יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5133 מאל

יואלי לעבאוויטש - האסט מיך צוריקגעגעבן מיין טאטע

שליחה דורך ראשעקאל »

באקומען אין אישי מיט א בקשה ארויפצושטעלן



איך טויש צוויי דריי פרטים פון די מעשה אז ס'זאל נישט זיין גרינג צו דערקענען ווער איך בין. ווער עס דערקענט מיך יא, זאל מיר טוהן די גענאדע און נישט ארומגיין פלאפלען מיט מיין נאמען.

אני הקטן בין אפגעריסן געווארן פון מיין טאטע אלץ בחור. מיינע עלטערן זענען דורך א שווערע גט, און מיין מאמע'ס "עסקנים" האבן מחליט געווען אז ס'איז א "סכנה" אז איך זאל קענען מיין טאטע. מיין רילעישענשיפ מיט מיין טאטע איז נישט אייביג געווען די בעסטע. ער איז א קאמפליצירטער מענטש. אבער ער איז דאך א טאטע. און אזוי פון איין טאג צום צווייטן האב איך מער נישט געזעהן און געהערט פון מיין טאטע.

מ'האט מיך געזאגט אז מיין טאטע איז צעדרייט, ער וויל מיך נישט קענען, ער האט בא'גנב'עט די גאנצע שטאט, ער איז א מאלעסטער, וכו' וכו' וכו'. אנפאנג האב איך נישט געגלייבט די אלע לשון הרע'ס (מוציא שם רע'ס). נאך אלעם האב איך נאך גוט געדענקט מיין טאטע און כ'האב געוויסט אז ער האט מיך ליב. אבער מיט די צייט האבן איך נאר געהערט די אלע לשון הרע, און זיין זכרון איז פארנעפעלט געווארן. האב איך אנגעהויבן גלייבן אלעס וואס מ'האט מיר פארקויפט.

איך געדענק איין טאג האב איך אין ישיבה באקומען א בריוו פון מיין טאטע. איך האב עס געעפענט, און מיין טאטע האט געשריבן מיט הארציגע ווערטער ווי ער בענקט זיך נאך מיר. ער האט געשריבן א טעלעפאן נאמבער ווי כ'זאל מיך פארבינדען מיט אים. אבער נאאיווע בחור וואס איך בין, כ'האב געטראכט אז איך דארף קודם פרעגן מיין מאמע. מיין מאמע האט מיך גלייך פארבינדן מיט איר "עסקן", ער איז גלייך אריבערגעקומען אין ישיבה מיך צו טרעפן פערזענדליך. ער האט אנגעהויבן שטורעמען אז ס'איז א סכנה צו האבן שייכות מיט מיין טאטע. ער האט גענומען די בריוו און אנגעהויבן מדייק זיין אין יעדע ווארט, דא זעהט מען אז באמת איז דאס א שפיל און באמת האט ער דיך פיינט. ער וויל דיך טרעפן ווייל ער וויל נקמה נעמען אין דיר ווייל ער באשולדיגט דיך אין די גט. שטיי ווייט פון אים ווי פון פייער. ביים סוף פון די מיטינג האט דער עסקן גענומען די בריוו און עס דראמאטיש צופליקט אויף טויזענט שטיקלעך.

און איך האב נאך געזאגט ש'כח פאר דעם עסקן פאר'ן מיך "ראטעווען".....

כ'וויל נישט יעצט מאריך זיין, ווייל בלויז שרייבן פון דעם נעמט מיך אינגאנצן איבער. אבער לאמיך נאר דעקן די פרטים אין קורצן. צו מיין חתונה האב איך פארשטייט זיך נישט געלאדענט מיין טאט'ן. נאך די חתונה האט מען מיך דערציילט אז מיין טאטע האט זיך "אנגעריקט" צו די חתונה זאל, און מ'האט אים ב"ה באצייטענס פארשיקט. כ'בין געווען דאנקבאר פאר די עסקנים וואס האבן געארבייט אזוי גוט צו פארשיקן מיין "משוגענעם" טאט'ן.

יארן זענען דורך, כ'האלט שוין א שיינע פאר יאהר נאך מיין חתונה. מיין טאטע האט שוין אסאך מאל געוואלט אנקניפן מיט מיר פארבינדונג, אבער כ'האב אים אייביג אפגעשטויסען. ער האט מיר געשיקט הארציגע מעסעדזשעס, מתנות, געלט, אבער כ'האב אלעס צוריקגעשיקט באגלייט מיט שנאה'דיגע מעסעדזשעס.

אלעס ביז פאריגע וואך מאנטאג ווען איך האב באזוכט קאווע שטיבל און געזעהן די אשכול "א קינד דארף זיין טאטע". כ'האב נישט באמערקט [tag]ראשעקאל[/tag]'ס ווארענונג אז מ'זאל נעמען טישו'ס פאר'ן קוקן, כ'האב געמיינט אז ס'גייט זיין טיפיקעל יואלי לעבאוויטש ווערטלעך. כ'האב עס אנגעצינדן אין מיין אפיס וואס איך שעיר מיט אנדערע מענטשן, און נאך א מינוט האב איך אזוינס גע'בוכה'ט אז כ'האב געמוזט אויסלעשן די ווידיאו. ערשט אינדערהיים האב איך געקוקט ווייטער און נישט געקענט אויפהערן וויינען פאר צוויי שעה אין א ציה.

אידעלעך טייערע, א קינד דארף זיין טאטע!! איך האב גארנישט געוויסט ווי ווייט איך דארף מיין טאטע. איך האב מיך דערמאנט אין די אלע בריוון וואס ער האט מיר געשיקט, די מעסעדזשעס פון ליבשאפט, אלעס איז ארויפגעקומען מיט'ן פולסטן קראפט. די אלע לשון הרע'ס פון די עסקנים זענען צולאזט געווארן, און די ליבשאפט האט זיך צעגאסן אויף מיר.

איך האב א טאטע
איך דארף א טאטע
איך האב ליב מיין טאטע

די נעקסטע טאג דינסטאג האב איך געשיקט א שליח צו מיין טאטע אז איך וויל מיך טרעפן מיט אים. נאך יענע טאג איז ער געקומען צו מיר אהיים. כ'האב געעפענט די טיר און כ'האב אים ארומגענומען מיט בכיות נוראות. מיין טאטע האט געהאלטן אין די האנט א קעיק מיט מתנות וואס איך האב נישט באמערקט, און ס'האט אלעס אראפגעטראסקעט ווען איך בין ארויפגעפאלן אויף אים און ער איז ארויפגעפאלן אויף מיר.... אבער ווער האט נאך געקענט טראכטן פון א קעיק, פון מתנות, מיין גרעסטע מתנה איז געווען צוריקצובאקומען מיין טאטע, און מיין טאטע האט צוריקבאקומען זיין קינד.

מיין טאטע האט חסרונות? יא. אבער דאס איז דער זעלבער טאטע וואס זיין אהבה האט געפלאקערט אלע יארן. מיין טאטע וואס זיין ליבשאפט האט זיך נישט אויסגעלאשן אפילו איך האב יארן געשיקט מעסעדזשעס פון שנאה.... ער האט נישט אויפגעגעבן, פראבירט איינמאל און נאכמאל, און נישט אויפגעגעבן אויף מיר.

א דאנק דיר ראשעקאל פאר'ן מיר מזכה זיין מיט דעם קליפ, און בעיקר א דאנק דיר הייליגער יואלי לעבאוויטש פאר'ן מיר צוריקגעבן מיין טאטע.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 69 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר