ריבית - היתר עיסקא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ריבית - היתר עיסקא
דיסקלעימער
די אשכול עפען איך אז יעדער זאל קענען אויסשמועסן זיינע שאלות, ספיקות און עצות בנוגע ריבית/היתר עיסקא.
ובזה החלי:
כ'האב מיך לעצטענס אריבער געצויגן צו א נייע דירה וואס איז אין א קאנדאמיניום. זייענדיג א גראדער מעכל און א פארמעגליכע יונגערמאן צאל איך מעינטענענס צייטליך אן קיין חכמות. זענען פארהאן אבער אזעלכע וואס מחמת סיבות צאלן זיי נישט זייער חלק באצייטנס וואס איז גורם שאדן פאר די קאנדאמיניום.
ווי איך הער פון אנדערע, זענען דא וועגן זיך אן עצה צו געבן דורך צולייגן א טשארטש אן דעם וואס ס'זאל אריינגיין בגדר ריבית ח"ו.
א. צולייגן א קאלעקשן טשארטש, למשל $50 פאר יעדע חודישליכע סטעיטמענט וואס מ'שיקט צו איינקאסירן א ריקשטאנד
ב. מ'ארבעט אויס מיט א היתר עיסקא צו טשארטשן א פראצענט אויפ'ן באלאנס
ג. העכערן די מעינטענענס און געבן א דיסקאונט פאר די וואס צאלן צייטליך
טאמער האט איר עקספיריענס מיט דעם, ביטע מיטטיילן לתועלת הרבים.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
ס'איז נאך דא צו שמועס'ן, ואין הספרים תחת ידי כעת. אבער דער כעלעם'ער זאגט גוט ביזדערווייל. איך פארשטיי נישט וויאזוי א היתר עיסקא וואלט דא גע'ארבעט. ביטע מסביר זיין. די הנחה פאר'ן צאלען פרי איז נאך ערגער וועגען טרשא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
איר מיינט מן הסתם טרשא דרב פפא. ס'איז דא אבער אויף דעם אן עצה, צו מאכן א טייערערע פרייז פאר דער וואס צאהלט בזמן הפירעון, און געבן ביליגער פאר די וואס צאלן א טאג פריער. דא איז עס שוין נישט קיראה דרב נחמן וואס לפי רבינו ישעיה איז אסור במפרש, ווייל דא איז שוין נישט קיין מקח לאחר זמן נאר א ריכטיגע חוב (הבא מחמת מקח וממכר) וואס איז מותר אלס מוכר חובו בפחות ללוה עצמו.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
ס'דוכט זיך אז מיר האבען זיך פארקריכט. איך קלער יעצט אז ס'איז מותר לגמרי. גיב מיר נאר אביסל צייט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:ווער איז דער מלווה דא?
בכל אופן, ריבית דרך קנס איז נאר אסור ביי הלוואה, נישט ביי מקח וממכר. ס'מעג אבער נאר זיין אן איינמאליגע קנס (פאר יעדע פעימענט), נישט קיין ריבית העולה.
אלס יונג בחור איז געוועין ביי אונז אין ישיבה א פאל וואס מען האט געבעיטן קנס פון אפאר בחורים און זיי האבן פארשטייט זיך נישט געוואלט צאלן האט מען זיי געסטראשעט אז די פרייז גייט ארויף גיין א יעדן טאג איז א בחור געגאנגען און אנגעריפן א דיין פרעיגן צו עס איז נישט א שאלה פון ריבית די ערשטע דיין האט גענטפערט פרעיג דיין מנהל ער האט זיך נישט געוואלט אריין מישן האט ער גערופן א צווייטער דיין און ער האט גענטפערט אז א איינמאליגע העכערינג איז נישט קיין ריבית אבער מער פון דעים איז יא א שאלה פון ריבית און דארט איז דאך נישט געוועין קיין הלואה זעיט מען לכאורה א פאל פון ריבית דרך קנס אפילו נישט ביי א הלואה.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
וואס איז פונקט א 'שאלה פון רבית'? טאמער דער דיין ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זאגען ער ווייסט נישט, און טאמער יא זאל ער זאגען אדער להיתר אדער לאיסור.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
ביי די מעשה אין ישיבה איז בכלל נישט דא קיין מלווה (חירי"ק מ"ם), ס'איז איין שטיק קנס (רשעות) די גאנצע מעשה ממילא איז בכלל נישט שייך קיין ריבית. דארט ווי ס'איז יא שייך איז ביי מקח וממכר (Goods and Services), און דארט איז מותר אן איינמאליגע קנס פאר יעדע לעיט פעימענט. ס'טאר אבער נישט ארויפגיין די ריבית העכער פאר די זעלבע פעימענט. ביי הלוואת ממון ווידער (אדער ביי זקיפת מלווה), דארט איז בכלל נישט מותר קיין ריבית דרך קנס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעון וואלף: ייש"כ פאר אויפברענגען די גאר וויכטיגע און אינטרעסאנטע נושא.
איך בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך האב א ביסל געבלעטערט אין הילכות רבית. האביך באמערקט אז אפילו ווען א לענדלארד געט א דיסקאונט פאר צייטליכע פעימענטס קען אויך אמאל אריינגיין אין דעם לאוו פון רבית. ס'הייסט רבית מוקדמת...!
אויך א טשעק-קעשינג ביזנעס קען אמאל אריינגיין אין לאוו פון רבית. און אין די טשעק-קעשינג סטאר שטייט טאקע אזא מין דיסקלעימער. אז (טעארעטיש) נעמט דער מוכר השטר/קאסטומער נישט קיין אחריות אויפ'ן טשעק. נאר אך און וויי איז פאר איהם אויב דער טשעק קומט צוריק...!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז פונקט א 'שאלה פון רבית'? טאמער דער דיין ווייסט נישט, זאל ער מוחל זיין און זאגען ער ווייסט נישט, און טאמער יא זאל ער זאגען אדער להיתר אדער לאיסור.
ליטוואק פון בודאפעסט: הילכות רבית איז זייער א פארצווייגטע מקצוע שבתורה. מ'דארף עס גרונטליך אדורכלערנען. און פארשטיין די פראקטישע אימפליקאציעס וואס ס'קען אלץ אריינגיין אין די לאוו פון רבית. למשל א גראסערי אייגנטימער וועלכער בארגט פון זיין חבר/קאמפעטיטאר גראסערי א זאק פון מעהל אדער צוקער, טאר אים נישט אפגעבן א זאק, ווייל אפשר איז די שער ארויף אדער אראפגעגאנגען. משא"כ א פריוואטער מענטש. למשל איין אידענע ווען זי בארגט פון איהר שכנ'טע א קאפ פון צוקער אדער מעהל מעג יא צוריקגעבן די זעלבע אמאונט פון סחורה...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
אז א בעלעגלה רעדט פון 'קען אריינגייען אין רבית', נו פאר דעם איז ער א בעלעגלה. ווען אבער א דיין זאגט 'ס'איז א שאלה' איז עס א פארברעך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אז א בעלעגלה רעדט פון 'קען אריינגייען אין רבית', נו פאר דעם איז ער א בעלעגלה. ווען אבער א דיין זאגט 'ס'איז א שאלה' איז עס א פארברעך.
דו האסט מיך געמאכט אזוי שטארק לאכן אז כ'האב מורא אז איך וועל נישט קענען דרייוון די באס פאר די נעקסטע צוויי שעות...!
נאר. ס'נאך א מזל אז די בעלי עגלות זאגן נישט קיין דעות פאר די רבי'ס. ס'איז אזא מין אפמאך. דאס איז וואס כ'האב אמאל געזאגט פאר א שיינעם איד ווען ער האט מיר אנגעהויבן זאגן דיעות איבער דרייוון א באס. האביך איהם געזאגט אזויב די רעבעס וועלן זאגן דיעות פאר די בעלי עגלות. דאן וועללן די בעלי עגלות אויך זאגן דיעות פאר די רעבעס. און דאס וועט שוין נישט טויגן. ע"כ איז בעסער אז קיינער זאגט נישט קיין דיעות פאר א צווייטן...!
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: ייש"כ פאר אויפברענגען די גאר וויכטיגע און אינטרעסאנטע נושא.
איך בין נישט דער גרויסער מר בר רב אשי. נאר א פשוט'ער בעל עגלה. אבער איך האב א ביסל געבלעטערט אין הילכות רבית. האביך באמערקט אז אפילו ווען א לענדלארד געט א דיסקאונט פאר צייטליכע פעימענטס קען אויך אמאל אריינגיין אין דעם לאוו פון רבית. ס'הייסט רבית מוקדמת...!
וואו קומט דא אריין ריבית מוקדמת? איר ווייסט וואס טיישט ריבית מוקדמת?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
ביי מיר איז אן איסור דרבנן נישט קיין שאלה.
איך וויל אויסרעדען די יסודות וואס ס'האנדלט זיך.
דער יסוד פונ'ם איסור רבית איז ווען ראובן גיבט שמעון געלט און שמעון גיבט צוריק דער געלט פונקט אזוי, פארוואס זאל ער בעטען געלט דערפאר? דאס צאלען פאר דעם האט דער תורה גע'אסר'ט. ווען מ'נעמט יענעמ'ס געלט אן רשות, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דאס הייסט נישט באצאלט פאר געלט ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט צו די געלט.
דעריבער ווען מ'שטעלט א קנס אויף א הלוואה, וואס דער מלוה איז נישט מסכים אז דער לוה זאל ווייטער אנהאלטען די געלט, און ער האט א רעכט דאס איינצומאנען פון איהם, איז דער קנס געלט נישט קיין רבית.
אויב אבער דער קנס פארמערט זיך כסדר איז עס א מחזי כרבית, נישט קיין עכטע רבית.
רבית מוקדמת מיינט געבען געלט פאר'ן הלוואה כדי מ'זאל לייען. בערעל מיינט רבית עבור הקדמת מעות.
איך וויל אויסרעדען די יסודות וואס ס'האנדלט זיך.
דער יסוד פונ'ם איסור רבית איז ווען ראובן גיבט שמעון געלט און שמעון גיבט צוריק דער געלט פונקט אזוי, פארוואס זאל ער בעטען געלט דערפאר? דאס צאלען פאר דעם האט דער תורה גע'אסר'ט. ווען מ'נעמט יענעמ'ס געלט אן רשות, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דאס הייסט נישט באצאלט פאר געלט ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט צו די געלט.
דעריבער ווען מ'שטעלט א קנס אויף א הלוואה, וואס דער מלוה איז נישט מסכים אז דער לוה זאל ווייטער אנהאלטען די געלט, און ער האט א רעכט דאס איינצומאנען פון איהם, איז דער קנס געלט נישט קיין רבית.
אויב אבער דער קנס פארמערט זיך כסדר איז עס א מחזי כרבית, נישט קיין עכטע רבית.
רבית מוקדמת מיינט געבען געלט פאר'ן הלוואה כדי מ'זאל לייען. בערעל מיינט רבית עבור הקדמת מעות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
ארויף לייגן א קנס פארן נישט צאלן די געלט און צייט איז אגר נטר אין הכי נמי עס איז נישט קיין ריבית קצוצה אבער אלס אגר נטר איז עס אויך אסור
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביי מיר איז אן איסור דרבנן נישט קיין שאלה.
איך וויל אויסרעדען די יסודות וואס ס'האנדלט זיך.
דער יסוד פונ'ם איסור רבית איז ווען ראובן גיבט שמעון געלט און שמעון גיבט צוריק דער געלט פונקט אזוי, פארוואס זאל ער בעטען געלט דערפאר? דאס צאלען פאר דעם האט דער תורה גע'אסר'ט. ווען מ'נעמט יענעמ'ס געלט אן רשות, הייבט זיך נישט אן די גאנצע מעשה. דאס הייסט נישט באצאלט פאר געלט ווייל דו האסט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט צו די געלט.
דעריבער ווען מ'שטעלט א קנס אויף א הלוואה, וואס דער מלוה איז נישט מסכים אז דער לוה זאל ווייטער אנהאלטען די געלט, און ער האט א רעכט דאס איינצומאנען פון איהם, איז דער קנס געלט נישט קיין רבית.
אויב אבער דער קנס פארמערט זיך כסדר איז עס א מחזי כרבית, נישט קיין עכטע רבית.
רבית מוקדמת מיינט געבען געלט פאר'ן הלוואה כדי מ'זאל לייען. בערעל מיינט רבית עבור הקדמת מעות.
ליטוואק פון בודאפעסט: רבית מוקדמת קען אויך מיינען א טשעק-קעשינג אדער פעקטאר...! יא. דינג דיך נישט מיט א בעל עגלה...!!!
דאס דערמאנט מיך א מעשה. א קצב איז אמאל אריינגעלאפן אין ביהמ"ד און ר'האט ארויסגעכאפט א שו"ע חושן משפט און ער לויפט דערמיט. פרעגט מען איהם...וואס...דו האסט זיך פלוצלינג גענימען לערנען חושן משפט...? זאגט ער, ניין. נאר איך וויל דערלאנגען פאר יוסל בעל עגלה מיט די האלצערנע דעקלעך וואס דער ספר האט...!!!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
גר ותושב האט געשריבן:ארויף לייגן א קנס פארן נישט צאלן די געלט און צייט איז אגר נטר אין הכי נמי עס איז נישט קיין ריבית קצוצה אבער אלס אגר נטר איז עס אויך אסור
דער ר"י מיגאש איז דאך מתיר, און די הלכה איז דאך אזוי ווען ס'איז נאר פעם אחת. איך האב געשריבען די סברא פאר די וואס קענען נישט די סוגיא (אין ב"ב).
ס'כאפט זיך א נ"מ. ווען איינער בארגט פון א שכן צו א חבר און גיבט צוריק נאכ'ן צייט (נאר ווען מ'האט אפגעמאכט א צייט), צו ער איז שפעט מיט די שכר דירה/לימוד, מעג עפעס צוגעבען אדער א מתנה געבען, ווייל ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט פאר'ן הלוואה אויף וואס ער צאלט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 37
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
אבער אויב יענער צאלט נישט אין צייט, אין עס קומט צו א פיינענס טשארדז, דאס איז שוין א שאלה, ווייל למעשה די קק קאמפעני בארגט עס נישט פאר דיין חבר, סאו קומט אויס אז דו בארגסט פאר דיין חב,, אין אויב צאלט ער פאר דיר מער וויפל ער האט געבארגט, איזעס א שאלה פון ריבית.
מען קען נישט סתם אזוי צוגיין צום חבר שרייען אז ער זאל באצאלן שי איבעריגע קאסטן.
מען קען נישט סתם אזוי צוגיין צום חבר שרייען אז ער זאל באצאלן שי איבעריגע קאסטן.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
די פאינט"ס איז קיין פראבלעם נישט פאר צוויי סבות. א. כאמור, ווייל אין רבית אלא הבא ממלוה ללוה, און דאס קומט פון א צווייטע'ן. ב. ועוד, פארוואס גיבט די קאמפאני פאינט"ס? ווייל זיי ווילען אז דער חוה זאל בארגען פון זיי. יעצט, ווער האט פון זיי געבארגט? דער בעל הק"ק, נישט דער ענד לוה. ער האט אויסגעוועלט דער קאמפאני צו בארגען געלט, און פאר דעם האבען זיי איהם באלוינט. ס'האט גארנישט מיט'ן ענד לוה צו טוהן.
ווען מ'צאלט נישט באצייטענ'ס איז עס טאקע אן איסור רבית צו געבען די רבית פאר'ן בעל הק"ק. ביי שותפים איז דא א היתר, עי' ט"ז סי' ק"ע סק"ג ובחוו"ד שם
ווען מ'צאלט נישט באצייטענ'ס איז עס טאקע אן איסור רבית צו געבען די רבית פאר'ן בעל הק"ק. ביי שותפים איז דא א היתר, עי' ט"ז סי' ק"ע סק"ג ובחוו"ד שם
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פאינט"ס איז קיין פראבלעם נישט פאר צוויי סבות. א. כאמור, ווייל אין רבית אלא הבא ממלוה ללוה, און דאס קומט פון א צווייטע'ן. ב. ועוד, פארוואס גיבט די קאמפאני פאינט"ס? ווייל זיי ווילען אז דער חוה זאל בארגען פון זיי. יעצט, ווער האט פון זיי געבארגט? דער בעל הק"ק, נישט דער ענד לוה. ער האט אויסגעוועלט דער קאמפאני צו בארגען געלט, און פאר דעם האבען זיי איהם באלוינט. ס'האט גארנישט מיט'ן ענד לוה צו טוהן.
ווען מ'צאלט נישט באצייטענ'ס איז עס טאקע אן איסור רבית צו געבען די רבית פאר'ן בעל הק"ק. ביי שותפים איז דא א היתר, עי' ט"ז סי' ק"ע סק"ג ובחוו"ד שם
דאכציכמיר אז לגבי "אין רבית אלא מלוה למלוה" שטייט אין מגלין לעם הארץ.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ריבית - היתר עיסקא
דא איז דאך ק"ש נישט אייוועלט!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא