א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]אם הראשונים כמלאכים אנו כבני אדם ואם הראשונים כבני אדם אנו כחמורים – דאס פלעגט מיין מגיד שיעור אין ישיבה זייער שיין אויסטייטשן לויט דעם וועלט'ס ווארט אז א פלאם פייערדיגער בחור ווערט א ווארימער אינגערמאן און א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן. "אם הראשונים כמלאכים" – אויב הויבט מען אן צום ערשט צו ברענען ווי א מלאך, דאן וועט מען צום סוף כאטש בלייבן א מענטש. "ואם הראשונים כבני אדם" – אויב אבער הויבט מען שוין לכתחילה נאר ווי א פשוטער מענטש, דאן וועט מען צום סוף בלייבן אן אייזל.

גאנץ א זיסער פשט, די פראגע איז נאר אויב דאס איז אויך אמת. איז עס טאקע אזוי אז אויב מען איז מחנך א קינד צי א בחור מיט א פלאם פייער, מער פון וויפיל מען פארלאנגט פון ערוואקסענע, דאן וועט ער כאטש בלייבן מיט א טייל פון וואס מען האט אריינגעבאקן אין אים. אדער גאר פארקערט, דער בחור וועט קוים קענען אויסווארטן צו ווערן א גרויסער טאטע און מעגן טון וואס ער וויל, און דאן וועט ער אינגאנצן אראפווארפן דעם עול, און בלייבן ניטאמאל מיט די מינימום.

ס'קען גאר זיין אז אויב א קינד זעט אז מען פארלאנגט פון אים דאס זעלבע וואס מען פארלאנגט פון א גרויסן און נישט מער, דאן וועט ער פארשטיין אז דאס איז די נארמאלע וועג אין לעבן, און אפילו ווען אלס קינד וועט ער זיך נישט אלעמאל קענען באהערשן. אפילו אין זיין קינדערישע מח ווייסט ער אז ער טוט נישט ריכטיג, איז ער אבער דאך נאכנישט קיין מח שליט על הלב, און זיינע מחנכים וועלן דארפן טרעפן מיטלען ווי אזוי אים צו מאכן זיין וואויל. אבער די ידיעות צו וויסן וואס ער דארף באמת צו טון, צו פארשטיין וואס איז ריכטיג פאר יעדן מענטש ווי אזוי זיך אויפצופירן, דאס וועט אים בלייבן אין מח, און ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער שוין האבן די כוחות זיך מתגבר צו זיין אויף זיינע מידות און ער וועט עס קענען פאקטיש אויספירן. און ער וועט נישט ווארטן אויף די מינוט צו קענען אראפווארפן פון זיך דעם יאך וואס מען פארלאנגט נאר פון יונגע, און עלטערע דארפן עס נישט איינהאלטן.

א דאקטער שרייבט אן אפ-עד אין די ניו יארק טיימס דעם פארגאנגענעם פרייטאג. ער שרייבט אז עס איז דא גוטע נייעס אין פעלד פונעם קריג קעגן איבערוואג ביי קינדער. עס שטעלט זיך ארויס אז די געוואלדיגע כוחות און געלט, וואס גרויסע ארגענעזאציעס האבן אריינגעלייגט צו פארבעסערן דאס געזונט פון עסן ביי קינדער, האט זיך אויסגעצאלט. די "ראבערט וואד דשאנסאן פאנדעישאן" האט אויסגעגעבן א האלבן ביליאן דאלער אין די לעצטע זיבן יאר צו רעדוצירן די שעדליכע און נישט געזונטע עסן ביי קינדער און זיי האבן צוגעגרייט נאכאמאל דעם זעלבן סכום ווייטער אנצוגיין מיט זייער ארבעט. אבאמא'ס פרוי פירט א גרויסן קאמפיין אז אין די שולעס זאל מען געבן געזונטערע עסן, און מען זאל נישט קענען קויפן קיין זיסע געטראנקען אין די ווענדינג מאשינען פון די שולעס. און מען דערקענט טאקע א שטארקע רעדוקציע פון איבערוואגקייט ביי קינדער אין אמעריקע.

