איך בין א "אייוועלט איד"

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

שליחה דורך ירא שמים »

[tag]שבת אחים[/tag] פון וואו נעמסטו די אלע סמייליס?
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אהרן, דא שטעקט דיין טעות, איך האב בכלל נישט אנגעהויבן א דיסקוסיע, איך האב בלויז אנגעהויבן מיט א ליסטע פון חרדישע זעלבס מארדן, און צו אטאקעס האב איך רעאגירד ווי מען רעאגירד צו אטאקעס.

און אויף דיין טענה אז מען האט מיר געבעטן לינקס האב איך שוין געענטפערט אויפן פלאץ אז איך קען מיר נישט אויס וויאזוי צו ליפערן א לינק. וואלט מיר איינער דאס אנגעוויזן וויאזוי דאס צו מאכן וואלט איך עס אוודאי געברענגט, נאר מען איז געווען ביזי אטאקירן און וויסן דעם אמת.

און באמת, האב איך מיר דא אונטער גענומען צו ברענגען געלינקטע אינפארמאציע? האב איך געעפנט אן אשכול באזירט מפי השמועה, אז מה?
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס קומט נישט די הנהלה ארויס מיט א קלארשטעלונג?

וואס איז טאקע פשט???
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

קומט אן אלטער זעצער פון אלד עידזש האום, און מושב'ט אן אלע אשכולות, קאווע שטיבל איז לעצטנס געווארן א גרויל!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז א שמייכעל אשכול. מ'זאל עפענען א באזונדערע אשכול מיט פסיכאלאגישע אנאליזען אויף מושב'ס פיהראכץ, חקירות איבער זיין אפשטאם און לעזונגען צו די סתירה פון איינער וואס קען אזוי אין די איידעלע קראפט פון נגינה, און דערנאך רעדט אזוי גראב אויף דער מענטשהייט.
אלע קאווע שטיבעל דענקער'ס און פסיכאלאגען זענען געליידענט אנטייל צו נעמען, אבער נישט אין שמייכעל, נאר אין שבת אחים צו וואס

אין די היסטאריע פארום
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

פאר ווער סעהאט געוואלט פארשטיין און זיך געווינדערט, פארוואס איך האב געפענט דעם אשכול ארויסצוגעבן א סוכות אויסגאבע, און טאג שפעטער פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט, דא האט איהר דעם תשובה, ווינאר איך האב באמערקט אז מושב האט איבערגענימען די לייצעס, האב איך געוויסט ביי מיר חד חלק, אונז גיימער קיין פארטנערס נישט זיין אין דעם פראיעקט, און יעצט למעשה, חברה, איך האב נישט קיין סך צוצילייגן, עס דרייען זיך דא גרעסערע און קליגערע שרייבערס ווי מיר, איך קען נאר אויסדריקן מיין פאדריסונג מיט די רעשט ק"ש מיטגלידער אויף דעם פאברעך וואס שפילט זיך דא אפ. מושב דאס לעבן איז אונז זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, טוה מיר א פערזענליכע גענאדע און שפאציר אוועק פון דא, לאז די מענטשהייט במנוחה.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך יואב »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א טשאלענט מיט חזיר און קעז איז פונקט אזוי שווער אויפ'ן מאגען ווי מיט פלאנקען


שטארק!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אהרן האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:אהרן, איך קען דיר נאר ענטפערן איין זאך: קוק איבער מיין קאט און פעיסט אשכול בכובד ראש און זעה וויאזוי עס איז צו געגאנגען. דערנאך אויב האסטו נאך פראגעס קום צוריק.


