יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וויל נישט האלטען אנדעריש פון אלע דא, אבער ס'פעלט נאך אויס א פסיכאלאגישע בירור. ס'איז לייכט צו זאגען קליפ און קלאר 'א קינד דארף א טאטע', אבער מ'דארף נאך קלערען אפאר שאלות -
וואס טוט מען ווען א טאטע מאמע קענען בשום פנים ואופן זיך טראגען מיט די אנדערע? זיי קענען נישט האנדל'ן איינער מיט'ן צווייטען. מ'מוז מאכען א ברירה אדער זי אדער איהם. וואס טוט מען?
ווען די צוויי לעבען גאנצליך אנדערע לעבענשטייגער'ס. ער איז א קריסט געווארען וואס זיין לעבען איז איבערגעגעבען צו יאשק'ן און זי לעבט א חסידיש'ער לעבענשטייגער. וואס טוט מען?
דער טאטע/מאמע זענען טאקע געפערליכע שלעכטע מענטשען, וואס טוט מען?

די זענען נישט לייכטע פראגע'ס און מ'דארף א מומחה וואס האט נישט קיין נגיעה, נישט 'פארשטייער'ס' און עסקנים זאל זיך אריינטוהן אינ'ם נושא לטובת הקינד און קיין אנדערע נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'מיין אז דו מישסט אויס "קאסטאדי און וויזיטעשאן" אישוס (וואס איז פון די דברים קשים מאוד אבער ס'האט מהלכים) מיט alienation וואס איז אלעמאל רציחה און קיינמאל נישט בארעכטיגט. טראכט פון alienation ווי פון מאלעסטעשאן. יעצט פרעג צו ס'איז דא קאמפלעצירטע פעלער ווי מאלעסטעשאן איז בלית ברירה א מהלך.

בדרך אגב, א טאטע/מאמע וואס קען זיך ערלויבן צו alienate איז א טאטע/מאמע וואס הייסט צו צושניידן דאס קינד, גזרו את הילד החי לשניים. און פיל מאל איז דאס א סיבה פארוואס די געריכט וועט אוועקנעמן די קאסטאדי פון אזא טאטע/מאמע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Big Boss
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 9:01 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך Big Boss »

Thank you Yoely!

For bringing up an issue that touched the hearts of so many of us. This is unfortunately an epidemic that we as single parents are going through, some more than others. The Aguna issue has gotten a lot of attention recently and painted our community in a very bad picture like we are some kind of animals looking to chain our women. When I asked for names of real Agunos I got one in DC, Crown Heights, 2 in Israel they have a hard time in naming a fifth. I could name hundreds single parents that are the denied seeing their kids one way or the other.

I successfully fought just for my kid to have the right of making a phone call whenever he desires.

I know off a Tzadik of a Yungerman who hasn't seen his kids for more than a year now for the most ridiculous reasons out there. He just recently started fighting back after getting help from the community.

You see something say something don't let it happen to others!

Thanks again R' Yoel!
Big Boss with a big heart
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

איך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רושם, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אבער טאטע מאמע זענען זיי פארט, עצם מעצמי ובשר מבשרי. ווען דו וועסט איינמאל מחליט זיין אפצוהאקען גענצליך א קשר מיט זיי, אוי וועסטו ליידען. ס'איז נישט מעגליך אפצוהאקען א פיס, ווי מיאוס ס'זאל נאר זיין, און דער בלוט ווערט נישט פארסמ'ט.
אבער ווען דער טאטע איז א מאלעסטע"ר צו וואס, איז דער היזק ווערט דער ריווח. און דאס דארף יעדעס מאל גערעכענט דורך אומאפהענגיקע מענטשען. אבער א היזק איז עס פארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

רושם האט געשריבן:איך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.

ווען ח"ו עפעס מאכט זיך ביי דיר גייט דיין טאטע מאמע זיך זארגן, אין די ווייסט אז די האסט איינער וואס זארגט זיך.

כמאך נישט אוועק עס איז א פראבלעם דיינע עלטערן זענען לכו מער פין די פריעדיגע דור וואס מזאגט טאטי דארף אפשר א קאפי - אנשטאט פריינדליך די דארפסט א קאפי (מער נאטירליך גערעדט).

אגב ביי די ענד פין די קליפ זאגט ער הולי ברודערס אין שוועסטערס אפי' אויב ענק האבן יא א טאטע/מאמע קאל זיי אן זאגן טאטי איי לאוו יא מאמי איי לאוו יא אפי זיי זענען נישט געוואינט עס צוהערן אין עס איז פרעמד פאר זיי.

כהאף אז די צו דיינע קינדער פירסט דיך אויף אנדערש.
דאס מענטשעלע שפילט........
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

זייער אסאך פון אונזער טאטעס קענסטו זאגען איי לאוו יא און זיי וועלען קוקען אויפען לאמפ.
בפרט די עלטערע דזשנעריזשען.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

און זייער א סך פון די טאטעס וועלן דיר שטערן מער ווי זיי וועלן דיר העלפן. (אפשר טאמער וועסטו זיצן אין תפיסה, וועלן זיי דיר שיקן א קדושת לוי אויף חנוכה).

עס האט מיר אנפארטרויט א איד א מיליאנער, אז זיין טאטע איז געווען א פיינע איד, אבער ווען ער וואלט נאך היינט געלעבט וואלט ער קיין מיליאנער נישט געווען.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

ווען מען איז אונטער געוואקסן, און מען בויט אן אייגענער שטוב, דארף מען שוין נישט קיין עלטערן בדרך כלל, על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו ודבק באשתו.

טאמער איז דא א פיינע קשר משפחתי, דאן איז אדרבה, איז עס נישט ווייניגער ווי א קשר מיט א גוטע חבירה אדער שכנים. אבער טאמער נישט דאן לעזזאל...
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

אבי גערעדט (לדעתי...) נישטא א זאך וואס קען ריפלעיסן עלטערן, אפגערעדט אין פריידן, אבער אין ליידן איז דאס זעכער, ווי ווייט מ'זאל זיך האלטן פון זיי, אבער ווען מ'גייט אדורך א צרה צו וואס נאר עלטערן קענען באמת באקוועם מאכן דעם מענטש
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

איך פארשטיי לגמרי נישט דער שפראך פון געוויסע, וואס רעדן און קוקן אזוי אראפ אויף זייערע עלטערן.
פאר די יונגער דאס לעבן גייט זיי צו גוט, זיי האבן נישט געמאכט קיין כי הוא זה, נישט זיי מיט זייערע עלטערען, נישט זיי מיט זייערע קינדער.
ג-ט זאל אייך וויטער בענטשען מיט געזונטער און לאנגע יארן מיט פיל נחת פון די קינדער, אין די קינדער זאלן האבן נחת פון זייערע עלטערן.

עס גייט מיר נישט און קפא אריין די הארטע שטיין הארציגע מענטשען, ווי קאלט קען זיין אזא איינער צו רעדן אזוי אן קיין שום הרגשה לטובה כלפי טאטע און מאמע?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. קיינער ווייסט נישט וואס יענער מאכט מיט. אלזא, מ'קען נישט משפט'ן פון די אייגענע איבערלעבעניש אויף יענעם. אפשר איז יענעמ'ס טאטע טאקע א קריך און א שטער.
ב. דער תועלת וואס מ'האט פון עלטער'ן איז לאו דוקא וואס מ'קען טאפען מיט די הענט. דער הרגש פון באלאנגען אין די וועלט, אז פונ'ם געבורט'ס ביז היינט שטייט נאך די זעלבע גוף וואס איז געווען זיין אכסניא, די זעלבע גוף וואס האט איהם געזייגט, גיבט צו א הרגש פון סטאביליטי. א מענטש וואס האקט זיך אפ פון זיין עלטער'ן איז אנגעפיקעוועט מיט נפשיות'דיגע פראבלעמען. היינט איז עס שווער איבערצוצייגען, ווייל געווענדליך אז מ'האקט זיך אפ איז דאך געווען א סבה דערצו און אפשר איז דער סבה דער טעם פון זיין פראבלעמען. אבער פון קריג'ס איבערלעבער, און איבערהויפט קינדער טראנספארט מענטשען, וואס האבען נישט געליטען פונ'ם קריג מער ווי דאס ווערען אפגעהאקט פון די עלטער'ן, איז עס גאנץ קענטיג, ואבי אמי בתוכם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דולה ומשקה האט געשריבן:איך פארשטיי לגמרי נישט דער שפראך פון געוויסע, וואס רעדן און קוקן אזוי אראפ אויף זייערע עלטערן.
פאר די יונגער דאס לעבן גייט זיי צו גוט, זיי האבן נישט געמאכט קיין כי הוא זה, נישט זיי מיט זייערע עלטערען, נישט זיי מיט זייערע קינדער.
ג-ט זאל אייך וויטער בענטשען מיט געזונטער און לאנגע יארן מיט פיל נחת פון די קינדער, אין די קינדער זאלן האבן נחת פון זייערע עלטערן.