דער דאקטער טענה'ט אבער אז דאס מאכט אים בכלל נישט פרייליך. ער זאגט אז אין די זעלבע צייט וואס די ראטע פון איבערוואג ביי קינדער איז געפאלן, איז די זעלבע ראטע אבער גאר הויך געשטיגן ביי ערוואקסענע, אויף א פארנעם וואס איז שוין נישט געווען פאר לאנגע יארן. דער דאקטער האלט אז די צוויי שטודיעס זענען דירעקט פארבינדען איינס מיט די אנדערע. טאקע דערפאר ווייל די אלע ארגענעזאציעס קאנצעטרירן זיך בעיקר אויף קינדער, דעריבער קוקן דאס די קינדער אן ווי דוקא זיי טארן נישט עסן די אומגעזונטע עסנווארג, און זיי קענען קוים ווארטן ארויסצוגיין פון די ראמען פון שולע און דאן הויבט עס אן אזוי צו בעקפייערן, זיי רוקן אריין וויפיל עס גייט נאר, און דאס איז די אורזאך פונעם אויפשטייג אין איבערוואג ביי ערוואקסענע.

אין די פריערדיגע יארן האט די רעגירונג געפירט א גרויסן קאמפיין קעגן רויכערען, און זיי האבן זיך דאן אויך פארלייגט דוקא אויף די יוגנט. זייער סלאגאן איז געווען: "מיר ווילן נישט אז אונזערע קינדער זאלן רויכערען". פון איין זייט איז דאס געווען גוט ווייל קיינער האט זיך נישט קעגן געשטעלט דעם קאמפיין, קיינער וויל דאך טאקע נישט אז קינדער זאלן רויכערען, און די אנפירער פונעם קאמפיין האבן געקלערט אז אויב וועט מען נישט אנהויבן רויכערען אין די יוגנט, דאן וועט דאס שוין בלייבן אזוי לאורך ימים ושנים. יעדער האט געשטיצט דעם קאמפיין, אריינגערעכנט די טאבעקא פירמעס. און ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט האבן די טאבעקא פירמעס געמאכט א גאר גוטע אינוועסמענט, ווייל ווי נאר די יוגנט איז אונטערגעוואקסן האבן זיי אנגעהויבן צו רויכערען אויף כח, אז איז געגאנגען א רויך, און טאקע פשוטו כמשמעו. ביי די יוגנטליכע איז אריין אין קאפ אז זיי ווילן שוין קוים אויפוואקסן, און ווען זיי האבן באוויזן צו כאפן א ציגארעטל, האבן זיי זיך געשפירט ווי א גרויסער טאטע.

דער קאמפיין האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א טאטאלער דורכפאל, און דאן האט מען זיך גענומען קאמפיינען קעגן רויכערען בכלל, סיי פאר די יוגנערע און סיי פאר די עלטערע, און דאס האט יא געהאט א גרעסערע סוקסעס. מען האט פארבאטן דאס רויכערען אין עפנטליכע ערטער, און אנגעהויבן רעקלאמירן איבער דאס שעדליכקייט פונעם ציגארעטעל פאר יונג און אלט, און דאס האט שטארק גענוצט צו רעדוצירן די ראטע פון רויכערער אין אמעריקע.

און יעצט – פירט דער דאקטער אויס – אנשטאט זיך צו לערנען פון די אלטע טעותים, מאכט מען נאכאמאל איבער דעם זעלבן נארישן סטראטעגיע צו צילן א קאמפיין דוקא צו די יוגנט ביים קאמפיינען קעגן אומגעזונטע עסן.

