א סעיל! טאקע אזוי געפערליך?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

א סעיל! טאקע אזוי געפערליך?

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]אין אן אינטערעסאנטע קא-אינצעדנטס, קומט יעדעס יאר אויס אז ביידע היימישע סוט געשעפטן מאכן צו די זעלבע צייט זייער ווינטער סעיל. ווי איך פארשטיי זענען זיי דאך קאנקורענטן, און מסתמא רעדן זיי זיך נישט דורך אינאיינעם, און דאך ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, קומט עפעס אויס פאר ביידע ממש די זעלבע צייט צו מאכן דעם ווינטער סעיל.

ביידע האבן זיך זייערע טאקטיקן ווי אזוי צו שלעפן דעם עולם, G&G שרייט אז זיי האבן נארוואס געלאנדעט אין לופטפעלד און יעדער לויפט אריינכאפן די סעיל (ס'גארנישט, איך האב אויך נישט געכאפט דעם וויץ), ווידער G&B האט א גאנצע חשבון מיט די טעג קאלירן, איין קאליר איז 20% אראפ, די אנדערע 30,40,50, א.א.וו.

ביי מיינע עלטערן האט מען קיינמאל נישט געהאלטן פון די סעילס, מיין מאמע זז"ג פלעגט טענה'ן אז ביי די סעילס איז אייביג דא א שוואכע סעלעקשאן, זיי לייגן ארויס נאר די שוואכע סחורה, די סערוויס איז זייער שוואך, ווייל די געשעפטן זענען איבערגעפילט און עס ממש נישט מעגליך נארמאל צו סערווירן אזא גרויסן עולם צוזאמען, און נאכדעם די אלטערעשאנס זענען אויך נישט אזוי גוט געמאכט ווייל זיי דארפן זיך יאגן אלעס צו פארענדיגן, בקיצור דאס אלעס ובנוסף נאך עטליכע טעמים כמוסים, פלעגט מען ביינונז נישט גיין צו די אלע סעילס, נאר אין א נארמאלן געהעריגן טאג אן קיין סעילס און קיין שטופעניש איז מען אריין מיט די גאנצע משפחה און זיך געלאזט סערווירן געהעריג כיד המלך, און פארשטייט זיך דערנאך באצאלט כאוצר המלך.

נאך מיין חתונה, האב איך ווייטער געהאלטן די טראדיציע, איך האב זיך נישט געלאזט פארפירן פון די אלע שרייענדיגע פאלאקאטן, איך האב געוואוסט איין זאך אז ביי א סעיל טרעט מען נישט איבער דאס שוועל פון געשעפט, נאר אדער פארדעם אדער נאכדעם.

יארן זענען געלאפן, דאס געזינדל איז אונטער געוואקסן, צום סוט-געשעפט האט מען שוין געדארפט גיין מיט א מיני-ווען, מען איז אהינגעפארן מיט שווערע טאשן און צוריק געקומען מיט ליידיגע, דאן האט זיך א מחשבה'לע אריינגעכאפט אין מח, אפשר זאל מען יא פרובירן דעם סעיל? אפשר וועט אין דעם זכות וועט נאך בלייבן עפעס שיריים אין טאש פאר נאך וויכטיגע זאכן?

עטליכע מאל האבן מיר פרובירט אוועק צו שטופן דעם ווארימל, אבער צום סוף האט זיך דער לב געשטארקט אויפן מח, און גלייך ווען מען האט געזעהן די ערשטע צעטלעך איבערן סעיל, האבן מיר זיך ארויס געלאזט מיטן גאנצן געזינדל זיך איינצוהאנדלען נייע מלבושים פאר א ביליגערע פרייז.

צו מיין גרויס וואונדער האב איך געזעהן אז עס איז בכלל נישט געווען אזוי געפערליך, טאקע געדארפט אביסל לענגער ווארטן, טאקע נישט געווען אזוי געשמאק, אבער נאכן ווארטן/אנטרייען/אנטוהן/אויסטוהן/שרייבן/מעקן, ווען עס איז געקומען צום באצאלן, און דער ביל איז געווען מיט עטליכע הונדערט דאלער ווייניגער ווי ערווארטעט, האט עס געפיהלט גאנץ געשמאק, עס האט זיך יא געלוינט. יעצט האט מיר שוין אנגעהויבן באנק טוהן פארוואס איך האב אלע יארן זיך געלאזט נארן. אבער מיר ווייסן דאך אז אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט, כאטש פון יעצט ווייס איך וואס איך האב צו טוהן.

