוגעברענגט אפאר לינקס אז מען זאל כאפן וואס דא גייט פאר

סא מושב, ביטע, ווילסט פירן מערכות? גיי קיין אייועלט
ווילסט אויפדעקן די קארפעט גיי קיין פאליש
ווילסט פירן א אפענע דיסקוסיע, דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.


א דאנק.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ציממערמאן??? :רגע: :רגע: ווי ביסטו ווען מ׳דארף דיך האבן, סאיז ל ו ס ט י ג ל ע ב ע ד י ג דא, קום שוין אריבער אהער פארנט פון מושב זקנים איז דא א גרויסע דעמענסטראציע אנגעפירט דורך הרב אדנירם דומץ אמשניוב עד כדי כך אז דער געוואגטער ציגלע שרייבט שוין זיין חתימה מיט רויטע שטרענגע אותיות. ר׳ משה דוד נידערמאן גייט יעצט האלטן זיין דרשה אין ענגליש.

נ״ב מושב סאיז צייט צו עפענען נאך אפאר אשכולות אז די הינט בילט מיינט אז די שטיין איז געלונגען. צו די ביסט יא גערעכט מיט דיינע השערות צו נישט איז יעצט גאר א קליינע נפק״מ אבי ס׳לעבעדיג אין שטיבל :lol: :D :P :) :לאךהויך: :פורים:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

שליחה דורך אהרן »

moshav zekeinim האט געשריבן:אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.


דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
X
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
X
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
X
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.
X
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
פארשפארט