דאס זענען געווענליך די כללים פאר א דיסקוסיע;
1- ווען די מאכסט א קלעים זיי מסביר וואס לדעתך די סיבה איז.
X
2- ברענג מקורות אויף וואס די שרייבסט.
X
3- מאך זיכער עס איז האסן פריי.
X
4- רעכן זיך כבוד המקום וחבירים.
X


באזירט אויף אייערע הנחות דא, זייט ביטע מסביר פארוואס איר האט געגעבן אן עקס פאר די אלע פיר תנאים
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלמה המלך האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אסאך האבען שוין אריינגעהאקט, אבער איך וויל נאך צולייגען.
למעשה זענען דא אסאך וואס דרייען זיך אין דער חסידיש'ע געזעלשאפט וואס ס'באדערט זיין קשיא'ס אין אמונה. מאנכע זענען קלוגע, מאנכע זענען פארביסען און אנדערע האבען געוויסע נושאים וואס עסט זיי אויף. אבער אסאך האבען איין פראבלעם. זיי שפירען ביי זיך דערשטיקט, זיי קענען זיך אין ערגעץ נישט אויסגעבען. דעריבער זענען זיי אין געפאר אז איין שיינע טאג וועט אלס פלאצען, און ווער ווייסט וואס וועט אלס זיין דער collateral damage. ווען זיי האבען א וועג ארויסצולאזען זייער קשיא'ס אביסל און זען אז מ'נעמט עס ערנסט און דער וועלט קומט נישט צו א סוף, קענען זיי ווייטער לעבען מיט'ן אנערליכע רנגלעניש. ווען מ'וואלט אלס אויפגענומען מיט דרך ארץ, אפילו דער וואס ס'קומט זיך איהם נישט כגון moshav zekeinim ודעימיה, וועט יענער מסוכנ'דיגע איינזען אז זיין קשיא'ס זענען נישט קיין גאנצע סתירה צו דער לעבען, און אפילו ער שרייבט זיך נישט איין, ער רע'אגירט נישט, מ"מ קען מען איהם בארו'איגען דערמיט.
לדעתי דארף מען דאס אויך נעמען אין חשבון.

אבער פארוואס מאכען א קיגעל פון דעם???
עס איז דא געניג אידען וואס האבען נישט קיין קשיות אין אמונה און אפילו אויב יא ווילען פארט לעבען און זיך מחזק זיין מיט אמונה, דארף זיין א עקסטערע שטיבל מיט ספעשלס וואס קענען זיך באנעמען מיט אט די חברה! אבער עס איז beyond אונזער מהלך
עס איז דא אלע ערליי organisations עס איז זיכער דא וואס ווייסען וויזוי צי האנדלען די חברה, ווער זאגט אז ק"ש איז א פלאץ פאר קשיות אין אמונה? אדער פאר מענטשען וואס האבען קשיות?
וועסט דאך אוודאי פרעגען ווער זאגט אז ק"ש איז פאר מיר? גיט געפרעגט... גיב א קיק וויאזוי און מיט וועם עס האט זיך געגרינדעט און זאג די דעם אנטווארט..
און אפילו נישט דאס איז איינמאל קלאר אז מ'דארף מאכען א טיילונג ווי אין אונגארען... משלנו או לצרינו
90% פון ק"ש איז יעצט נישט ציפרידען מיט'ן וועג וויזוי עס לויפט יעצט!
הוא אשר דברנו זאלען די מנהלים אפמאכען פארוועם עס איז געמאכט און די אנדערע וועלען גרינדען א נייע בלאג!
אבער דאס איז קלאר עס ארבייט נישט ציזאמען....

