קראצמעך / קראץ-מיך

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

קראצמעך / קראץ-מיך

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין די היינטיגע אכשר דרא עפאכע איז מחמת סיבות שונות ומשונות גענצליך פארגעסן געווארן דער אמאליגער געהויבענער יו"ט פון "קראצמעך", וועלכע פלעגט געפייערט ווערן דורך גדולים וטובים אשר ממימם אנו צמאים ובזכותם אנו מתים.

לקראת דעם בעפארשטייענדן יאמטעף, האב איך אביסל גענישטערט אין ספרי הדורות ווי אויך אין די ארכיוון פון די היסטאריע בוכער, און געטראפן א שיין ביסל חומר איבער דעם יו"ט, וואס כ'וועל טיילווייז דא אראפגעבן בקצרה, למגינת לב הקוראים.

דער אוסטא-קוטשקע רבי ז"ל פלעגט זיך אויסדרוקן, אלמלי איך וואלט געווען בימות חז"ל וואלט איך צוגעלייגט צו די משנה, לא הי' ימים טובים לישראל כימי הקראצמעך! ס'טייטש, א גאנץ יאר ווען איך קראץ מיר שפיר איך זיך מגושם; קומט אבער דער געהויבענער טאג וואס מיר האבן באקומען במתנה צו קראצן, דאס איז דער גרעסטער יו"ט ביי מיר! און ער האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט קומען דעם יו"ט צו אים וועט האבן א התעלות און שפירן א ספעציעלן טעם אין קראצעריי, און וועט אים ארויסשלעפן פון שאול קראצמעך.

מדקדקים פלעגן זיך נוהג זיין ביים קראצן די פוס אין מקוה מוסיף צו זיין מחול אל הקאקאש אין דעם טאג ביתר שאת וביתר שווייס, ווייל עס איז מסוגל צו קראצן. אין מאנכע מקוואות האט מען אפילו ארויפגעשטעלט ספעציעל פאבריצירטע שטעכעדיגע גאפלען אויף די טרעפן אין בור, כדי די וואס רייבן און קראצן זיך די פוס אין די טרעפלעך זאלן נהנה זיין מזיו השטעך של הגאפל.

אין ווארשא און די אומגעגענט זענען געווען ספעציעלע געשעפטן וואס פלעגן פארקויפן רוקן קראצער, און לכבוד דעם טאג האט מען כדרכם ארויפגעשרויפט דעם פרייז פי אלף, און אידן פלעגן שטיין מיט פארגרעסערונג גלעזער און קויפן א שיין שטיקל קראצער, א הדר ממש. א טאג נאך דעם קראצמעך חגא פלעגן די פרייזן טראסקען אין די אדמה און מען האט געקענט קויפן א טוץ קראצערס פאר א נישטיגע קאפיקע. אבער די ערליכע פלעגן מקפיד זיין צו קויפן יעדן יאר א פרישע בעפאר דעם חגא בכסף מלא. נאר די קילע משכילים האבן געקויפט פאר ביליג אויפן קומענדיגן יאר.

אמאל האט זיך געמאכט אין איינע פון די קראצמעך טעג, ווען א קינד וואס האט געוואלט אריבערגיין די גאדער האט אמאל געבעטן דעם באלאגאנ'ע רבי'ן "פליס קראס מיך" האט דער רבי, כרדכו בקודש, זיך שטארק געבייזערט, און געקרעכצט לאמר, איי, די היינטיגע יונגווארג, אין אזא טאג זאגט מען "קראץ מיך", נישט "קראס מיך". און במשך דעם וועג האט ער זיך מתמרמר געווען פארוואס מען גיבט נישט אריין א ווארעמקייט אין די יוגנט צו זאגן קראץ מיך, ומי יבין בסוד הבאלאגאן.