דאס איז מער ווייניגער וואס דער דאקטער האט צו זאגן. און ווארשיינליך איז ער גערעכט. ולענינינו איז די זעלבע זאך, אויב שטעלט מען אוועק אז עס זענען דא אנדערע סטאנדארטן פאר יונג ווי פאר אלט, דער יונגל און בחור מוז זיין אויסנאם גוט, און אלס יונגערמאן מעג ער נאכלאזן, דאן טויג דאס אויף כפרות. דער יוגנטליכער ווארט נאר אויף די מינוט וואס ער וועט אנטון די גרויסע טאטע-שיך, און דאן וועט ער זיך קענען אויפרייסן און טון וואס ער וויל. פוק חזי מאי עמא דבר.

די ריכטיגע וועג איז צו רעדן און מחנך זיין קינדער לויט ווי אזוי זיי דארפן אויסקוקן ווען זיי וועלן זיין ערוואקסענע. דער קינד האט פונקט דער זעלבע מח ווי אן ערוואקסענער, און ער כאפט אויף זאכן נאך שנעלער און בעסער ווי אן ערוואקסענער, און ווען מען רעדט צו אים די זאכן וואס וועט אים צוניץ קומען ווען ער וועט עלטער ווערן, דאן וועט דאס ווערן אריינגעבאקן אין זיינע ביינער און דאס וועט בלייבן ביי אים אויף אייביג. אבער אז מען רעדט צו אים ווי צו קינד, מען פארלאנגט פון אים קינדערישע זאכן וואס ער וועט נישט דארפן טון שפעטער, דאן ווען ער וועט עלטער ווערן וועט ער בלייבן קרח מכאן וקרח מכאן. דאס וואס מען האט אים געלערנט אין די יוגנט, דאס איז דאך שוין יעצט נישט נוגע. און דאס וואס ער דארף יעצט טון אלס ערוואקסענער, האט מען אים דאך נישט געלערנט. און יעצט גיי לערן אן אלטן בער טאנצן.

אודאי רעדט מען אנדערש צו א קינד ווי צו אן ערוואקסענעם. דאס איז אבער נאר דער צוגאנג, דער וועג ווי אזוי צו רעדן צום קינד, אבער די נושאים, די פארלאנגען, די זאכן וואס מען וויל אז ער זאל טון, די זאכן וואס מען וויל ער זאל נישט טון, דאס דארף זיין די זעלבע סארט זאכן וואס ער וועט ווייטער דארפן טון זיין גאנץ לעבן.

ווען איך טראכט צוריק פון מיינע קינדערישע יארן, פון די מלמדים ומחנכים ביי וועמען איך האב געלערנט, זע איך דא במציאות. די מלמדים וועלכע האבן גערעדט צו אונז מיט שכל, זיי האבן ערקלערט וואס זיי ווילן אזוי ווי מען רעדט צו אן ערוואקסענעם מענטש, זייערע ווערטער און לימודים געדענק איך נאך ביז'ן היינטיגן טאג און עס ליגט מיר אין די ביינער. כאטש וואס דעמאלט – זייענדיג א קינד – האב איך עס נישט אזוי גוט פארשטאנען, האט עס אבער מיין מח אויפגעכאפט, און איך האב דאס שפעטער געקענט איינקעשן. ווידער די אנדערע וועלכע האבן זיך אויפגעפירט – אזוי ווי דאס רוב פירן זיך – ווי צו קינדער, קען איך נישט איבערזאגן היינט וואס איך האב געלערנט פון זיי.