זעהט אויס אז די שרעקעדיגע קאשמארן וואס איז מיר געבליבן אין קאפ פון אלס קינד ווען מיין מאמע - זאל לעבן און געזונט זיין - האט אראפגעלייגט דעם מצב אזוי שווארץ און געפערליך, דאס איז מיר געבליבן אין קאפ, אבער למעשה איז עס גארנישט אזוי שלעכט.


כלפי מה דברים אמורים?
מיר האבן היינט אריינגעטראטן אינעם ערשטן טאג פון ימי השובבי"ם ת"ת, גלייך הייבן אן צירקולירן אלע סארט חוזק מעסיזשעס אויף שובבי"ם כידוע, און דער עולם איז פיל מיט טענות אויף די שובבי"ם, "וואס? א גאנץ יאר זינדיגט מען, און שובבי"ם וויינט מען?" "נאר שובבי"ם קען מען תשובה טוהן, און א גאנץ יאר נישט?", איך וועל נישט איבער'חזר'ן דא אלע טענות ומענות, והדברים ידועים.

פון וואנעט נעמט זיך דאס ווידערווילן וואס דער עולם האט צו שובבי"ם? ווייל מען דערמאנט זיך די שווערע קאשמארן פון ישיבה וואס מען האט געהאט צו ליידן אין די שובבי"ם טעג, אנגעהויבן ביי די שעות-רצופות-לערנען וואס האבן געקראכן אויף די לעבעדיגע געהירן, און געענדיגט ביי די שרעקעדיגע שובבי"ם דרשות, אז מיר אלע זענען שוין פארפאלן, קיין תשובה העלפט סיי וויי נישט, נאר גאר שטארק גרויסע תשובה וואס מיר קענען אינעם היינטיגע דור נישט באווייזן, אנדערע זענען געגאנגען א טריט ווייטער מיט תעניתים קאלטע מקואות וכדומה, וואס אויסער הארץ-עסענישן האט דאס גארנישט געברענגט עפעס תכלית.

וואס איז באמת שובבי"ם? דער אר"י הק' האט מגלה געווען אז אין די זעקס (אדער אכט) וואכן איז דא א "סעיל" אין הימל, עס איז גרינגער תשובה צו טוהן, מען קען שנעלער און גרינגער מתקן זיין אלעס וואס מען האט שלעכטס געטוהן, דער אריה"ק אליין האט טאקע געזאגט אז מען זאל פאסטן א מספר מסוים תעניתים אויף יעדע עבירה, אבער אונזערע רבי'ס האבן דאס שוין אויך ממתיק געווען, און געזאגט אז היינטיגע צייטן דארף מען נישט פאסטן, עס מאכט מער שאדן ווי ריווח, נאר מען זאל זיך אביסל אנשטרענגען און זיך שטארקן בתיקון המעשים, און יעצט איז א געלעגנהייט וואס מען קען שנעלער און גרינגער מצליח זיין ברוחניות.

הכל חפצים ליראה את שמך, יעדער איד וויל זיין וואויל, און אז עס איז דא "סעיל", אז יעצט איז דא א ספעציעלע געלעגנהייט, פארוואס זאל מען עס נישט אויסנוצן? א שטארקע קשיא, "א גאנץ יאר זינדיגט מען און יעצט וויל מען אלעס אפווישן?", יא, פארוואס נישט? דאס איז די פאקט אז א גאנץ יאר זינדיגט מען, מיר זענען נאכנישט אויסגעארבעט אינגאנצן, ווילסטו אוועקנעמען די צווייטע חלק אויך? אז יעצט זאל מען זיך כאטש אביסל צוריקכאפן? אז עס איז דא עטליכע צייטן אין יאר ווען עס הערשט א שטיקל התעוררות לתשובה, פארוואס זאל מען עס נישט אויסנוצן?
מען רעדט נישט אז מען זאל זיך גיין יעצט קאלערן אין שניי, אדער טוהן עפעס אנדערע ווילדע זאכן, נאר די פשוטע זאכן וואס מען טוט סיי וויי זאל מען זיך אביסל אנשטרענגען און צולייגן אביסל מער הארץ און מח אז עס זאל זיין שענער און בעסער.

דאס דאווענען זאל זיין מיט מנין אין שוהל, צולייגן א טראפ מער כוונה, דאס איז דאך זאכן וואס מען קען נוצן, אתה חונן לאדם דעת… די שליסל פון שכל ליגט ביי דיר, חננו מאתך חכמה בינה ודעת… געב מיר אויך אביסל שכל. השיבנו אבינו לתורתיך… מיין לערנען זאל האבן א שטיקל פנים, וקרבנו מלכנו לעבודתך… מיין דאווענען זאל זיין ווי עס דארף צו זיין. סלח לנו אבינו כי חטאנו… האב איך דען געוואלט זינדיגן? נאר דו באשעפער ווייסט וואסערע יצר הרע דו האסט מיר געגעבן, זיי מיר מוחל, איך וויל שוין פון היינט זיין וואויל. ווער רעדט נאך, וברך שנותינו כשנים בטובות… יא, איך קען נוצן נאך אפאר דאלער אין קעשענע. א.א.וו.

דאס לערנען זאל זיין מער בקביעות, נישט יעדן טאג שפעטיגן פאר א צווייטע סיבה, אריינכאפן נאך א פסוק חומש, נאך א פרק משניות, נאך א שטיקל גמרא, נאך אן הלכה אין שו"ע.

א קאפיטל-צוויי תהלים קען אויך נישט שאטן אין די זייט.

נאך עטליכע פעניס אין צדקה פושקע. הריני נותן פרוטה זו לצדקה ע"מ שיחיה בני... יא, מיינע קינדער זאלן לעבן, סיי בגשמיות זאלן זיי זיין געזונט און שטארק ביז די 120, און סיי ברוחניות קיינער זאל זיי נישט פארדארבן, קיינער זאל זיי נישט מאלעסטן, קיינער זאל זיי נישט מאנס זיין אדער מפתה זיין צו שלעכטס. ווען עס געשעהט ליידער האט יעדער דעות צו זאגן, אבער כו"ע מודי אז בעסער איז ווען עס געשעהט נישט לכתחילה.

דער שבת זאל האבן א בעסערן טעם, צולייגן אביסל געשמאק און בא'טעמ'קייט דערצו, צוקויפן נאך גוטע זאכן לכבוד שבת. חז"ל זאגן "עונג שבת כאלף תעניות", האמיר א געשמאקע וועג צו פאסטן, מען עסט נאך אביסל גוטע זאכן לכבוד שבת, מען מאכט אביסל פרייליכער דעם שב"ק און מ'כאפט אריין נאך טויזנט תעניתים.

און פארשטייט זיך, עטליכע ווערטער צום אייבערשטן אויף אידיש, טאקע גלייך פון הארץ ארויס, די זאכן וואס דרוקן און קוועטשן אויף הארץ. "באשעפער איך דארף נאך אפאר דאלער, באשעפער איך דארף נחת פון די קינדער, באשעפער מיין שלום בית מעג זיין בעסער, און אויך ברוחניות בין איך ביי דיר כחומר ביד היוצר, אילמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, העלף מיר איך זאל זיין וואויל און ערליך, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטוהן ביז יעצט, א.א.וו."

און אזוי ווייטער, פרובירט יעדער צוצולייגן עפעס א גוטע זאך לכבוד שובבי"ם, און אז מען טוט גוטס פאלט די שלעכטס פון זיך אליין אוועק. עס זעהט טאקע אויס ווי קליינע נארישע זאכן, אבער פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, מען דארף זיך נאר אביסעלע נעמען אין די הענט אריין, אביסעלע זיך רוקן צו די גוטע זייט, און דאס איבריגע לאז פארן רבש"ע, פתחו לי פתח כחודו של מחט, ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם!

לאמיר פארגעסן פון די שלעכטע באבע-טעם וואס מען האט אין אונז אריינגעלייגט לכבוד שובבי"ם, און לאמיר אויפקומען מיט עפעס פאזעטיוו, און אויסנוצן די טעג ווי עס דארף צו זיין.

=====
אינספערירט פון די פריצייטיגע פטירה פון האברך החשוב ר' יואל קלאר ע"ה. דאס הארץ גייט אויס, די קישקעס ציפן פאר צער. והחי יתן אל לבו, איך בין טאקע נישט פון די חברה שטארבערס, אבער ווער ווייסט ווען מיין צייט צו גיין וועט קומען, און דאן וועט מען נאר מיטנעמען די גוטע זאכן וואס מען האט געטוהן אויף די וועלט.
ולא עוד, אלא שבשעת פטירתו של אדם אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב ולא אבנים טובות ומרגליות, אלא תורה ומעשים טובים בלבד, שנאמר: "בהתהלכך תנחה אותך בשכבך תשמור עליך והקיצות היא תשיחך": בהתהלכך תנחה אתך, בעולם הזה. בשכבך תשמור עליך, בקבר. והקיצות היא תשיחך לעולם הבא. וכן כתוב בספר תהלים על ידי דוד מלך ישראל: "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף".
[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ברסלבר :like :like
אבער עס בלאגנט אין "תורה און מחשבה", אנלעסס דו ווילסט "אריינכאפן" אומוואוסנדע באזוכער קיין ברסלעוו...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]היימישער ליטוואק[/tag], די שובבי"ם גייסט וואס נעמט ארום דעם עולם איז א חלק פון די חרד'ישע קולטור און געזעלשאפט.
[tag]זיידעטשקע[/tag], זייער שיין. איך האב אבער גערעדט פון נאך פשוטערע זאכן, פלעין שמירת התורה והמצות, הלואי זאלן מיר כאטש האלטן ביי דעם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

פארשטייסטו מיך: ער הייבט אן מיטן אנווייזן אויף שוואכן קאסטומער סערוויס אלס איינע פון די חסרונות מיט א סעיל, און איז ממשיך מיטן צושטעלן אזעלכע אויסנאמליכע סערוויס פארן שובבים סעיל. קאמ׳אן, [tag]ברסלבער[/tag], היפאקריטסווע האט אויך א שיעור :)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

ווען ק''ש וואלט צוגעשטעלט טראנספארטעשן וואלט מען געדארפט פארן צו ברסלבער ער איז א געוואלדיגע מורה דרך
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

נעכטן אין די אשת חיל אויסגאבע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שובבי"ם איז שוין אין פולן שוואונג.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

@ברסלבער, איך פארשטיי נישט, ווען איך בין געווען א בחור, האט מען מיר אויסגעלערנט, אז פאר עבירות דארף מען "תשובה טון"!!
און "תשובה מיינט תשובה"!!

ווען איך דאווען ערליך, כ'בין קובע עיתים לתורה, גיב צדקה, טו איך ס"ה וואס איך דארף אלס איד, אפגעזען צו איך האב געזינדיגט אדער נישט.

וואס האט דעס מיט תשובה??
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

"תשובה" איז טייטש "צוריק קערן", זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן און צו זיין תורה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
שמן זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 3:39 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך שמן זית »

פיין. אבער איז דעס דען טייטש אז די עבירות ווערן מכופר דורכדעם?
אויב יא, פארוואס? וואס איז פשט? ער טוט דאך גארנישט מער ווי ער דארף?
אויב נישט, איז היכי דמי תשובה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

שמן זית האט געשריבן:אויב נישט, איז היכי דמי תשובה?

viewtopic.php?p=244123#p244123
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמן זית האט געשריבן:פיין. אבער איז דעס דען טייטש אז די עבירות ווערן מכופר דורכדעם?
אויב יא, פארוואס? וואס איז פשט? ער טוט דאך גארנישט מער ווי ער דארף?
אויב נישט, איז היכי דמי תשובה?

תשובה מיינט צו איבערבעטן דעם אייבערשטן אויף דעם וואס מען האט נישט געטוהן ריכטיג. און אנהויבן טוהן פון יעצט ווייטער וואס איז יא ריכטיג.
מען דארף גארנישט טוהן עפעס מער ווי מען דארף.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שוין אנגעהויבן די שובבי"ם סעיל. די קלאדינג געשעפטן כאפן זיך מיט מיט'ן סעיל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

און מסתמא רעדן זיי זיך נישט דורך אינאיינעם, און דאך ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, קומט עפעס אויס פאר ביידע ממש די זעלבע צייט צו מאכן דעם ווינטער סעיל.


אגב, בלויז פאר די רעקארד, ביז פאר עטליכע יאר צוריק פלעגן זיי ארבעטן האנט ביי האנט, און דורכשמועסן ווען אנצוהייבן די סעילס אינאיינעם, אזוי אז אייינער זאל נישט אויסכאפען אלע סעיל קויפערס, און דערנאך זאל די צווייטער מאכן א סעיל פארן דופן עקומה.

ביז איין יאר האט איינע פון די צוויי (אן קיין נאמען) געמאכט א בליץ סעיל אן מודיע זיין דעם קאנקורענט, און זייט דעמאלטס רייסט מען זיך ארום ביי די סעילס און משטעכט זיך ביי די אדווערטייזמענטס , און מפראבירט זיך איבערשטייגען מיט די נומערן וכו'


נו שוין, וואס כאפסטיך ארויף אויפן טפל ווען מרעדט דא ארום דברים העומדים ברומו של עולם, אבער אזוי איז עס פארפאלן, ס'אייביג געשמאקער צו רעדן פון די משל...
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

שמן זית האט געשריבן:פיין. אבער איז דעס דען טייטש אז די עבירות ווערן מכופר דורכדעם?
אויב יא, פארוואס? וואס איז פשט? ער טוט דאך גארנישט מער ווי ער דארף?
אויב נישט, איז היכי דמי תשובה?

די צער וואס קומט ווען מען פראהבירט זיך אוועקרייסן פון א הרגל איז תשובה
פארשפארט