עס גייט מיר נישט און קפא אריין די הארטע שטיין הארציגע מענטשען, ווי קאלט קען זיין אזא איינער צו רעדן אזוי אן קיין שום הרגשה לטובה כלפי טאטע און מאמע?

איך האב עס אויך אמאל נישט געקענט פארשטיין, אבער נאכן הערן פון עטליכע מענטשן פירסט הענד מעשיות אויף זייערע עלטערן וואס די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף (עקסטרעם פיזישע און עמאציאנאלע אביוז), קען איך הערן אז נישט יעדער האט אזוי ליב די עלטערן ווי איך און דו.
דאנק גאט אז דו קענסט עס נישט פארשטיין.
וירח ה' את ריח הניחוח
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

[tag]דולה ומשקה[/tag]
דאס אז געוויסע עלטערען צוברעכן זייער אייגענע קינדערס פאטאנציעל,טאטעס און מאמעס וואס צושטערן זייערע עצם מעצמ׳דיגע קינדערס שלום בית דאס פארשטייסטו יא ?
וויפיל יונגעלייט און ווייבלעך ביי אונז און קאממיונוטי זיצען מיט פארלייגטע הענט און לעבן נישט די לעבן וואס זיי ווילען באמת,ליגען וואו געפאנגענע,נאר צוליב זייערע עלטערענס פרעשער.
וויפיל שוואכע ווייבלעך געבוירען קינד נאך קינד און לעבן א צופליקטע לעבן,ווייל זיי ציטירען אז אויב זיי וויל נישט מיט גיין מיט די עלטערענ׳ס אגענדא וועלען זיי ווערען פארווארפען פון זייערע באליבטע עלטערען.
אזוי ווי שמעקעדיג שרייבט גיי ארויס אויף די גאס און הער צו אביסעל וויאזוי געוויסע עלטערען בא אונז פיהרען זיך אויף צו א קינד וואס ברענגט זיי נישט קיין נחת, (כדוגמת,גייט אטראפ אנדערש אנגעטוהן ווי די משפחה לחומרא/לקולא, גייט צו די אנדערע רבי,גייט ארבעטען,גייט נישט ארבעטען,ארבעט מיט עפעס וואס איז נישט גענוג מכובעדיג ביי אונז די משפחה. איך קען שרייבען ביז מארגען דוגמאות.
אויב וועל איך אמאל האבען א געלעגנהייט וועל איך פארציילען אפאר מעשיות וואס איך האב מיטגעהאלטען,די מעשיות גייט אהן יום יומיות,נאכדערצו ביי די שיינע משפחות בינינו (און ווער איז קען נישט קיין שיינע יוד ביי אונז)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

[tag]שמעקעדיג[/tag], [tag]רושם[/tag], דאס איז א גאנצע אנדערע נושא.
יואל לעבאוויטש רעדט דא פון אינגאנצען א אנדערע זאך, ער דערמאנט כמה פעמים אין דעם יעצטיגע שטארק מפורסם'דיגע קליפ, ווען דער מדובר איז "געטרייע עסקים". ווייל אוודאי זאלען עלטען נישט קאנטראלירען זייערע קינדער, זיך אריין מישען אין זייער שלום בית וכו' וכו'. און אזוי אויך זאלען נישט די קינדער זיין קיין בני סורר ומורר.
יואל לעבאוויטש האט ארויס געברענגט א נקודה, א גאר שטארקע נקודה, לגבי ווען עס קומען אינדרויסענדיגע אזוי גערופענע 'עסקים' 'כלל טוהער'ס', וואס זיי קומען אריין אינעם בילד ציווישין איש לאשתו, און שלעפען און רייסען אוועק די קינדער מיט א אכזריות פון איינע פון די צדדים. און אלעס מיטן לשם שמים, זיי מיינע 'נאר' דער תועלת פונעם קינד. זאגט ר' יואל: ניין, דער קינד ליידט שטארק ווען ער האט נישט איינע פון זיינע עלטערען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

אמת.
קיינער דיסעגריד נישט און דיע פעלער.
כאב זיך באצויגען אויף די קעפל פון די נושא צו א טאטע האט טאקע אייביג ליב זיינע קינדער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב זיך באצויגן נאר אויף דיינע ווערטער, דולה.
וירח ה' את ריח הניחוח
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

moshav zekeinim האט געשריבן:דערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?

ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.


א טיפש פון א רב. אבער פארוואס האב איך דעם געפיל אז דו פארקרומסט א יעדע שמועס צו חרדיזם, דאס ווערט גערופן א "טראלל" אין די אינטערנעט שפראך. גוים קענען אויך צוריקהאלטן קינדער פון א טאטע, עס האט גארנישט צו טוען מיט חרדיזם.

טאקע פרידאם אף ספיטש, אבער עס קומט צו ברעכן, מען דארף אריינלייגן אלע טענות און באקריוודעטקייטן אויף די חרדים אין איין אשכול...
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

רושם האט געשריבן:איך האב אוכט געזעען די קליפ,סהאט מיך אוכט באטרערט.
אבער דא be honest.
איך בין א קינד פון א נארמאלע שטוב מיין טאטע און מאמע זענען נישט ג׳געט.
איך האב נישט קיין ברעקיל געפיל נישט צו מיין טאטע און נישט צו מיין מאמע.
מיין טאטע האט מיר לכאורה קיינמאל און לעבן נישט געהאלזט אדער געקישט.
מיין מאמע דרייט מיר די ביצים כסדר,און פרובירט מיר צו טיילען דיעות.
מיין טאטע און מאמע ביידע זיצען מיר אופען קאפ,און זענען בלויז א שטער פאר מיר.


איך בין אין די זעלבע קאשע ווי דיר, בעיקר קען איך נישט דערליידן מיין טאטע, אבער איך וואוין כאטש נישט נאנט צו זיי, און לעצטענס נאך א דרשה אויף כיבוד אב ואם, ברעך איך מיר און איך רוף אים א יעדע צופרי זאגן א גוט מארגן...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בלויע רעקל האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:דערציילט מיר א יונגערמאן א גרוש, ער איז געגאנגען צו זיין געוועזענער שווערס רב זיך באקלאגן ובכן מען לאזט אים נישט צו זיין אינגל, דאס טויג דאך נישט פארן קינד אליין?

ענטפערט אים דער רעספעקטירטער רב אז ער זעט דאס קינד כסדר, ער קוקט אויס גליקליך און צופרידן, און עס פעלט אים גארנישט אנעם טאטן. ודפח"ח.


א טיפש פון א רב. אבער פארוואס האב איך דעם געפיל אז דו פארקרומסט א יעדע שמועס צו חרדיזם, דאס ווערט גערופן א "טראלל" אין די אינטערנעט שפראך. גוים קענען אויך צוריקהאלטן קינדער פון א טאטע, עס האט גארנישט צו טוען מיט חרדיזם.

טאקע פרידאם אף ספיטש, אבער עס קומט צו ברעכן, מען דארף אריינלייגן אלע טענות און באקריוודעטקייטן אויף די חרדים אין איין אשכול...

ווי קומט אריין דא חרדיזם ער דערמאנט נישט קיין ווארט גאנץ מעגליך ער רעדט פון א מאדערן רב...
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 112
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך בלויע רעקל »

יואליש האט געשריבן:כ'מיין אז דו מישסט אויס "קאסטאדי און וויזיטעשאן" אישוס (וואס איז פון די דברים קשים מאוד אבער ס'האט מהלכים) מיט alienation וואס איז אלעמאל רציחה און קיינמאל נישט בארעכטיגט. טראכט פון alienation ווי פון מאלעסטעשאן. יעצט פרעג צו ס'איז דא קאמפלעצירטע פעלער ווי מאלעסטעשאן איז בלית ברירה א מהלך.

בדרך אגב, א טאטע/מאמע וואס קען זיך ערלויבן צו alienate איז א טאטע/מאמע וואס הייסט צו צושניידן דאס קינד, גזרו את הילד החי לשניים. און פיל מאל איז דאס א סיבה פארוואס די געריכט וועט אוועקנעמן די קאסטאדי פון אזא טאטע/מאמע.


עס איז לייכט צו רעדן, מען דארף עס אויך אויספירן הלכה למעשה.