איין פראבלעם איז נאר דא אז ווען מען איז מחנך קינדער אזוי ווי ערוואקסענע, דאן קומט נישט אזוי גוט אויס די בילדער אלבום. א גרויס חלק וואס עלטערן און מחנכים פארלאנגען פון די קינדער איז נישט מיט'ן ציל זיי מחנך צו זיין פאר די טובה פון די קינדער, נאר פשוט אז דאס בילד זאל אויסזען גוט. אז די עלטערן זאלן קענען שטאלצירן מיט'ן קינד. אז דער מלמד זאל זיך קענען אהערשטעלן מיט געלונגענע תלמידים. אז דער מוסד זאל האבן שיינע בילדער צו ווייזן ביים דינער. אויב אבער שניידט מען ארויס דעם טייל פון בילד, קען מען זיך מער קאנצעטרירן אויף די טובה פון די קינדער, מען קען רעדן צו זיי דאס וואס וועט זיי צוניץ קומען א לאנגע צייט שפעטער, וואס דאס איז דאך דער עיקר ציל פון חינוך.

לאמיר טוישן דעם סלאגאן: "א פלאם פייערדיגער בחור ווערט אן אייז קאלטער אינגערמאן, און א ווארימער בחור בלייבט א ווארימער אינגערמאן".

חנוך לנער על פי דרכו, גם כי יזקין לא יסיר ממנו.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב אמאל געזאגט 'בן סורר ומורה נידון על שם סופו'. ער הייבט אן גנב'נען צו עסן פלייש און וויין ביז ביז ביז, ער הרג'ט מענטשען, עיי"ש (סנהדרין עא:).
פרעגט זיך דער קשיא, דער אינגעל איז יעצט ברמצוה, ער הייבט ערשט אן. פון וואנעט ווייסטו אז עס ווערט ערגער? אפשר ווערט ער בעסער? ער וועט צוביסלעכווייז ווייניגער גנב'נען, ווייניגער זויפען, ווייניגער פרעסען, ביז ער וועט זיין א צדיק גמור. פארוואס האלט מען אז ס'איז בארג אראפ?
דער תירוץ איז רבותי, אז אייזיק ניוטאן איז גערעכט געווען. גרעוויט"י. אלס גייט אראפ, אלעס פאלט, דער וועלט וואקסט מיט די פיטם אראפ. ווען מ'הייבט אן לערנען אגאנצע טאג, דערנאך לערנט מען א האלבע טאג. ווען מ'הייבט אן מיט הויזען, ענדיגט מען מיט האלבע הויזען. און ווען מ'הייבט אן מיט טרטימר בשר ולוג יין, לאזט זיך אויס מיט אן עומד בפרשת דרכים ומלסטם את הבריות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך גר ותושב »

@ברסלבער זייער שיין אבער דיין אויספיר פון חנוך לנער על פי דרכו קוקט אויס א סתירה צום ארטיקל.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זאגסט גוט ליטוואק, אבער נישט דאס איז די נושא. א קינד וואס געוואוינט זיך צו צו גנב'ענען, דאס איז א זאך וואס איז אסור אויך פאר אן ערוואקסענעם, דארף מען זען ער זאל דאס אויפהערן צו טון. ווען מען לערנט אבער אויס פאר א קינד א זאך וואס דער עלטערער דארף נישט טון און טוט טאקע נישט, וועט דאס נאר בעקפייערן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גר ותושב האט געשריבן:@ברסלבער זייער שיין אבער דיין אויספיר פון חנוך לנער על פי דרכו קוקט אויס א סתירה צום ארטיקל.

איך האב דאס אנגערירט אינעם ארטיקל.
ברסלבער האט געשריבן:[justify]אודאי רעדט מען אנדערש צו א קינד ווי צו אן ערוואקסענעם. דאס איז אבער נאר דער צוגאנג, דער וועג ווי אזוי צו רעדן צום קינד, אבער די נושאים, די פארלאנגען, די זאכן וואס מען וויל אז ער זאל טון, די זאכן וואס מען וויל ער זאל נישט טון, דאס דארף זיין די זעלבע סארט זאכן וואס ער וועט ווייטער דארפן טון זיין גאנץ לעבן.[/justify]

עפ"י דרכו דארף מען אים אויסלערנען זאכן וואס גם כי יזקין לא יסיר ממנו.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