שלמה המלך: איך מעג פרעגן פארוואס פונקט יעצט האט זיך אנגעצינדן דער גרימצארן פון כל הקהל הקודש הזה אויף איין געוויסן ניק. ה"ה מושב זקנים. על מה חרה אפו וחמתו בערה בו פון די גאנצע קהילתנו הקדושה. אמת דער מוש"ז האט געוויסע אפיניאנס און מיינונגען וועלכע געבן אמאל א קיצל און אפילו א שטעך. זיינע מיינונגען און אויסדרוקן זענען וואס מ'רופט..."אוואנט גארד"... נישט איעדער פארשטייט וואס דער אויסדרוק מיינט. אבער ס'איז זיכער דא א גרויסער טייל פונ'ם עולם וועלכער פארשטייט וואס דאס וויל זאגן.
רבותי. ההני העני ממעש (ומדעת). איך בין נישט מער ווי א פשוט'ער בעל עגלה, וועלכער פארשטייט צו גארנישט מער ווי געבן עסן פאר די פערד און זיי גוט אנשמייסן אז זיי זאללן פארן שנעלער... אבער דאך ביטע דער עולם כולנו (אויסער מיך, שטייצעך) חכמים. כולנו נבונים זאללן מיר ביטע מסביר זיין לפי קט שכלי וערכי פארוואס די באמבע האט פונקטליך יעצט געפלאצט. האט ער געשריבן עפעס אפיקורס'יש. ביטע ווייזט מיר אן אויף דעם ספעציפישן מאמר אדער אויסדרוק....
החותם מתוך צער עמוק בלב... :cry:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס מאל האט מש"ז אפענעהייט געשריבען אז ער האסט חרדישיז'ם און אמאל איז ער מודה אז ער האסט חרדים אויך. וע"ז יצא הקצף. ווען ער זאגט נאר מיינונגען וואלט מען ארומגעשמועס'ט. אבער יעצט האט ער ארויסגענומען זיין געווער פון זיין הויזען והבערה ללהב יצאת
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס מאל האט מש"ז אפענעהייט געשריבען אז ער האסט חרדישיז'ם און אמאל איז ער מודה אז ער האסט חרדים אויך. וע"ז יצא הקצף. ווען ער זאגט נאר מיינונגען וואלט מען ארומגעשמועס'ט. אבער יעצט האט ער ארויסגענומען זיין געווער פון זיין הויזען והבערה ללהב יצאת

ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ פאר אזוי גוט מסביר זיין אז אפילו א פשוט'ער בעל עגלה ובזמן קריב קען עס אויך פארשטיין...!
דעם אויסדרוק און מליצה..."הבערה ללהב יצאת"...האביך ערגעץ געזעהן. איך מיין אין חת"ס...!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

פרעגסט גיט רעב בעריש, אביסל אנטפער האסטו שוין געקריגען איך וועל נאר צילייגען אביסל
באמת איז דאס אן אריכות הדברים נאר איך האב נישט קיין צייט נערווען און געדולד מסביר צי זיין, און מחוור זיין הדברים כשמלה די השלתשלות הדברים פון ווי די צרות דא האבן זיך אנגעפאנגען און ווי עס האלט יעצט.

ועל מה ועל מי יצא הקצף!

איך האב נישט געגרינדעט ק"ש און איך בין נישט די פאן טרעגער דא, אבער איך בין פון די ערשטע און אלטערע שבתוכינו, און פון די הייפעלע יודען וואס האבען זיך אויפגעהויבן פון איי וועלט און אוועקשפאצירט נישט ווייל מיר זענען ווייניגער יוד אדער חרדי, פרום, היימיש עהרליך וכדו' ווי זיי, ניין אונז זעמער אלע פון איין טייג געקנאטען, מיר האבן נאר נישט סובל געוועהן די צענזור און איינזייטיגקייט און אנדערע פראבלעמען פונעם אייער וועלטל, ממילא האט מען געמאכט שבת פאר זיך.

אבער לאמיר דאס קלאר שטעלען פאר אייך:
מיר אלע! - איך רעד פון יענעם זמן - זענען חרד'ישע היימישע חסיד'ישע יודען! און מיר זענען "נישט" גרייט צי טוישן רעליגיע בשו"א און מיר זיכען אפילו נישט די וועג ארויס פונעם "באקס" אדער פונעם "סיסטעם" אין וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!!! די הערסט קלאר??? יא חזר איבער מיר זענען חרד'ישע היימישע חסיד'ישע יודען! און מיר זענען "נישט" גרייט צי טוישן רעליגיע און אפילו נישט ארויס פונען "באקס" פונעם "סיסטעם" אין וואס מיר זענען אויפגעצויגען געווארען!!!

נאר וואזשע דען, עס באדערט אונז פארשידע זאכען און פארשידע זאכען זענען שטארק ווייטאגליך אונעם סדר ביום און אינעם הלוך ילך פון אונזער לעבען, און מיר זיכען ציזאמען עצות ותחבולות אן עצה צי געבען, מיר שמועס'ן דאס אויס באנאזאם, מיר קרעכצען באנאזאם און מיר בעטען גאט ב"ה באנאזאם זאל אונז חונן דעת זיין פארבעסערן דעם מצב ווי ווייט מעגליך און א בחינה פון איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! און מיר וועלען זיך אזוי לאנג אויסשמועס'ן און פרובירן זיך צי העלפן ביז אונז וועל מער געהאלפען ווערען!!

