א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשטייט'

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשטייט'

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין ליכט פון מיין בקשה צו עפענען אן אפטיילונג וועגען חינוך, שרייב איך דא וועגען איינער פון נושאים וואס ליגען מיר אויפ'ן מאגען. דאס איז וועגען טהעראפיסט'ן און וואס מיר אידען זענען באשאנקען\אנגעשטעקט מיט אזעלכע 'וואס פארשטייען צו קינדער'. איך האב זיך אויסגעלערנט אויף מיין הויט דער חילוק צווישען א מומחה א געלערנטע און איינער וואס 'פארשטייט'.
דער פראפעסיאנעל ווייסט וואס זי ווייסט נישט, זי ווייסט ווען איהר וויסענשאפט איז באגרעניצט און ווען זי דארף נאך עפעס נאכפארשען.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז גארנישט איז נישט קענטיג אין איין מינוט, א מענטש איז א סוגיא און ס'נעמט צייט ביז מ'דערגייט וואס טוט זיך.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אייביג חושד צו זיין איהר מושכל ראשון, און איז נישט משועבד צו קיין שום מחשבה וואס זי האט געהאט פריער.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז מ'ארבעט מיט די עלטער'ן, מ'נעמט זיי נישט איבער.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז וויפיל עקספיריענץ זי האט, קומט עס נישט צו דער עקספיריענץ וואס דער וועלט פון וויסענשאפט האט מיט איהר אלע שטודיע"ס.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז מ'קען נישט צווינגען קיין אויסהיילונג, מ'קען עס נאר ארויסהעלפען.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז קיין שום קינד וויל נישט זיין שלעכט, ער דארף הילף און חינוך וויאזוי צו דערגייען זיין פראבלעם.
דער פראפעסיאנעל ווייסט אז דער קינד ליידט פון זיין אומגעוואלטע אויפפיראכץ מער ווי דער מלמד און די עלטער'ן, און זי זוכט איהם צו העלפען דערמיט.

איך וויל מיטטיילען דער עולם מיין לעצטיגע איבערלעבעניש'ן מיט א קינד מיינער, פון וואנעט איך האב געלערנט די יסודות
מיין אינגעל איז אכט יאר געווען, און ער האט פארפיהרט אין כתה, קאמאנדעוועט ביים הפסקה און געשלאגען ביי מיטאג עס'ן. עפעס האט איהם פארדראסען, עפעס האט איהם געשטערט און וואס מ'האט פראבירט האט נישט געהאלפען. צומאל האט ער געוואלט זיך פאררעכטען, אבער ס'האט זיך געהאלטען פון תענית אסתר ביז פורים. דער חדר האלט ביי גארנישט, מ'עט אן אנדערע מאל אויסשמועס'ן די טענות אויף די חדר. עכ"פ זיי זענען געקומען מיט אן עצה אז מ'זאל גייען צו עפעס א פרוי, מ'עט איהר אנרופען מרס. קאצענבורג, וואס האט גוטע עקספיריענצען אין די זאכען און 'פארשטייט צו קינדער'. איך האב געקענט די פרוי פון פארדעם, איהר ערשטע מאן איז געווען א רבי מיינער, און אע"ג אז זי האט שוין חתונה געהאט א פאר יאר נאך דעם וואס איהר ערשטע מאן איז אוועק, מ"מ האט זי מיר געהאלטען איינער פון אנ"ש. איך האב מורא געהאט פון איהר, איך האב געוואוסט אז זי איז א שטרענגער פרוי און האלט שטארק פון איהר מיינונג, און איך האב נישט געוואלט אז זי זאל מיר אריינצווינגען אין א געוויסע גאנג.
איך האב געקלינגען אן אנדערע מנהל, וואס האט גאר א גוטע שם צווישען מנהלים, און איך האב איהם אנגעפרעגט צו דער פחד איז א קראנטע. ער האט מסכים געווען אז זי איז א שטארקע פרוי, אבער למעשה האלט ער אז זי איז א פקח. שוין, קעגען מיין אייגענע אינערליכע געפיהלען האב איך מסכים געווען איהר אנצופרעגען. איך האב דאך נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און דער מוסד האט געוואלט איהר דייקא (זיי האבען בעסער ליעב אן אומפראפעסיאנעל, ס'שטימט מיט זייער 'שיטה' אז פסיכאלאגען טויג'ן נישט, אפגעזען די תוצאות פון די שיטה) א חבר מיינער וואס האט געהאט איהר געהיירט פאר זיין מוסד האט מיר אנגעווארענט אז זי לויפט צו שנעל צו מסקנות און מ'קען מיט איהר נישט רעדען. בדלית ברירה, כנז"ל האב איך נישט געהארכט מיין חבר.
שוין, איך בין אהין געגאנגען, געמאכט אן אפוינטמענט מיט מרת קאצענבורג. זי האט א מעלה איבער אנדערע טהעראפיסט'ן ווייל זי האט גע'ארבעט מיט א יונגערמאן, וואס ער פלעגט אריינגייען אין חדר און האנדל'ן מיט די מלמדים און מנהלים, און אריבערגעבען זיין עצות. די מלמדים דארט ווייסען גארנישט בחייכון וביומיכון און די מנהל דארט איז נאר א זון פון דער מייסד פון די מוסד און ער האט זיך נאך נישט אויסגעלערנט וועלכע וועג אנצוטוהן דער קאפעלוטש. דעריבער האב איך געקלערט אז דער יונגערמאן וועט מיר ארויסהעלפען מער ווי א נארמאלע טהעראפיסט.
שוין, מ'גייט אהין און זי רעדט מיט מיין קינד. נאך א האלבע מינוט האט זי געכאפט וואס ס'טרייבט איהם, זי האט באמערקט פון זיין נאז, זיין צוויי ווערטער וואס ער האט גערעדט, און עפ"י דעם האט זי געבויט א מהלך איהם צו העלפען. זי האט אנגעהויבען א פראגראם פון שכר ועונש, א גאנצע וועג פון טשארט"ס מיט פאינט"ס ושאר מרעין בישין. דער אינגעל האט זיך צוגעשטעלט מורא'דיג, ער האט שטארק געוואלט די מתנות און פרייזע'ס וואס זי האט איהם געגעבען, און ער האט געהאט קאמפליצירטע חשבונות וויאזוי צו באקומען וואס ער האט געוואלט.
אבער למעשה איז דאס געווען אן אומגליק. דער אינגעל האט זיך טאקע צוגעשטעלט און דער מוסד האט שטארק הנאה געהאט. ער האט אויפגעהערט צו שטערען דער מלמד, מ'האט נישט געהאט קיין פראבלעמען מיט אנדערע קינדער, און דער מנהל האט ווייטער געקענט שפילען מיט זיין פאון, צו עפעס ענדליך, ווייל מ'האט אויפגעהערט שיקען דער קינד צו איהם דורכ'ן טאג. אבער דער לערנען חלק איז צושטערט געווארען. ער פלעגט זיצען א גאנצע טאג און בייסען זיין טיש כדי ער זאל נישט פארגעסען זיך אויפצופיהרען ריכטיג. דער מלמד האט עס ניטאמאל געזעהן פאר וויכטיג צו ברענגען צו אונזער אויפמערקזאמקייט ווייל פאר איהם איז עס געווען א נחת. ער האט פיל ווייניגער געקענט פון די חומש און די משניות ביים פארהערען שבת און ער איז געווארען זייער אנגעצויגען אין שטוב. מ'האט געמאכט א גאנצע סיסטעם וואס זיין לעבען איז געווען אונטער דער דרוק פון דער סיסטעם. דער הנחה איז געווען אז ער האט געקענט זיך אויפפיהרען ריכטיג, און ער האט נאר געדארפט א שטופ דערצו.
נאך א פראבלעם האט זי פאראורזאכט, אז וויבאלד מ'האט אויפגעשטעלט א גאנצע ביזנעס מיט איהם, איז ער געווארען א לב רחב. ער האט אנגעהויבען מאכען ביזנעס פאר יעדער זאך, געבעטען פרייזע"ס פאר וואס ער האט געטוהן, און באופן כללי איז זיין קאפ געווארען פארנומען מיט 'וואס קען איך באקומען'. ס'האט זיך פארוואנדעלט אין א חינוך פון שלעכט'ס, א חינוך פון אומצופרידענקייט מיט וואס מ'האט. דער אומגעראכטענע אויסקומפף פון איהר גאנג איז איה רניטאמאל בייגעפאלען, און ווען איך האב מעורר געווען צו איהר, האט זי געזאגט אז מ'זאל מאכען א סיסטעם פון שטראפונגען ווען ער טוט עס!
סוף יאר האט אלס געפלאצט. ער האט שוין נישט געקענט סובל זיין דער דרוק, און ס'איז געווען געפערליך. פארשטייט זיך דער מוסד האט מיר נישט געקלינגען ביז צוויי וואכען אריין אין דער סומאטוכע, אבער דאס איז, כמדובר לעיל, אן אנדערע שמועס.
היי יאר, האב איך גאר א נייע פארציע, אבער דער עיקר איז אז מיר זענען געגאנגען צו אן עכטע פראפעסיאנע"ל, איינער וואס האט שטודירט און ארבעט אונטער א קאמפאני וואס טוט פארהערען איהר ארבעטארער'ס און דער עומדת בראש האלט מיט יעדער טהעראפיסט. דארט האב איך געלערנט דער חילוק צווישען א פראפעסיאנעל און אן אמאטע"ר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

Sound advice!
פון דער תגובה אלײן קען מען זיך שוין לערנען אסאך. תודה
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נאך א פראבלעם האט זי פאראורזאכט, אז וויבאלד מ'האט אויפגעשטעלט א גאנצע ביזנעס מיט איהם, איז ער געווארען א לב רחב. ער האט אנגעהויבען מאכען ביזנעס פאר יעדער זאך, געבעטען פרייזע"ס פאר וואס ער האט געטוהן, און באופן כללי איז זיין קאפ געווארען פארנומען מיט 'וואס קען איך באקומען'. ס'האט זיך פארוואנדעלט אין א חינוך פון שלעכט'ס, א חינוך פון אומצופרידענקייט מיט וואס מ'האט. דער אומגעראכטענע אויסקומפף פון איהר גאנג איז איה רניטאמאל בייגעפאלען

איך האב פאר א צייט צוריק געבלעטערט אין די באקאנטע בוך "אל תחטאו בילד" פון הרב יחיאל יעקובזאן, ברענגט ער שטארק ארויס די נקודה אז טיילן פרסים האט די נאגיטיווע עפעקט, ער ברענגט עס ארויס אביסל מער עקסטרעם, אז ער האט צוגעזאגט א סכום פארן קינד פאר א יעדע משנה וואס ער קען בע''פ און עס האט פיין געארבייט פאר א שטיק צייט ביז איינמאל האט דאס קינד אפגעלאזט די לימודים און געגאנגן ארבייטן אין א געשעפט, ווען מען האט עם אנגעפרעגט מה פשט האט ער גענפערט אז ער האט זיך געמאכט א חשבון אז אזוי פארדינט ער מער געלד...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פראפעסיאנעל

אך דא קאקא אז זיי אלע פארריפן זיך מיט'ן זעלב'ן טיטל הנקרא 'פראפעסיאנאל' און מ'דארפן אליין עקספיריענסן די עגמ"נ אויף די אייגענע הענט.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך קל וחומר »

יחיאל יעקובזון איז א מייסטער אין חינוך, ולענ"ד אין בדומה לו אין ארויסברענגן א נקודה בבהירות, ווער ס'פארשטייט עברית וואלט איך אים גע'עצה'ט צו דאונלאודן זיינע שיעורים פון קול הלשון, ס'וועט זיין א תענוג רוחני וגשמי באניינזאם.

זיין עיקר געדאנק אויף חינוך איז אז ס'יז אן אופן מרגיל צו זיין דעם קינד צו טוהן מצוות ומעשים טובים, און די עיקר אז ער זאל עס טוהן ברצון ווייל ס'גיבט אים א גוטע פיהלינג, מיט טיילן פרסים נאכאנאנד זאגסטע פארן קינד בעקיפין אז די פרסים זענען די תכלית און די מצוות ומע"ט די אמצעי,
You might have won the battle, but you lost the war.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קל וחומר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בן אדם האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער פראפעסיאנעל

אך דא קאקא אז זיי אלע פארריפן זיך מיט'ן זעלב'ן טיטל הנקרא 'פראפעסיאנאל' און מ'דארפן אליין עקספיריענסן די עגמ"נ אויף די אייגענע הענט.

איך מיין מיט פראפעסיאנעל איינער וואס האט געלערנט. ד.ה. אדער א psychologist אדער כאטש א social worker. נישט נאר א 'פקח' וואס 'פארשטייט'.
א פקח אן האבען געהאט שטודירט איז פונקט ווי א שיסער אן א ביקס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
א פקח אן האבען געהאט שטודירט איז פונקט ווי א שיסער אן א ביקס.

ליטוואק, דו גייסט אפשר אין קאלעדזש לעיטעלי? האסט עפעס צופיל גוטע ווערטער לעצטענס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

להבהרת הענין - נישט יעדער שטודירטע ווייסט וואס זיי רעדען. גענוג און נאך שוטים האבען קאלעדז"ש דיגרי"ס. אבער דער חינוך וואס מ'באקומט פון מסודר'דיגע שטודירען קען מען נישט באקומען פון 'פקחות'
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:להבהרת הענין - נישט יעדער שטודירטע ווייסט וואס זיי רעדען. גענוג און נאך שוטים האבען קאלעדז"ש דיגרי"ס

דער חלק האב איך שוין געזען ביי פיזיקעל דאקטורים אויך, ואכמ"ל רק לחזק הראיה באתי
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מסכים ליטוואק, אבער דער פראבלעם פונעם אנדערן זייט מטבע קען אמאל זיין פילפאכיג מער, ווי נישט ווי ווערן די שטודירטע געלערנט דורך טעקסטבוכער וואס זענען געשריבן פאר אן אנדערע קולטור ווי אונזערס, א סך מאל קען דאס גורם זיין צו א שטארקע אי-הבנה. גיב א קוק למשל הרב דר. גרינוואלד לדוגמה, קודם האט ער שטודירט אבער ווען ער אנגעהויבן האנדלן מיט חרדים האט ער זיך אנגעשטויסן אין פראבלעמען וואס ער האט נישט געקענט אליין באהאנדלן, ווי מ'זעהט פון די בריוון פונעם סטייפלער צו איהם אז ער האט זיך שואל עצה געווען אויף א סך פשוט'ע זאכן וואס א געווענליכע אומשטודירטע חרדי'שע מחנך מיט פשוט'ע ערפאהרונג וואלט געקענט ענטפערן.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשטייט'

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

אלעס ביי אונז גייט אופ׳ן זעלבן גאנג. אז איינער איז מעיד אויף זיך אז ער פארשטייט צו סיי וואס, ווערט ער איבערנאכט אן אוטאריטעט און א מומחה. ממש א סענזאציע! מממממ אה! און וויפיהל מ׳פאלט דורך מיט די סארטן לערנט מען זיך גאאאאאאארנישט.
אגב, כ׳האב פאר א שיינע תקופה געספענדט צייט מיט ישיבה בחורים אויסהערנדיג זייערע מוטשענישן, קווענקלנישן וכו׳. פאר מאנכע איז דאס געוועהן גענוג אז זיי האבן אן אוזן קשבת. אמאהל האב איך אויך געזאגט א קלוגע געדאנק אבער דעטס אלל.
אזוי פיהל האב איך ׳פארשטאנען׳ אז ס׳דא פראבלעמען וואס כ׳קען נישט פאררעכטן און מ׳דארף א געלערנטע פסיכאלאג. כ׳האב געהאט צוטריט צו פסיכאלאגן מומחים (דזשו בויס אבער פון די נישט היימישע) וואס האבן באוויזן צו באמת העלפן די וואס האבן געדארפט זייער הילף. די וואוילע נפשות האבן ממש אויפגעלאכטן. הלואי וואלט זיך דער כלל שוין אויסגעלערנט דאס וואס עטליכע פון אונז ווייסן שוין פון לאנג.


Sent from my iPhone using Tapatalk
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך דעת תורה »

ק"ש ברויך ווען האבן, אזוי ווי טוויטער, א "וועריפייד" ניק אפציע, אויב א ניק רופט זיך מיט א באקאנטע פערזענליכקייט'ס נאמען.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך שמערל »

עס איז שוין דא אזא פאלעסי, זעט אויס די הנהלה האט דאס בטעות אדורכגעלאזט.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

כ׳האנישט געוואוסט אז ס׳עקזיסטירט אזא פערזענליכקייט. יחיאל יעקבזון איז מיין פענע נאמן. איך האב געשריבן גאהר ווייניג דא און קען באשטיין צו טוישן מיין ניק אויב ס׳באדערט אייך זייער.