'כווייס, נאר דער ווערטעל מיינער ליגט מיר אין מאגען. אוודאי ביסטו גערעכט אז די הצלחה פון א חינוך זעט זיך נישט ביי קינדער וואס טייטלען שיין, און נישט ביי זיידענע בחורים וואס שאקלען ערליך, נאר טאמער ערוואקסענעהייט האט דער קינד מיט וואס צו לעבען. דער פארצייטישע מנהג פון פראקען די קינדער צו דאווענען ווען דער טאטע שמועס'ט, איז א חינוך צו שקר.
איך בעט שוין א שטיק צייט אז מ'זאל דא מאכען א חינוך אפטיילונג. איך וויל ארומשמועס'ן און פרעגען חוות דעת קדשם פונ'ם עולם אויף פארשידענע טעמע'ס. טאמער דער עולם וועט אויך בעטען, אולי יחוס עם עני ואביון
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בעט שוין א שטיק צייט אז מ'זאל דא מאכען א חינוך אפטיילונג. איך וויל ארומשמועס'ן און פרעגען חוות דעת קדשם פונ'ם עולם אויף פארשידענע טעמע'ס. טאמער דער עולם וועט אויך בעטען, אולי יחוס עם עני ואביון


קריינא דאיגרתא, עפן א אשכול און מען וועט דיר העלפן, עס וועט אי"ה זיין זייער אינטערעסאנט און באלערנד.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט אשכול, נאר אן אפטיילונג וויל איך. אזוי ווי ס'איז דא 'אנשי שם' וכדו'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

חינוך איז א צווייג פון געזעלשאפט. שרייב אין די געזעלשאפט פארום.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

די האסט א טעות אין די גאנצע מימרא
עס מיינט נישט אז מען דארף מחנך זיין עפעס וואס עלטרע טוהן נישט ווייל עפעס גייט בלייבן
עס איז פשוט א מציאות ווי ליטוואק האט געשריבן גרעוועט"י ציהט אראפ מען דארף מחנך זיין טאקע ווי מען דארף אויסזעהן שפעטער אבער די מציאות איז אז רובא דרובא גייען טאקע מיט א שטאפל אראפ ופוק חזי...
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אמת. איך זוך נישט דוקא צו לערנען דעם מימרא בעיון. וואס איך ברענג ארויס איז אז אויב לערנט מען אויס פאר קינדער איבערגעטריבענע זאכן וואס זיי וועלן שפעטער נישט קענען נוצן אין לעבן, א זאך וואס איז גאר שטארק איינגעפירט אין אונזערע רייען, דאן וועט דאס זייער שטארק בעקפייערן שפעטער. ופוק חזי...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ברסלבער האט געשריבן:חינוך איז א צווייג פון געזעלשאפט. שרייב אין די געזעלשאפט פארום.

חינוך פראגע'ס באלאנגען אין אחיעזר, ניין?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לית דין בר נש - שקר איז שקר. ווען מ'פרעדיגט זאכען וואס מ'האלט נישט דערביי, איז עס שקר. קיין גוטע זאך קומט נישט פון ליגענט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט אשכול, נאר אן אפטיילונג וויל איך. אזוי ווי ס'איז דא 'אנשי שם' וכדו'


הייב אן מיט א אשכול און נאך דעם וועט דאס ווערן א באזונדערע אפטיילונג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך רימון »

שיין שיין, ברסלבער.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

PDF, ס'מיר צו שטארק געפאלען.
https://copy.com/eBrWgEjnMBHzel3J
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב דא אנגעהויבען בעז"ה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: א ווארימער בחור ווערט א קאלטער אינגערמאן?

שליחה דורך ירא שמים »

סאו די טאטעס גייען נישט טארן נוצן קיין סענסע אזוי וואו די בחורים? אדער די בחורים גייען קענען האבן א געפילטירטע סמארטפוין אזוי ווי די טאטעס?
פארשפארט