מיר געבען נישט אויף אונזער אמונה פאר סיי וועלעכע פרייז דאס וועט אונז קאסטן! מיר זענען איבערגעקומען די צדוקים און די קראים, די מענדלזוניסטן און כת ש"ץ מיר זענען איבעגעקומען די השכלה און אויך היטלער... אזוי וועלען מיר איבערקומען די נייע רשעים'לעך - און מיר ווילען אויף דעם אופן בלייבען אויף אייביג לנצח נצחים!

אונזער אמונה באשטייט פון די דרייצען אני מאמין'ס וואס די רמב"ם האט אונז געלערענט! ביי אונז איז יעדע מאמר חז"ל הייליג און טייער! אפגעזעהן צי מיין גרויסע חכמת שלמה פארשטייט דאס צי נישט, צי די גדולי המחקר זענען איינשטימיג צי זיי, אונזער מסורה גייט קבלת משה מסיני דורך געגאנגען אונזערע רבי'ס רשב"י ותלמידיו האר"י הק' ותלמידיו און די הייליגע בעש"ט ותלמידיו!

מיר זענען נישט גרייט צי הערען שימפף רייד, לצנות וכדו' אויף חשבון פון אונזערע פארגייער במישירין ובעקיפין אויף קיין איינע וואס מיר האבען אויסגערעכענט און וועלען זיך אננעמען אויף זייער כבוד בכל התוקף מיט ציין און נעגל עד הסוף!!!

מיר זענען העכסט ציפרידען אויף דעם וועג, און מיר וועלען בעזהשי"ת אונזערע קונדער אויך אזוי אויפציען... מיר זענען דאנקבאר פאר אונזערע עלטערען פאר אונזער חינוך און פארן באשעפער פאר אלעס! אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!!!

פונקט ווי קינד באקומט א גרויסע ירושה וואס ער קען מיט זיין קליין שכל אלעס פארטאכעווען אין איין מינוט שטעלט מען אפיטרופסים ער זאל דאס נישט אנווארען אזוי לאנג ביז זיין מח איז שוין אנטוויקעלט אין דעמאלץ גיט מען אים אהין דאס פעקל, דאס זעלביגע מיט אונז! ווען אונז זעמער געווען קליין האב מיר געקענט טראכטען אנדערע וועגען זענען בעסער אבער ב"ה מ'האט אונז אריינגעצווינגען אינעם סיסטעם, יא ב"ה פארדעם! היצטערט זענען מיר שוין גרויס און מיר קענעם שוין מאכען אייגענע החלטות און טוישען אויב אונז וויל מער! קיינער צווינגט אונז שוין נישט! אבער מיר זענען זייער ציפרידען אויך דעם וועג! יא עס האט אסאאאאאך פראבלעמען און שטרויכלינגען אבער אונז וועל מיר אלעס פרובירען אויסארבעטען דאס בעסטע וואס מעגליך!!! בע"ה

און טאקע ווייל אונז לעב מיר אין א שווערע דור מלא נסיונות און יעדע קלייניקייט זיכט מען כל מיני עצות מען זאל מיר נישט פארפארען, מיר לעבען אין א אפענע וועלט וואס האט אונז געברענגט אסאך גיטס און אסאך צרות יגון ואנחה, און אונז וועל מיר פרובירן ניצן די טעכנעלאגיע זיך צי האלטען צי די אויבערדערמאנטע!

ק"ש נאט זיך אנגעפאנגען אלץ א גרויסע ישועה פאר יודען יראים ושלימים וואס זענען פאריאגט און פארפלאגט, מ'וויל זיך אביסל אויסטשוכענען די נערווען, און טאקע יא מיט די טעכנעלאגיע, נישט ווייל אונז האלט מער לכתחילה אזוי, נאר ווייל דאס איז למעשה די מציאות!!! אז אונז זיץ מיר אויפ'ן קאמפיוטער, אונז וויל מיר נישט קיקען קיין פארנאגראפיע! און אונז וויל מיר נישט קיקען די אלע גרויליגע בלאגס פון די אויפגעקלערטע חברה! ניין!!! אויסדריקליך נישט...

