'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
[justify]די מנהג פון חסידים איז מקפיד צו זיין אז דער בגד זאל גיין פון רעכטס אויף לינקס. און טעם במנהגם איז כדי מגביר צו זיין די כח הימין וואס דאס איז חסדים און רחמים, אויף די שמאל וואס איז גבורה. עס וועט זיין אינטערסאנט אויסצושמיעסן די מנהגים ומקורות פון אט דעם מנהג. איז דאס יסודותו בהררי קודש? א מנהג אדער א חומרא? האט מען זיך אזוי געפירט לאורך ימי הגלות? בפשטות קען מען זאגן אז זינט די העמד האט זיך ערווארבן צו שלייקעס אדער קנעפלעך, איז אריין די מנהג אין קראפט. ווייל דער גאנצע לבוש פון היינט איז גארנישט אזוי אלט. אלזא ווען האט זיך די פאלקס מנהג אנגעהויבן?
וויפיל מיר ווייסן איז די מנהג בעיקר שטארק געווען ביי חסידים. די שטערקסע טעם וואס איז נתונה בידם איז, אז מען האט געוואלט גיין אנדערש פונעם גוי וואס גייען לינקס אויף רעכטס. דערפאר האבן זיי אלס מדקדק געווען צו גיין פון רעכטס אויף לינקס. עס איז באקאנט די מעשה אז אין די צייטן פון די ערשטע קריג, ווען די רוסן האבן זיך געגרייט צו דערגרייכן די שטאט, איז געווען א תמימות'דיגע אידל וואס האט געוואוינט אין פולין. און דער איד האט געטראכט וועגן וויאזוי זיך צו ראטעווען. האט ער געטראכט, אז ער האט נישט וואו צו אנטלויפן ווייל מען וועט אים באלד דערקענען אין זיינע קליידער אלס א איד. פלוצים האט א מחשבה דורכגעריסן אין זיין מוח: נאר די גויים האבן דאך קליידער פון לינקס אויף רעכטס, אויב אזוי וועט ער אויך אנטון א קלייד פון לינקס אויף רעכטס, און אזוי וועט קיינער נישט האבן קיין ספק אז ער איז א איד...
עס איז געווען פארשידענע צדיקים וואס האבן מעורר געווען אז מען זאל נישט גיין פון לינקס אויף רעכטס. צווישן זיי ווייסן מיר איז הה"ק ר' מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל איז געווען זייער שארף קעגן לינקס אויף רעכטס. ער שרייבט אין א בריוו: שחדשים מקרוב באו במנהג חדש של עכו"ם שמהפכין ומניחין צד השמאל של הבגדים על צד הימין, ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו הרבים, ואמנם זאת יאמינו באמונה שלמה כי בזמננו כל הרעות המעוררים על היהודים רח"ל הוא רק מחמת יצר לב האדם יטהו להנאה ותאוה לילך בחוקות ולבושי העכו"ם אשר נאסר עלינו בתור ובנביאים ובכתובים כענין שנאמר 'ובחקותיהם לא תלכו' ומבואר בכל מפרשי התורה כי הפסוק נאמר על מלבושי העכו"ם.
אזוי אויך שרייבט דער בעל קדושת יו"ט אין פר' תולדות: אף גם זאת ידוע דאיש הישראלי צריך שיהיה ניכר ומובדל מאומות העולם מלכת בדרכיהם ולא לעשות כמעשיהם בענין הלבושים אשר עינינו הרואות כי אוה"ע יגבירו השמאל על הימין במלבושם ובכל הדברים, לא כן עם הקודש לה' כולם צדיקים זהירים ופרושים מסטרא דימינא מגבירים תמיד הימין על השמאל. און ער ענדיגט בדרך לצה דעם פסוק 'לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל', אז דאס זענען בגדים וואס מען וועט דיר זאגן אז מען דארף גיין מיט 'רעכטס אויף לינקס', איז אויך א מצוה זיך צוצוהערן צו זיי ווייל דאס זענען פון די מצות התורה. למעשה איז שווער צו פארשטיין די לצה. ווייל פון די פסוק קען מען ניטאמאל איינזעצן בדרך צחות 'רעכטס אויף לינקס'. עס שטייט בלויז 'ימין ושמאל'.
און אויב רעדט מען שוין יא פון די פסוק 'מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל'. איז אינטערסאנט צו זען וואס רשי' זאגט: אפילו מראין לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין. איז לפי המשמעות המדרש איז שווער צו פארשטיין. וויאזוי קען מען מקבל זיין דאס וואס חכמים האבן געזאגט איבער זאכן וואס צו ווארפן די מציאות. מוז מען זאגן אז דער מדרש האט א טיפערע משמעות. האב איך ערגעץ געזען א דיוק אז מען קען זאגן אז דער מדרש נוצט די לשון 'מראין', און דער מדרש מיינט צו זאגן אז לפעמים איז די 'ראיה' היפך מן המציאות. און דוקא די 'שמיעה' קען מסדר זיין די מציאות. אזוי ווען צוויי מענטשן שטייען איינער קעגן דעם צווייטן, קומט אויס אז דער רעכטע זייט פון איין מענטש איז לינקער זייט פון זיין חבר. סא עס מוז זיך ווענדן אין די פראספעקטיוו. דערפאר דארף מען צומאל אננעמען די פראספעקטיוו פון די חכמים ווייל אן דעם קען עס אויסזען נגד המציאות. בלייבט אונז איבער צו פארשטיין אויב ביי אונזערע נושא איז בכלל דא א פראספעקטיוו.
יעצט, מען זעט אז געוויסע צדיקים האבן געהאלטן אז עס זענען שורים קליפת אויף 'לינקס אויף רעכטס'. דער רבי פון רימנוב זצ"ל האט אמאל געזאגט: אז אויף איין קנעפל פון לינקס אויף רעכטס זענען שורים הונדערטער קליפות החיצונים. בלייבט נאר איבער צו פארשטיין אויב לינקס אויף רעכטס איז אייביג געווען די סטייל פונעם גוי. איז די שאלה אזוי, וויבאלד דער גוי גייט צופעליג לינקס אויף רעכטס איז וועגן דעם גייען מיר רעכטס אויף לינקס. און אויב וואלט דער גוי געגאנגען רעכטס אויף לינקס, וויאזוי וואלט מען איינגעזעצט לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל? וואלטן מיר דאמאלט געגאנגען לינקס אויף רעכטס? וואלטן דאן געריהט קליפות אויף 'רעכטס אויף לינקס'?
מען זעט אז געוויסע גדולים האבן זיך אפילו מוסר נפש געווען אויף די ענין פון רעכטס אויף לינקס. מען דערציילט אויף הה"ק מקלויזנבורג זצ"ל אז ער האט זיך מוסר נפש געווען אין אושוויץ אנצוטון א בגד וואס לויפט נאר רעכטס אויף לינקס, און ער האט נישט געוואלט אנטון די בגדים פון די דייטשן. און ער האט צוגעלייגט אז בזכות זה איז ער געראטעוועט געווארן.
למעשה זעט מען אז אין ליטא האבן רוב גדולי ליטא נישט מקפיד געווען אויף דעם ענין. אבער למעשה ווערט געברענגט אין ספר אורחות רבינו אז הגאון הקהילות יעקב זצ"ל האט יא מקפיד געווען צו גיין רעכטס אויף לינקס, און דער זעלבע האט הגאון החזו"א זצ"ל אויך מקפיד געווען אויף דעם.
עס אינטערסאנט צו זען אז אויך דער קצות השלחן שרייבט וועגן דעם אז עס האט קליפות: וכן נוהגין בלבישת הבגדים להניח שפת הבגד שמצד ימינו על שפת הבגד שמצד שמאלו- והחכם עיניו בראשו לדקדק בשעת תפירת הבגד שהנקבים יהיו בצד ימין והכפתורים על צד שמאל ועי"ז יונק צד הימין על השמאל ע"כ.
אין ספר 'רב טוב' ווערט געברענג א פלא פון א מאמר פונעם ייטב לב וויאזוי ער האט זיך מתייחס געווען איבער דעם ענין. ער שרייבט איבער די מדרש 'שנגאלו ישראל ממצרים בזכות שלא שינו את שמם את לשונם ואת מלבושם'. אז די אידן אין מצרים האבן זיך אנגעטון פונקט ווי די מצריים. אינדרויסן האט מען גארנישט אנגעזען א חילוק. די איינציגסטע חילוק איז געווען אז די אידן האבן זיך אנגעטון פון 'רעכטס אויף לינקס'. ובזכות זה נגאלו ממצרים ע"כ. לויט דעם איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין וויאזוי יענע איד פון פוילן איז אויפגעקומען מיט די עצה. ווייל לפי דבריו של הייטב לב, הייסט א בגד וואס איז רכוסים ימין על שמאל א 'אנדערע לבוש' און איז גענוג גוט צו פארמישן די רוסן אז זיי זאלן מיינען אז ער איז א איד. לפי זה צריך עיין אויב עס איז גענוג צו גיין ימין על שמאל עס זאל נישט הייסן לבוש הגוי, און מען קען אויסער דעם אנטון אלע אנדערש לבושי הגוי. נאך דארף מען פארשטיין, אז ווי ערווענט אויבן איז די גאנצע מושג פון העמד און קנעפלעך א נייע זאך. ממילא דארף מען פארשטיין וואס דאס מיינט אז אידן אין מצרים האבן אנגעטון רעכטס אויף לינקס.
יעצט, אויב זעצן מיר איין אז שמאל על ימין זענען שורים קליפות, דארף מען פארשטיין וואס איז דער הויזן א יוצא מן הכלל? האב איך געטראפן אין ספר טעמי המנהגים אז ביי די הויזן איז פארקערט, און דאס איז כדי צו געבן אביסל פארן שטן, און חונף זיין דעם שטן אז ער זאל נישט מקטרג זיין אויף די אידן. דארף מען פארשטיין מאי שנא העמד מ'הויזן, וויאזוי קען זיין אז אויף 'לינקס אויף רעכטס בגד' זאל די חיצונים אנטלויפן? יעצט, לויט דעם מהלך דארף מען פארשטיין פארוואס עס הייסט נישט חוקת הגוי ווען די גויאישע פרויען גייען יא מיט 'רעכטס אויף לינקס'? זאת ועוד, אפשר קען זיין אז די סיבה פארוואס גויים גייען מיט לינקס אויף רעכטס איז כדי צו מאכן א חילוק צווישן די העמעדער פון מענער און פרויען. און צופעליג האט דער מאן לינקס אויף רעכטס. און וואס וואלט פאסירט אויב די מעשה וואלט געווען אנדערש וואלטן מיר געטראגן לינקס אויף רעכטס?
דא האט איר א בילד:
לויט די IANTB איז די לאגישע סברה געווען וויבאלד וויבאלד פרויען פלעגן אנהייבן צו זייגן פון די לינקע זייט דערפאר איז 'רעכטס אויף לינקס' געווען גרינגער פאר פרויען מניק צו זיין די קינדער. סא לויט דעם איז דער לינקס אויף רעכטס געווען מבוסס אויף א סיבת משמעי, און די מענער האבן אלס א סימן געטראגן לינקס אויף רעכטס. לויט אים איז די סיבה וויבאלד מענער זענען ע"פ רוב גערעכטערס, דערפאר האט מען עס געטון אלס פראקטישקייט.
איינער פון די טעאריעס איז אז נאפאליען האט איינגעפירט אז פרויען זאלן גייען אנדערש. וויבאלד מענער האבן געהאלטן זייערע שווערד אין די רעכטע האנט, איז דאס זיי געווען גרינגער צו באהאלטן די שווערד הינטער די קלייד ווען עס איז לינקס אויף רעכטס. דערפאר האט ער פארארדענט אז אלע פרויען זאלן גיין פון רעכטס אויף לינקס אז זיי זאלן נישט קענען קאנטער אטאקירן.
[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
און אפשר איז עס שוין היינט א שאלה פון לא תהיה שמלת אשה וכו'
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו זענען די מיליאנע מזיקים פון ליטווישע העמעדער און בלורית'ן? לעיקוואד וואלט שוין על פי חשבון געדארפט זיין א בית הקברות רח"ל.
I've also never seen in a newspaper the cause of someones death for not avoiding zugos( pairs) although this is already brought down in the Talmud
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו זענען די מיליאנע מזיקים פון ליטווישע העמעדער און בלורית'ן? לעיקוואד וואלט שוין על פי חשבון געדארפט זיין א בית הקברות רח"ל.

Because it's loshon horo
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
[justify]באמת ווייסן מיר, אז ביי אונז אידן טראגט רעכטס א משמעות. נאר די פראלעם איז ווען עס ווערט פטופטי דברים דערפון. למשל עפענען א פרוכת, די וואס עפענען פון די רעכטע זייט זאגן אז מען דארף אנהייבן ביי די רעכטע זייט. און די וואס עפענען ביי די לינקע זייט זאגן אז מען דארף גיין צו רעכטס.. אלזא וואס איז די ריכטיגע? אפשר איז די זעלבע ביים העמד אויך, מען זאל גיין מיט לינקס אויף רעכטס, אז די רעכטע זייט פונעם העמד זאל זיין נענטער צום לייב, ניין? אקוראט די זעלבע תורה.[/justify]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
פאר די אלע זאכן און ענינים האב איך לעצטנס געזען דער תשובה מאהבה שרייבט, די אלע ענינים וואס האבן נישט קיין מקור אין די גמ' און ראשונים איז דעביד כמר עביד און וויאזוי מ'טוט איז גוט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:[justify]באמת ווייסן מיר, אז ביי אונז אידן טראגט רעכטס א משמעות. נאר די פראלעם איז ווען עס ווערט פטופטי דברים דערפון. למשל עפענען א פרוכת, די וואס עפענען פון די רעכטע זייט זאגן אז מען דארף אנהייבן ביי די רעכטע זייט. און די וואס עפענען ביי די לינקע זייט זאגן אז מען דארף גיין צו רעכטס.. אלזא וואס איז די ריכטיגע? אפשר איז די זעלבע ביים העמד אויך, מען זאל גיין מיט לינקס אויף רעכטס, אז די רעכטע זייט פונעם העמד זאל זיין נענטער צום לייב, ניין? אקוראט די זעלבע תורה.[/justify]
This is a machlokas h'achronim. The Levush, Taz and Mg"a in Shilchan Aruch laws of Chanukka
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
דאס האט מיט די מחלוקה וויאזוי מ'לערנט אפ דעם כל פינות שאתה פונה?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
דעת תורה האט געשריבן:פאר די אלע זאכן און ענינים האב איך לעצטנס געזען דער תשובה מאהבה שרייבט, די אלע ענינים וואס האבן נישט קיין מקור אין די גמ' און ראשונים איז דעביד כמר עביד און וויאזוי מ'טוט איז גוט.
אינטערסאנט. ווי פונקליך?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו זענען די מיליאנע מזיקים פון ליטווישע העמעדער און בלורית'ן? לעיקוואד וואלט שוין על פי חשבון געדארפט זיין א בית הקברות רח"ל.
I've also never seen in a newspaper the cause of someones death for not avoiding zugos( pairs) although this is already brought down in the Talmud
You're right, big light
That's why the lighter
מאירי
Writes, that in fact nothing bad happens by pairing
The Talmud only says it on behalf those who had fairing
Under influence
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נהורא נפישא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו זענען די מיליאנע מזיקים פון ליטווישע העמעדער און בלורית'ן? לעיקוואד וואלט שוין על פי חשבון געדארפט זיין א בית הקברות רח"ל.
I've also never seen in a newspaper the cause of someones death for not avoiding zugos( pairs) although this is already brought down in the Talmud
But at the same time, the Talmud stipulates that if a person is not obsessed with the concept of Asymmetry it is of no consequence to him.
איהו לא קפיד, לא קפדינן בהדיה.
On a philosophical level, however, Asymmetry symbolizes ambition. To strive for perfection. Whereas Symmetry represents complacency. Resting on one's laurels...!
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
איך געדענק אז רבי מענדעלע רימנאווע שרייבט אז מזיקים זענען שורה אויף יעדע קנעפעל, נישט דוקא קנעפלעך פון לינקס אויף רעכטס.
אמאליגע צייטען איז די גאנצע מושג פון קנעפלעך געוועהן מאדערען
אמאליגע צייטען איז די גאנצע מושג פון קנעפלעך געוועהן מאדערען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ראשעקאל האט געשריבן:איך געדענק אז רבי מענדעלע רימנאווע שרייבט אז מזיקים זענען שורה אויף יעדע קנעפעל, נישט דוקא קנעפלעך פון לינקס אויף רעכטס.
אמאליגע צייטען איז די גאנצע מושג פון קנעפלעך געוועהן מאדערען
ראשעקאל: יא. אמת. חסידישע אידן האבן נאר געהאט בענדלעך אויף די העמדער. אין בעלזא, ווען א יונגערמאן האט זיך געמאכט א העמעד מיט קנעפלעך האט מען איהם כמעט געלייגט אין חרם. באלד אזוי הארב ווי אז א יושב האט זיך געפיצט די שטיוול. אזוי ווי די באקאנטע טייטש אויפ'ן פסוק..."יעקב חבל נחלתו"...זאגט מען נאך פון בעלזער רב זי"ע אז ווען א יושב פיצט זיך די שטיוול, שמד'ט זיך א איד, ר"ל אין פאריז...!
- ambulance
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:02 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
ר׳ שבת אחים= ביסט נאך דא?
Sent from my LGLS751 using Tapatalk
Sent from my LGLS751 using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו זענען די מיליאנע מזיקים פון ליטווישע העמעדער און בלורית'ן? לעיקוואד וואלט שוין על פי חשבון געדארפט זיין א בית הקברות רח"ל.
I've also never seen in a newspaper the cause of someones death for not avoiding zugos( pairs) although this is already brought down in the Talmud
But at the same time, the Talmud stipulates that if a person is not obsessed with the concept of Asymmetry it is of no consequence to him.
איהו לא קפיד, לא קפדינן בהדיה.
On a philosophical level, however, Asymmetry symbolizes ambition. To strive for perfection. Whereas Symmetry represents complacency. Resting on one's laurels...!
Ok let me try this I've never seen someone getting leprosy from eating meat and fish together, what are you going to say now that the Mg"a says nature has changed in the course of time, so why are you stiil afraid to mix them together
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Well, you can't compare a custom \ halacha that is accepted by all Jews, and is originated from classic sources (even though some believe it a typo error), however
The style of a shirt is something that only a small fundamentalist group believe in, while their very Jews neighbors and friends dress whatever suits them, and they seem to be happy and the devil is powerless
The style of a shirt is something that only a small fundamentalist group believe in, while their very Jews neighbors and friends dress whatever suits them, and they seem to be happy and the devil is powerless
Under influence
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: 'רעכטס אויף לינקס' האט דאס א משמעות?
די טעות וואס די דרכי משה ברענגט איז פיש מיט מילך
פיש מיט פלייש שטייט שוין אין חז"ל
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
פיש מיט פלייש שטייט שוין אין חז"ל
Sent from my LG-P659 using Tapatalk