אבער די מהדרין מן המהדרין האבן זיך נישט באגענוגענט מיטן קראצן זיך אליינס, נאר ווי דער נאמען פונעם יו"ט אינדיקעיט, האבן זיי באפוילן זייערע נאנטע מקורבים אדער משמשים-בקאקאש "קראץ מיך".

אין מערערע חסיד'ישע הויפן, ווי די רבי'ס פלעגן קויפן די א"ב בעקישעס, פלעגט מען מדקדק זיין עס צו קויפן לכבוד דעם קראצמעך טאג, און עס באנייען אינעם חגא מיט א שהחיינו. וואס, איר האט נישט געהערט פון דעם א"ב בעקישע? אה, לאמיך אייך מסביר'ן. אסאך רבי'ס, אנשטאט קויפן די טרויעריג-באקאנטע געבלומטע קאלירטע בעקיטשעס מיט בלומען און פייגלעך, פלעגט זיי קויפן א בעקיטשע מיט אלע סארטן קאלירטע אלף-בית אויפגעמאלן. דאס האט זיך גערופן די "הייליגע בעקישע", וואס מיט דעם איז דער רבי קיינמאל נישט אריין אין בית הכבוד אדער אפילו אין בית המרחץ. ביי די סארט בעקישעס, האבן די רבי'ס געוואוסט גענוי וואו יעדער אות/קאליר איז פלאצירט, וכל כך למה, ווייל ווען עס האט אים געקראצט פון אונטן, פלעגט ער זאגן דעם גבאי, "קראץ מיר דארטן ביים רויטן ענדע-צדיק, און אביסל ארויפציהר ביי די גרינע למד קאטשקע", אזוי ארום האט דער גבאי געוואוסט פונקטליך וואו צו קראצן, ביז דער רבי האט געגעבן אז שאקל זיין הייליג האנט און זיך אויסגעדרוקט במתק לשונו "שוין, סטאפ!". אלזא, די א"ב בעקישעס זענען געווען דעזיגנירט פאר קראצן, און דאס האט מען געקויפט לכבוד קראצמעך.

דער פריערדיגער מילקשעיקער, וואס האט מקפיד געווען אויף ניטל גאנץ דעצעמבער ע"פ קבלת אבותיו, פלעגט אין דעם גרויסן טאג גיין אין א גאר הייסע מקוה, און נאך שחרית זיך אראפזעצן אויף א ספעציעלן בענקל, מיטן בויך צום אנלאנער, און דער רוקן צום המון עם, און די משמשים האבן שוין געווארט אויפן רבינ'ס באפעל, ווען ער האט אויסגערופן מיט זיין באסאווע שטימע בקול רעש גדול "קראץ מיך"! והנה, 3 גבאים – וועלכע האבן זיך שוין חדשים פריער נישט געשניטן די נעגל לכבוד די מאורע – האבן זיך גענומען קראצן דעם רבינ'ס רוקן פאר עטליכע שעות נאכאנאנד, בעת דעם רבינ'ס אויגן זענען געווען פארגלייזט און האט געמורמלט מיטן מויל, ווי צב"ש 'מי שלא טעם טעם רוקן קראצעריי זו לא טעם טעם טוב מימיו'!, איינמאל האט ער אזא קרעכץ געטאן, 'אה, וואס פארשטייט דער גוי! אלמלי זיי העטן נאר איינמאל געשפירט דעם געהויבענעם טעם וואלטן זיי דאך אפגעלאזט די אלע אנדערע תאוות און געקומען טרינקען אונזער מילקשעיק'.

די חסידים פלעגן צוקוקן די עבודת הקודש מיט גרויס התפעלות, ווי דער צדיק וקדוש גייט אן שעות ארוכות און לאזט זיך קראצן אן אפשטעל! מען האט געזעהן באשיינפערליך דעם וקווי ה' יחליפו כח. דער רבינ'ס רוקן איז געווען רויט נאכן קראצן, און האט געמאכט תנועות משונות ונפלאות די גאנצע צייט, און נאכ'ן קראצן איז ער מאכטלאז אריינגעפאלן אין א טיפן שלאף. תיכף נאכן רבינ'ס עבודת הקודש, האבן אלע חסידים ההולכים לאורו זיך געווענדעט צום שכן "קראץ מיך", און אלע חסידים האבן געקראצט דעם שכן פאר 5-10 מינוט, עס האט זיך געהערט אזא קראצעניש איבערן היכל וואס האט געשפאלטן וואסערן.

scratch-my-back.jpg


אין געוויסע חסידישע הויפן פלעגט מען אפיר נעמען די נוי סוכה לעמפעלעך פאר קראצמעך, און טראץ וואס מאנכע האבן זיך מתנגד געווען דערויף און געווארפן אייער אויף די לעמפעלעך מיט א תירוץ פון 'חוקות הגוי', האבן אנדערע גדולים ממליץ טוב געווען דערויף אז עס איז שוין נתקדש געווארן דורך אן אנדער מצוה, און אמאל בשעת די קאלירטע לעמפלעך האבן געשיינט אינעם חצר, האט דער מאחאצקער רבי זיך אנגערופן, 'כאטש דער יסוד פונעם יו"ט שטאמט פון די טמא'נע גויים, אבער מתאמרא בשם צדיקים, ווי אזוי עס גוי'אישט זיך, אזוי אידישט זיך'. ודפחחח כריין.

אבער דאס אלעס קומט נישט צו צום קרעטשניצ'ער הויף, אה וואס דארט האט זיך אפגעטון! חסידים פארציילן מיט נאסטאלגיע ווי דער רבי פלעגט אריינקומען יעדן קראצמעך און זיך געשטעלט אויף זיין כבודו במקומו מונח, און אויפגעהויבן די 2 פוס אויף א ספציעלן בענקעלע וואס די חסידים פלעגן ממליץ זיין דערויף מרכבה לשכינה, רגל הרביעי, אנדערע פלעגן זיך אויסדרוקן "רגליים לדבר", עכ"פ דארטן פלעגן דעם רבי'נס שטוב מענטשן זיך אראפבייגן מיט רעספעקט צום רבינ'ס הייליגן רגל, און געקראצט דעם רבינ'ס פוס מיט אייפער, בשעת דעם רבי'נס צורה איז געווען רויט פאר'דביקות'ט און געמאכט גרימאסן און מפה קדשו איז כסדר ארויסגעקומען קרעכצן מתוך אהבה... איי איז דאס געווען דערהויבן, אייסערט זיך א חסיד שוטה. נישט איינמאל האט מען געקראצט עד זוב דם און דער רבי מיט זיין מסירות נפש האט דאס ניטאמאל אינאכט גענומען! דער רבי פלעגט מעורר זיין די פוס קראצערס אז זיי זאלן האבן די ריכטיגע כוונות ביים קראצן, די זעלבע כוונות פון די פצעי וואס קומט פון די טשיקן פיסלעך, וואס איז ר"ת עמך ישראל צריכין פרנסה, וואס האט צו טון מיט די רגלים, מחמת ממונו של אדם שמעמידו על רגליו. אן אנדערס מאל האט ער געזאגט שפעטער ביים טיש אז ער האט מכוון געווען די כוונות פון קשר"ק, קראצן רייבן שטעכן קרעכצן וכו'. איין מאל ביים טיש האט זיך דער רבי פאר'חלומ'ט און זיך פארקוקט אויף צמח דעם סופר. שפעטער האט דער רבי זיך אנגערופן, אז מנצפ"ך גראמט אביסל מיט קראצמעך.

ווען דער רבי האט אמאל באקומען א וואטצעפפ מעסעדזש פון אן אנדער רבי'ן א קאלעגע אנגעהויבן מיט די ווערטער ק/פ, האט ער רעפלייט: וואס מיינט דאס ק/פ, ק'ראצן פ'יס? האט אים דער אנדערער רבי צוריקגעענטעפרט, נע, עס איז א ארטיקל פון ק"ש.... האט דער רבי ווידער געפרעגט, וואס מיינט דאס ק"ש? ק'ראצן ש'טארק? ומה עמקו מחשבותיו וזר לא יבין את זאת.

נאך די פטירה פונעם ערשטן קרעטשניצער זצ"ל האט דער מיטעלער רבי איבערגענומען די מלוכה און כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', אבער דארט האט פאסירט א מערקווירדיגע געשיכטע, אז דער רבי איז געווען זייער טיקליש בלע"ז, און ווי נאר די שטוב מענטשן האבן אנגעהויבן קראצן זיין פוס האט ער אויסגעבראכן אין א הילכיגן געלעכטער און זיך אזוינס געווארפן אז ער איז אומגעפאלן אינאיינעם מיטן בענקל... זינט דעמאלס האט דער מיטעלער רבי געמוזט משנה זיין פון די מצורע און זיך לאזן קראצן בלויז דעם רוקן.

מאחורי הפרגוד (נישט די ניק, כ'מיין פארום) האב איך געהערט אז 'נר מצוה' ארבעט אויף א גרויסע אויסוואל פון עטליכע ערליי רוקן קראצערס און פוס קראצערס – מיט בעטעריס און אן – אין פארשידענע סייזעס פאר קטנים וגדולים – וועלכע וועט בקרוב פארקויפט ווערן אין אלע גראסערייען (און מעגליך אויך אויף עמעזאן), און אזוי ארום צוריקברענגען צו אונזער ארימע דור די גלאררייכע פארגאנגענהייט.

א פרייליכן קראצמעך!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הא הא הא
שמעקי עז יוזשועל. :D
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

עס שמעקט דא גאנץ גוט :like
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאכן ליינען אזא זאפטיגע ארטיקל, שרייען אלע מיינע גלידער 'קראצמעך'. איך קען נישט נאכקומען די גרויסע פארלאנג, די פיס פאדערט זיינס, די רוקן שטייט פארבויגן אין א זייט בשועת תחנונים, אפילו די האר פון קאפ שטייען ווי אויסגעצויגענע זעלנער אין צאר'ס ארמיי, און ווארטן פאר זייער 'קראץ'.

איך ווער נישט 'באקראצט' פון זייערע בקשות, און כ'פייף זיי אלע אן.


שמעקי, הערליך! :D
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

:like א אומקאנטראלירטער עקספלאשון פון געלעכטער האט נאר וואס אויפגעשאקעלט מיין הויז. ס'האט מיר אזש דערמאנט פון געלעכטער פון קראצמעך סאנטא אליינס.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=X6U2IbUuUAo[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קראצמעך / קראץ-מיך

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אילו לא הנהיגו עבודת הניטל אלא משום הא, דיינו
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אומגלויבליך!
אפענע אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע.

פון יאר ה אלפים תי"ט ביז אלפים תמ"א האט די מלכות הרשעה אין צפון אמעריקע פארבאטן צו פייערן די הייליגער חסידישער יאנטעף קראץ-מיך.
א שטראף פון פינף שיללינג האט געדראעט פאר יעדן קראץ און קריץ ר"ל היל"ת!

“Whosoever shall be found observing any such day as Christmas or the like, either by forbearing of labor, feasting, or any other way, upon any such account as aforesaid, every such person so offending shall pay for every such offence five shilling as a fine to the county,


ווען סעלעברעיטן קראצמעך איז געווען אומלעגאל אין אמעריקע.
https://t.co/6QgMeDsNju
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אן אנטיק רוקן-קראצער וואס מען האט אפגעפונען אין די טורא שול אין ראוד איילענד. אן גרופע ארכעאלאגן האבן דאס געפונען אין די קעלער אונטער די בימה אין תשכ"ח, עס געפונט זיך היינט אין די סמיטסאניען אין וואשינגטאן.
solid_cast_brass_back_scratcher_8_lgw.jpg

חב"ד אינטערנאציאנאל איז אין א געפעכט מיט וואשינגטאן צוריקצובאקומען די אומשאצבארע תשמישי קדושה וואס ווערט נעבעך פארשוועכט, ליגנדיג אין גויאישע הענט.

ווער געדענקט נאך די פלאסטישע רוקן-קראצערס וואס מיר פלעגן האבן אלס קינדער, פאר נר מצוה איז ארויסגעקומען מיט די משפחה-קראצער סעט?
מען פלעגט עס רופן 'לאגבוימערשיסער-קראצערס' וויל עס פלעגט זיך צעברעכן כמעט אזוי אפט.
אוי פארגאנגענע צייטן!
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

עס שיינט צו זיין די ריקן קראצער פון די בעל קורא. כדי ער זאל זיך נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן ליינען זיך גיין קראצן, האט מען באשטעלט א קראצער פאר עם. מיט די רעכטע האנט האט ער געוויזן מיט'ן יד אין די תורה און מיט די לינקע געקראצט די ריקן, ווי אויך אויף אנדערע פארבארגענע ערטער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שמעקידיג, ביסט קאמפעטישן מיט קטלא קניא
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: קראצמעך / קראץ-מיך

שליחה דורך פליקער »

קראץ גוט וועט זיין גוט
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
א-שופר-איז-א-שופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 184 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

שליחה דורך א-שופר-איז-א-שופר »

קראץ דיר אליין
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

Merry Christmas


google Translate

1) לעבעדיק ניטל

2) האב חתונה קראצמעך
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

לכבוד דעם אכטן טאג פון קראצמעך וויל איך וואונטשן פון טיפן הארצן פאר אלע חברים דא וואס אפטא רב פלעגט וואונטשן אין אזא געהויבענע טאג, "א גוט געבענטשט יאר"
אז ביי זיי הייבט זיך אן א פריש יאר, מעגן אונז דאך אוודאי אויך האבן א פרישע נייע יאר, ס'זאל זיין תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

סתם אזוי נייגעריג. די אויפרעגענישע קללה וואס מאנכע שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', האט זיך עס אנגעפאנגן מיט א חוזק פון יאשקע..?
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

א גוי ווען ס'גייט עם שווער, די ערשטע זאך שעלט ער זיין גאט - דהיינו, ער פארציילט וואס מ'טאר נישט...
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יין שרף האט געשריבן:סתם אזוי נייגעריג. די אויפרעגענישע קללה וואס מאנכע שרייען בעת מצוקם 'son of a bitch', האט זיך עס אנגעפאנגן מיט א חוזק פון יאשקע..?


מוז נישט זיין. ווייל די דעפענישן פון ביטש איז א פימעיל הונט וואס איז דא לאו דוקא. די סאן חלק שטימט יא..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

berlbalaguleh האט געשריבן:מ'קען ענטפערן פאר'ן גוי. דעם גאנצן אמת אין פנים אריין. ווייל זיין מאמע האט מזנה געווען. זי איז געווען חתונה געהאט צו פפוס בן יהודה. און זי האט מזנה געווען מיט יוסף פאנדעירא. און ממילא איז ער א ממזר. און ער האטציך געמאכט פאר א גאט. און ער האט געמאכט .."מופתים".. מיט כישוף. וואס ער האטציך דערלערנט וויילנדיג אין מצרים. צוזאמען מיט זיין רבי'ן ר' יהושע בן פרחיה. און ער איז געווען א פעיקער. און ער האט אפגעקערט א סאך אידישע קינדער צו דינען עבודה זרה. און דערפאר האבן איהם די חכמים געהרג'עט. (אדער געלאזט הרג'נען). קעיס קלאוז'ד...! לאמיר זעהן וואס די גויים וועללן ענטפערן אויף אט די לעקציע...!

ס'גייט ארויף אויף זיין מאמע, און אזוי אויך די פ"א ווארט...
פארשפארט