ב"ה אונז זעמער אויך נישט קיין בהמות אסאך פון אונז האב מיר געניג און נאך ברייטע ידיעות, און אונז וויל מיר זיך מרחיב זיין די ידיעה און אלעם, אונז וויל מיר זיך אן עצה געבען מיט די יום יומית'דיגע אישו'ס וואס מער ווייניגער טראג מיר אלע דער זעלבער יאך!

ק"ש האט דאס לכתחילה און מיט די צייט שיין מסדר געוועהן אויף א הערליכען אופן למשל צי מאכען אן עקסטערע צימעס, און אן אחורי הפרגוד, וכדו' וכדו' פארשידענע גיטע אויפטוען פאר אונזערע היימישע חרדישע יודען און אזוי איז דאס געפארען פון אנפאנג.

אבער ציביסלעך האט מען אנגעפאנגען אביוזען דעם ליבעראליזאציע וואס ק"ש האט פארגעשטעלט VS איי וועלט, און די פאר'סמ'טע חברה זענען געקומען צילויפען! אהה געטראפען ווי צי גרעפעצען און.... זיי האבען אנגעפאנגען אריינרוקען סם דא און דארט! אזוי תמ'עוואטער'הייט אריינגעווארפען שטינק באמבעלעך פון די זייטען און געקיקט די רעזאלטאטען צי עס וועט זיין א פייער צי נישט! צי וועט מען זיי ארויסיאגען ווי מוואלט ווען געטוהן איבעראל, צי מ'וועט זיי פארשוינען.

באמת זענען מיר אליין שילדיג, אונז וואלט מער געדארפט גלייך שטורעמען און שטארקען מיט די פיס!!! דא איז נישט קיין טוילעט!!! ווער עס דארף גדולים זאל מוחל זיין ארויסגיין, און מאכען קיין פאלושען אין די לופט, אבער מיר האבען געהאט שיריים קושמארען פון איי וועלט און מרובירט צי זיין "נייס" איידל! נישט שרייען, שטיפען און שטויסען... שיינער הייט זיך אויס'טענ'נען וואס דאס האט אונז גארנישט געהאלפען נאר געברענגט ווייטער און ווייטער טיפער און טיפער.

איך האב נישט קיין נערווען פאר חזרה, די אלע אשכולות וואס האבען זיך אנגעפאנגען דא און דארט, אבער די אביוזערס האבען געזעהן עס געשעהט גארנישט ווי כאילו אונז באמערק מיר נישט, אדער עס באדערט אונז נישט וכדו' האבען זיין געריקט נאך און נאך ביז לעצטענס ווען די כופרים האבען זיך געהעריג אראפגעצויגען די הויזען! אויסגעטויהן דעם שלייער און ערקלערט "איך קים דא מיט א שנאה כבושה" וכדו'

איי ווי איז ענקער מענטשהייט? וואס גייסטו צי יענעם אין דיינינג רום צי יענעם אין בית מדרש און פארקויפסט דיין בויך וויי, פארוואס רעכענסט די זיך נישט מיט אונז אז מיר זענען נישט נייגעריג אויף דיין דברי כפירה? דיר געפעלט בעסער דעם קריסט אדער מוסולמענער וכדו' אדער די חלוני וכדו' געזינטערהייט גיי אהין בלאג ארום אגאנצען טאג, אדער זאל מייכענען אויפ'ן צווייטען מיט אן אימפעט! מיר זענען נישט געגאנגען און מיר גייען נישט אין ענקערע בלאגס און אויב יא פארקויף מיר ענק נישט אונזערע השקפות! וואס קימסטו דא מיט דיין פארביסענקייט און טרעטס אויף כל הקודש לנו!!!

דאס רשעות גרייכט אזוי ווייט אז זיי ווייסען גאנץ גיט וואס באדערט אונז, און טאקע אויף דעם שפילען זיי מיט אונזערע נעווען!! די רשע מרושע #גיי_ארויס_פון_דא און לאז אונז לעבען!!

ק"ש איז נישט דיין פלאטפארמע פאר דיין צואה רותחות און נישט די קיר השטן ווי די זאלסט זיך אויסמייכענען, אונז האב מיר אונזערע אייגענע פראבלעמען מיט וואס מיר דארפען זיך ספראווען און מיר זיכען עצות אויף דעם....

צום שלוס:

האף איך די אלע האבען פארשטאנען קלאר אונזער שטעלונג.... און מיר אלע בעטען די מנהלים און אחראים אז עס געניג געוועהן מיט די איגנארענץ!! ס'איז צייט פאר ערענסטע שריט.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

היצטערט נאך מיין אריכות, קיק די ערשטע אייעלע וואס דער אדמיניסטראטור דער מייסד השטיבל האט געלייגט ביים גרינדען דעם נעסט! ווי ער שריבט דאס אין איין וארט....

הודעהדורך admin » מאנטאג פעברואר 27, 2012 10:16 pm

די ווירטואלע וועלט איז א חלק פון דעם היינטצייטיגן לעבן און עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, שלום ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.

אט דאס איז זיינע ווערטער אן מוסיף אדער גורע זיין....
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

געוואלדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:און איך וויל אויסער שמועסן אינטעליגענטע שמועסן יא פירן א מערכה, און נישט בדרך טענה, נאר דוקא בדרך שנאה, ווייל דאס האלט איך איז מער ריכטיג אין פאל ווען מען האט צו טון מיט שליטי אימים.


פון "א ווארט צום נייעם מעמבער"
עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, "שלום" ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.


איך פארשטיי אז דו ווילסט פירן א מערכה, אבער דא איז נישט דאס פלאץ!!!!

#טראגט_אייך_אפ_פון_דאנעט
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

יא עס איז @געוואלדיג
איך בין מיט דיר אלל דע וועי
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

ר' שלמה; אייערע דיבורים זענען טאקע יוצאים מן הלב, אבער ביסט זיך טועה ומטעה.

'מושב' איז נישט דער גרעסטער כופר אין קאווע שטיבל און נישט דער צענט גרעסטער. מ'האט זיך פשוט ארויפגעכאפט אויף אים ווייל ס'פעלט אים די פרעסטיזש ווי אויך די פיינעסס פון אנדערע. וכאן מצא בע""ח מקום לגבות.

לויט אייער וויזיע זענט איר אין די 'ראנג', קאווע שטיבל שטעלט נישט צו וואס איר זוכט, ליידער.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

מפוזרי קיינעם גייט נישט אן צו ער איז אן אפיקורס צו נישט, ער מעג אפילו זיין צימערמאן אליין וואס קומט דא מאכן פאן. ס'איז ''וואס'' מ'שרייבט און ''וויאזוי'' מ'שרייבט עס. שלמה המלך איז ספאט אן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

איך האב מיר בעיקר באצויגען צו שלמה'ס לאנגע תגובה.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

מפוזרי האט געשריבן:ר' שלמה; אייערע דיבורים זענען טאקע יוצאים מן הלב, אבער ביסט זיך טועה ומטעה.

'מושב' איז נישט דער גרעסטער כופר אין קאווע שטיבל און נישט דער צענט גרעסטער. מ'האט זיך פשוט ארויפגעכאפט אויף אים ווייל ס'פעלט אים די פרעסטיזש ווי אויך די פיינעסס פון אנדערע. וכאן מצא בע""ח מקום לגבות.

לויט אייער וויזיע זענט איר אין די 'ראנג', קאווע שטיבל שטעלט נישט צו וואס איר זוכט, ליידער.

עס איז זייער קלאר אז דער אלטער קאקער איז נישט דער איינציגסטער! אבער ער האט זיך דער ערשטער אראפגעצויגען די הויזן!!! גערעדט קלארע דיבורים ער קימט מיט א "שנאה כבושה" ממילא האט ער גאבאסט דעם אייטער באבעל וואס קוועטש אונז שוין לאנג!

