[justify]אין מאנטרעאל ערשיינט שוין א גאר אינטערסאנטע צייטונג פאר עטליכע יאר, זיי פארמאגן אינטערסאנטע נייעס, און דעקן די היימישע נייעס אן צופיל גארבעדזש ווי געזען אין די צייטונגען דאהי.
זיי זענען זייער צום פינטל און פארמאגן שיינע אנאליזן איבער דאס און יענץ און גאר אפט עדיוקעטן זיי די מאנטרעאלע געמיינדע מיט ארטיקלען וויאזוי די פאליטישע סיסטעמען אין קאנאדע ארבעט און ביעגראפיע ארטיקלען איבער קאנאדישע פירער.
די צייטונג ווערט געשריבן דורך מאנטרעאלע טאלאנט און ווערט פארטיילט ביי די טירן יעדע צוויי וואכן, זי איז רעזערווירט און ווערט ארויסגעגעבן דורך די מאנטרעאלע מוסד "ילדי" וועלכע געבט זיך אפ מיט קינדער אין ספעציעלע געברויכן.
זיי האבן א אידישע און ענגלישע אפטיילונג סערווירנדיג אויך די ענגליש רעדנדע קרייזן.
לעצטענס קען מען עס באקומען אויף אימעיל און דאס איז די סיבה פארוואס איך עפן די אשכול, איך וויל מיטטיילן פארן ק"ש פאלק, וועלכע גלייכט צו ליינען און זען ובפרט א אויסגאבע אויף אזא הויכע קאליווער.
שיקט און אימעיל צו info@dermoment.ca און סובסקרייבט.[/justify]
מאנטרעאלע צייטונג "דער מאמענט"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ווייל אזוי האט געשריבן:איך האב באמערקט אז די מאנטריאלע מאמענט מיט די אמעריראנע מאמענט לויפן אפגערוקט צוויי וואכן, למשל די מאמענט ניו יארק האלט ביי אויסגאבע #104 און מאמענט מאנטריאל ביי אויסגאבע #106
איך מיין אז די ניו יארק'ער מאמענט הייבט מיר אן צו געבן א ביסל א טעם אזוי ווי די דזשואיש פרעסס. נאר אן די נארישע, ציוניסטישע ספין.
איך בין א ציוני. אבער נישט ביז צו א נארישן לעוול אזוי ווי די דזשעי. פי...