Sent from my iPhone using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך האב דיך לאנג ציריק שוין געפרעגט צי דו ביסט דער יחיאל יעקבזון
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

פאר דע רעקארד, יעקבזון איז א "קענער" וואס "פארשטייט" ער איז נישט קיין לייסענסד "טהעראפיסט"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ודי למבין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

Huh?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:Huh?

אנטשולדיגט פארראכטן
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ודי למבין האט געשריבן:פאר דע רעקארד, יעקבזון איז א "קענער" וואס "פארשטייט" ער איז נישט קיין לייסענסד "טהעראפיסט"

וואס מיינסטו אויסצוברענגן? אז ער טויגט על אף ער איז נישט לייסענד אדער ער טויגט טאקע נישט ווייל עס פעלט עם די ידע וואס מען איז קונה ביים וועג צו באקימען לייסענס?
באניצער אוואטאר
ודי למבין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 603
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 30, 2013 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

שליחה דורך ודי למבין »

עמעזאן האט געשריבן:
ודי למבין האט געשריבן:פאר דע רעקארד, יעקבזון איז א "קענער" וואס "פארשטייט" ער איז נישט קיין לייסענסד "טהעראפיסט"

וואס מיינסטו אויסצוברענגן? אז ער טויגט על אף ער איז נישט לייסענד אדער ער טויגט טאקע נישט ווייל עס פעלט עם די ידע וואס מען איז קונה ביים וועג צו באקימען לייסענס?



די אשכול האט זיך אנגעהויבן מיט די מיינונג אז נאר לייסענסעד טעראפיסטן זענען גוט און דאן פארקראכן איבער הרב יעקבזון אז ער איז זייער גוט אין די פעלד פון חינוך. הגם איך נעם נישט קיין שטעלונג איבער די נידון פון די פותח האשכול (לכשלעצמי האב איך שוין געזען גוטע און נישט גוטע סיי פון יא לייסענסד און סייפון נישט לייסענסד טעראפיסטן) האב איך נאר ארויס געברענגט אז דער הרב יעקבזון איז נישט לייסענסד.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'האט סך הכל געזאגט אז הרב יעקבזון האט געזאגט א גוטע פאינ"ט און ער האט גוטע פאינט"ס. דאס מיינט נישט אז מ'קען אדער מ'זאל גייען צו איהם פאר הילף. איך האב נישט קיין אהנונג ווי ער שטייט אין די אלע חילוקים צווישען א פראפעסיאנע"ל מיט א נישט פראפעסיאנע"ל. אזוי פיל ווייס איך אז טאמער ער איז אזא פקח ווי מ'שטעלט איהם פאר, וואלט געווען ראטזאם אז ער גייט שטודירען, ווייל דאס שטודירען וועט איהם אויסלערנען וויאזוי צו נוצען זיין פקחות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

:Budapester Lutvock

Thanks so much for bringing up this important topic.

Another difference between professionals and amateurs is that a professional knows how to be objective and leave himself out of it.

The other people who are "TRYING", are using things that happened to them and what they heard from other people and make a stinking concoction.

But, to be sure, the principals hate the professionals like the plague.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: חינוך אפטיילונג - א טהעראפיסט אדער א 'קענער' וואס 'פארשט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא, זייער עקספיריענץ איז באגרעניצט צו די אייגענע, מיט די אייגענע קינדער מיט אפשר א פאר הונדרעט קליענט'ן, אויפ'ן בעסט'ן אופן. לעומת די מאס עקספיריענץ וואס איז נכלל אין די שטודיע"ס, וואס ציילט זיך אין די צענדליגע טויזענטער.
לדעתי האבען די מנהלים א ציל צו ווייזען אז גארנישט העלפט, און דעריבער זאל מען שוין נעמען פיל'ן וואס פארשטילט דער קינד און מאכט דער מלמד'ס לעבען באקוועם. און נעבעך מוזען זיי זיך אויסקומען מיט די עלטער'ן וואס שטיין אין וועג און ווילען נישט קיין פיל'ן, ווייל זיי זענען אונטערשטעליג און האלט'ן אז די פיל'ן מאכען א נייע רשימה פון פראבלעמען. (אגב, דער גויישע וועלט אנערקענט שוין אז די פיל'ן זענען א חרבן און נאר אין א געפערליכע מצב, ווי מ'האט אלע עכטע מיטלען פראבירט זאל מען עס נוצען בלית ברירה)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט