אלעס זייער פיין, אבער ביז.... ס'קומט צו מיר אליין

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

אלעס זייער פיין, אבער ביז.... ס'קומט צו מיר אליין

שליחה דורך מאטי »

אך, וואס פארשטייען זיי צו הערינג די אינגע מענטשעלעך מיט קוים א מנין אפיקומנ'ס העכער די בר עונשין, מ'גיט זיי אביסל מייאנעיס מיט ציבעלעך, פישעלעך פארצוקערט און צעדרוקט  ויקרא שמה בחסידים "העררינג!"

דאס ביסעלע טאלאראנץ וועפערירט ווי א בלעזל ווען א פרעכע לאקס-געמויזעכטס ליב-האבער האט די העזה איינצוטינקן א העררינג-דעזיגנירטע אייער-קיכל (ווער ס'האט צאמגעשאדכנט דעם נאמען אייער מיט קיכל איז לדעתי נידון בצואת מאטזיאש רותחות) אין פוסטע לאקס קובעס, ס'טייטש! נישטאמאל א ווייטע קוזינע צו העררינג. "זכרנו את הדגה" אייסערט זיך דער העררינג טראדיציאנאליסט מיט א הונגעריקע מינע אויפן פרצוף, "די גאנצע שטיקער,  דעם חתיכה הראויה להתכבד, מיט די טונקל-בלויע הויט, פארקלאפט מיט דורכזיכטיגע זאפט אין דעם גלעזערנעם שאכטל, מיט לאטיינישע רש"י בוכשטאבן UNGARS," פארוואס פארקויפן זיי דאס שוין נישט די היינטיגע געשעפטן.."

ס'איז ביי מיר קיין ספק נישט, אויב וואלט דער יעניגער זיך מתפרנס געווען פון העררינג, אז ער וואלט - לשם פרינציפ - זיך מתנזר געווען פון פארקויפן  די אלע פריש-אויפגעקומענע מינים שונים און וואלט אנגעפילט די פאליציעס בלויז מיט די איינציג פארבליבענע אמאליגע העררינג אויף וואס דער  קאמפאזאטירער פון דעם פתגם; "במקום שאין איש איז העררינג.....וואטעווער," האט אריגינעל מכוון געווען בשעת מעשה.
~~~~~~~~~

איך לאז אים נישט אריין, כ'לאז קיינעם נישט אריין! כיכי...פארוואס עפעס,  קענסט אודאי דעם וויץ, ניין?  ווען עמיצער צינד אן די בלינקערס אין נ.י.ס. מיינט ער צו זאגן "פליז לאמיר נישט אריין.." כיכקע...

און דער זעלביגער אויבערחכם ווען ער איז מחליט אז זיין וועהיקל מיט אן אחור לא ישוב ריקם פון א צוועלעף באקינדעלטע מאמע, דארף שוין יעצט זיך אריינפאסן צווישן צוויי וויידעל-געצוימטע שכנים אויפן ראוד און פארמעסטן זיך מיט חוצפה אים צו בלאקירן איינטריט..  "תחת הנאציס יעלו ציונים" עפנט זיך א מויל מיט קצף, פארגינט מיר נישט, וואס? שפארט זיך פינעף מינוט, שלעכטע מענטשן..אומפארגינערס.. אוי גייעך דעם אריינקאטן..

~~~~~~~~

"פאר א שווארץ פעפער קריכט ער מיר אויף די געהירן," ער'ט א גאנצן מצוה טאנץ זיך באקלאגן אויפן בדחן וואס גייט אויף די נערוון, "וואס פעלט אויס בכלל א מצווה טאנץ, א באנדע משוגעים, און מ'צאלט אים נאך!''

אבער ווען דער בדחן לאזט אויס דעם אכצן יעריגן שוואגער מטעם "אל תיטוש" אז בלויז מה יקר זאגער פארדינען א פלאץ ביים גארטל, וועט ער אפשטעלן דעם זאל מיט א קאפע! ס'טייטש, מ'האט פארגעסן דעם חתן-בחור!! והשתא דאתית להכי וועט ער עובר זיין אויף "שמא ירבה" און צולייגן דעם תינוק הצריך לאמו אויסגעצויגן אויף צוויי בענקלעך. ס'איז שוין בכלל נישט שפעט יעצט.

ווי זאגט דער גוטע בוך: "איך האב פיינט ראסיסטן און אויך שווארצע."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אומגלויבליך! מאטי איז דא צוריק, און מיט א זאפטיגע אשכול.

הערליך שיין, גוטע געדאנקן צאמגעפלאכטן [-מלשון 'שזורים'. "ביז ס'קומט צו מיר אליין"...], רייכע פעדער, הפלא ופלא!

דיין סטיל דא האט מיר דערמאנט אין ונבנתה'ס מהלך הכתיבה, והמבין יבין.
באניצער אוואטאר
ambulance
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:02 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

שליחה דורך ambulance »

זייער שיין
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

יענקל׃ יוי דער בעל תפילה ציט דאך די נערוון, אויך מיר א בעל תפילה

נעקסטע וואך, יענקל האט יארצייט.

כעעעעעעסססססעעעער יתנו לך...קעבבבבביצעיי
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: אלעס זייער פיין, אבער ביז.... ס'קומט צו מיר אליין

שליחה דורך בר-כוכבא »

[emoji28]
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
פארשפארט