והשנית איך האב געברענגט די ווערטער וואס דער מייסד פונעם שטיבל האט געשריבען "פארוועם" און "פארוואס" ער האט געדרינדעדט די שטיבל!
ממילא איז מיין פלאץ דא און אפשר דיינס נישט... יא יא מ'האט עס טאקע אוועקגעדרייווט פאר עוועי... אלענספאל איך גיי מיך נישט לאזען ווערען אריינגעשלעפט אין קטנות המוחין!! יעדער האט קלאר פארשטאנען וואס איך האב געשריבען... איך האב אפשר שטארק געצויגען דעם שטריקל אויף רעכטס מער ווי דער דרך הישר, אבער אז די גרועים האבען נישט קיין פראבלעם מיטן עס שלעפען אויף לינקס טא פארוואס לא יהא כהנת כפונדקית?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

שליחה דורך מפוזרי »

דיין טענה צו אים איז ווייל זיין סטייל איז צו גראב און אופענסיוו? אדער ווייל ער גייטס צו לינק? זיינע קלארע דיבורים זענען ווייט נישט אזוי דיסטעיסטפול ווי די באהאלטענע - גאנץ אפענע - סארקאזם, גרימשעצונג, חויזעק און ביטול וואס מ'הערט דא כסדר פון די שענסטע לייט אין שטיבל. ס'זעט אויס ווי דו האסט פשוט מורא אנצוהייבן מיט די גרויסע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

ניין בכלל נישט, איך בכלל נישט מורא געהאט אנציפאנגען מיט די גרויסע, אסאך גרויליגע ביליגע לצנות איז טאקע געקומען פון אנדערע רח"ל אבער איך מיך נישט געהאלטען פאר די פאן טרעגער, און נישט געהאלטען ביים שרייען שבת אין די גאסען (ליידער) צימאל האב איך יא געעפענט א פיסק און עס געגאנגען אהין צירוק ביז איך האב שוין נישט געהאט קיין נערווען אדער מיין צייט האט מיר עס נישט ערלויבט האב איך אוועקגעוואקט און פערטיג.

(איך האב טאקע פארדעם באקומען ווייניג לייקס און די אלע האבען מיך טאקע דיסלייקט אויב זיי האבען מיך מטעות אמאל געלייקט! ווי כאילו די קטנות איז נוגע.. (איינמאל האט מיך איינער געשריבען לויב ווערטער אין אישי און געזאגט אז ער וואלט מיך ווען געלייקט ברבים אבער... יא) וועגען דעם וואס איך האב זיי געזאגט וואס אנדערע שעמען זיך צימאל ציזאגען!)

עכ"פ דער אלט געזצענער האט פשוט געבאסט דעם באבעל ווי איך האב שוין געשריבען, ער האט נישט אויפגעהערט מיט זיין חזיר פיסק, קיק נאך אביסל זיינע תגובות ווי ער האט אין יעדן נושא געטראפען דם פראבלעם פון חרידיזם... משוגענער איינער הער שוין אויף! ניין HE WENT ON AND ON
ביז מ'האט אים געפרעגט מה זה האט ער גענפערט דאס איז מיט א חשבון!

אויב אזוי אז עס איז מיט א חשבון האב מיר אן אלטען חשבון מיט דיר אויך!! און יעדער האט אויסגאגאסען דאס נאטירליכען ווייטאג אויף אים... גארנישט מער

און די אלע וואס טוען דאס וואס ער נאר מיט א שלייער זענען עתיד ליתן את הדין!!! פאר'ן פאר'סמ'ן די יוגענד מיט אזעלעכע דברי בזוי אויף אונזער שטאם און גלויבען... נאר וואזשע דען איך בין נישט גאטס פארזארגער לאז דעם אלמעכטיגער גאט קער נעמען פון וועם ער וויל און ווער ער וויל, אבער אלץ פינטעלע יוד האב מיר געשפירט פאר א פליכט אז דער זקן ממרא מיז פארשריגען ווערען!! וזה הוא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איך בין א "אייוועלט איד"

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שלמה המלך האט אונז אראפגעלאזט א פאסיגע דרשה. פארוואס פאסיג? ס'איז דען געשטאנען אזעלכע דברי חכמה דארט? ניין. אבער אלס א קורא פסוק במקומו איז עס זייער פאסיג. ווייל די אשכול האט דאך א קעפיל, וכידוע וואס דער רבי ר' מענדילע האט געזאגט "ווען ס'איז נישט קיין קאפ, איז דער ס"מ בראש". אין דער קעפיל שטייט "איך בין א "אייועלטניק", און דער מבול פון אותיות פאסט טאקע דארט אריין אין אייוועלט.
קודם זע'מיר ארטאדאקסישע (מיינט מ'עסט נאר כשר'ס, נעה, מ'ברענגט נאר צום מויל עפעס וואס האט נישט דער מידנעסטע חשש) היימישע, (הייסט מ'עסט קינדעל שמח"ת און מ'לייגט ח"ו נישט קיין פלאסטיק טישטוך אויפ'ן טיש שבת, ווען ס'איז מעגליך איינער וועט קומען זען 'שטייט זיך) ולא נח דעתיה ביז ער האט זיך אויסגערופען אלס, טאדאדאם, א חסידיש'ער איד (דאס בין איך נאך נישט זיכער איהר באדייט, אבער ס'דוכט זיך ס'האט מיט זיצען מיט נאסע פאות פאר'ן דאווענען און קוקען ווי א האן אין בני אדם אין עפעס א ספר מיט מיסטעריאוזער שטערעלעך אינדערמיט, וואס דער דרוק זעט אויס אז מ'האט געטינקען דער מאשינקע אין אן עיוכ"פ מקוה פאר'ן דרוקען).
אבער דאס איז נישט מער ווי אן אריינפיהר צום פונקט. דער עיקר איז אז די דאזיגע גלויבונג איז נישט אויף אפצוקויפען. ניין! פאר קיין שום געלט נישט! זאג נאר, איינער האט דיר געמאלדען געלט?! אין חומש (דער ספר פון ווי אלס האט זיך אנגעהויבען) ווערט אזא איינער דערמאנט "אם יתן לי... מלא ביתו כסף וזהב...", ס'האט איינער דיר געמאלדען געלט? איך בין אויך אן ארטאדאקס, אבער בשם אלע נישט חסידיש'ער קען איך דיר זאגען אז מיר האבען קיין דאללאר פאר דיר! אדרבא מעלד דו אונז געלט, וועט מיר דיר אפשר אויפנעמען פאר די ריכטיגע פרייז. אונזער געלט האט מען אלס אויסגעגעבען אויף צוועלף אתרוגים פאר סוכות און זיך איינקאסירען ישן מעהל פאר די ווינטער. ס'איז אפשר געשמאק זיך איינצורעדען אז מ'שטייט דא ביי עפעס א נסיון פון חנניה מישאל ועזריה מיט א נגדוהו, אבער דערווייל בעט מען דאס נישט פון דיר. יא, ביים זאגען ק"ש און ווען מ'זעט א פייער ברענען און ביי יעדער איבעריגע מינוט, אבער נישט דא און נישט יעצט און נישט דורך מושב מיט שבת.
סך הכל וויל ער אויסברעכען זיין אומאיינגענעמער מיינונג אין דיין שטיבל. מיש נישט אויס דיין אומבאקוועמלעכקייטען מיט נסיונות אין אמונה.
דיין גאלדענע קייטען און רייכע טראדיציע רעדעכץ לאזען זיך הערען ווי איינער וויל זיך אליינס איינרעדען און איבערצייגען. טאמער דו גלויבסט אין תורת משה פונקט ווי דו גלויבסט אין דער אר"י און דער בעש"ט ביסטו אויף געזונטע צרות. אמונה אין תורה איז י"ג עיקרים. אמונה אין קבלה איז קיין עיקר בכלל נישט. דער וואס גלויבט נישט אין קבלה איז נישט קיין גרעסערע אפיקורס ווי דער רמב"ם זעלבסט. און אין בעש"ט איז נאך א קלענערע מצוה. סך הכל ווילסטו קיין דאללאר נישט נעמען צו גלויבען פונקט ווי דער חזו"א און פיל אנדערע וואוילע אידען האבען געגלויבט.
דיין נוסח קעגען אונזער אנשמירער'ס לייגט אונז אלע אין א פלאנטער. הבט ימין וראה...שמאל ולא אמצא. פון ביידע זייטען זע'מער צוקוועטשט. דער לינקער רעדט חזרי'ש און דער רעכטער רעדט קינדעריש.

מושב האט פארחזר'ט מיט נידריגע אומבאזירטער אטאקע'ס אן א תכלית פון תיקון. אלס אנדעריש איז #notinmyname
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20151222_191923-2.jpg
פארשפארט