איך האב א קרוב וואס די מאן שיקט נישט קיין פעני, די קינדער האבן אים פיינט, זי האב זיך אנגעליטן פון אים, און ליידט נאך אלץ, אבער זי צווינגט זיי צו פארן, און אפילו די הוצאות הדרך צאלט די מאמע ווייל זי ווייסט אז פאר די געזונט פונעם קינד דארף ער עס האבן..
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 263 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

שליחה דורך נאסע ליילעך »

די קשר צו די עלטערן איז נישט קיין טעכנישע און נישט אייביג די פראקטישסטע. די נקודה אז "א קינד דארף א טאטע", איז ווי אויבנדערמאנט, אן אינערליכן דראנג, גרעוועטי, וואס מ'קען נישט פארמעקן. מילא, מאכט נישט אויס צו די טאטע איז אביסל משוגע אדער שערט נישט די זעלבע רעליגיע ווי דאס קינד אד"ג, אמת, ס'קען שאפן פראבלעמען, אבער די סעלושען איז זיכער נישט אפהאקן (סיידן ממש אויסנאם'ס פעלער), וויבאלד דאס גופא איז אויך הארמפול. אזוי ווי א ניק אויבן, האט עס מגדיר געווען: די עלטערן זענען א חלק פונעם מענטש. אז א מענטש ליידט אויף געוויסע גייסטישע אומגעזונטהייטן זאל ער זיך פיינט האבן דערפאר? (ס'גראדע א באקאנטע קאנסעפט "מענטשן וואס האבן זיך פיינט"), זאל ער עס איגנארען? צו זאל ער דילען דערמיט? כ'מיין ס'נישט דיבעיטעבל. אויף די עלטערע יארן ווען די עלטערן ליגן אויסגעלאשן, אין שפיטאל צו אינדערהיים, און די קינדער ברויכן כסדר קומען 'אריינפאפן' (מיט א פתח..), טוישן בגדים, סתם זיצן שעות ארוכות, סטערסט עס דען נישט אויס, פיזיקלי און עמאושענעלי? פרעג נאר איינער וואס איז עס שוין אדורך וואספארא צופראסקעט תקופה דאס איז. פארוואס זיך איבעררייסן? לייגזע אין א האום.. ס'נישט 'הכרת הטוב' וואס טרייבט.. מ'רייסט'צך איבער ווייל די געפיל זאגט אזוי. פעמים מאכט נישט קיין סענס ווי ווייט מענטשן לייגן די עלטערן פאר זיך, ס'טאקע די הארץ וואס טרייבט, נישט די מוח. אז די עלטערן זענען א שטער אינעם קינד'ס לעבן דארף מען פרובירן עס אויסצוארבעטען פונקט ווי מ'ארבעט אויף די אייגענע שטערונגען. מ'מוז נישט, מ'וויל.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב זיך באצויגן נאר אויף דיינע ווערטער, דולה.


נישט ריכטיג, רבי משה יהושע הגר מוויזניץ יוכיח.
אנדערע האבען איהם אנגעדרייט נאך דעם וואס ער איז ארויס געקומען אין די עפענטליך מיט זיין באקאנטע דרשה. ער האט געווארפען ווי א הונט זיין זוהן און אייניקעלך אן דער מינדעסטע רחמנות נישט אריין טראכטענדיג קיין רגע איבער דער וואויל-זיין פון זייער עתיד (דאס איז כולל חתונות, בר מצוה'ס, ברית'ן, וכו' וכו') גארנישט. האט ער געהאט א געפיל צו זיינע קינדער יארן פריער נאך איידער דער פרשה האט זיך אנגעהויבען, מסתמא נישט ווייל ווען יא וואלט דאס קיינמל נישט געקענט פאסירען אויף אזא אופן ווען עס האט געפלאצט.

משא"כ דער אהבה וואס דער זוהן האט געהאט כלפי זיין טאטע האט זיך קיינמאל נישט אויסגעוועפט במשך די לאנגע אכצן יאר, אדרבה ער האט קיינמאל נישט געהאט אויף געגעבען.

בהכרח דארף מען זאגען - אויב מ'קען ברענגן א ראי' פון דעם מעשה - אז דער אהבה וואס א זוהן האט צו א טאטע איז אסאך שטערקער ווי דער אהבה וואס א טאטע האט אויף זיין זוהן.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
פארשפארט