וואס האט דער אויבערשטער ליב?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 375 מאל

וואס האט דער אויבערשטער ליב?

שליחה דורך קלינג »

וואס האט דער אויבערשטער ליב? דער אויבערשטער האט ליב גאר לאנגע אונטער אונטערהויזן. אזוי האב איך געדרינגען אין מקוה, ווען א פרומער יונגערמאן האט אויסגעטאן גאטשעס וואס זענען געווען אזוי לאנג ווי די הויזן.

פון וואו ווייס איך אז ער איז פרום? אזוי איז שטארק משמע געווען פון די אויסדריקן אויף זיין פנים: מערערע קנייטשן אויפן שטערן, מיט א פנים וואס האט געקוקט מיט א מינע פון רחמנות אויף א צווייטן וואס האט געטראגן קורצע רש"י אונטערהויזן.

דער זעלבער יונגערמאן, וועמען דער אויבערשטער האט זיכער זייער ליב, טראגט ברילן פון פלאסטיק וואס זענען געפארבט מיט א שווארצע קאליר. דאס טוט ער אויך כדי צו מאכן א נחת רוח להבורא יתברך שמו, וועלכער בעפארצוגט פלאסטישע זאכן צו אנדערע מאטעריאלן. דער אויבערשטער האט אויך א נטיה צום קאליר שווארץ, וואס ער האט בעסער ליב ווי אנדערע קאלירן ווי למשל זילבער אדער גאלד.

נאך די מקוה זענען מיר אריין אין ביהמ"ד און זיך געשטעלט דאווענען. דער יונגערמאן האט זיך געשטעלט איין טיש אין פראנט פון וואו איך בין געשטאנען. ער האט געזאגט די פסוקי דזמרה מיט א קול בוכים און אביסל אונטער די נאז. משמע: דער אויבערשטער האט ליב ווען אידן רעדן אונטער די נאז.

איך ווייס נישט פונקליך פארוואס, אבער מיר האט אנגעכאפט א גוסטע צו באטראכטן דעם יונגערמאן. צו מיין מזל איז ער געשטאנען מיטן ריקן צו מיר, אזוי האב איך אים געקענט רואיג באאבאכטן אן דעם וואס ער זאל זיך פילן אומבאקוועם פון דעם וואס עמיצער קוקט אים אומאויפהערליך אין די אויגן און באטראכט יעדן ריר וואס ער מאכט נאר.

אזוי האב איך נאך אנגעיאגט צו מאכן מיט אים א "לחיים" נאכן דאווענען. עפעס א יארצייט, אדער א שלישי למילה, איז געווען און נאכן דאווענען האבן מיר זיך אוועקגעזעצט ביי די צוויי זייטן פון א טעצל קיכלעך. מיר האבן זיך ביידע גענומען א שטיקל, פארטרינקען מיט אביסל ברוינפן, און זיך געוואונטשן כנהוג.

"מ'זאל זוכה זיין זיך מדבק צו זיין אין צדיקי אמת", האט דער יונגערמאן מיר געשאקלט די האנט, "און שטענדיג זיין בשמחה!" האט ער אויסגעפירט מיט א קול בוכים. ער האט נישט געוויינט, אבער דאס קול איז געווען אזא געשטיקטע, האלבוועגס אונטער די נאז.

פארוואס מוז א ברכה אויף שמחה קומען מיט א קול פון געוויין, ווייסט איין באשעפער. אבער דאס וויינען סתם אזוי נאר ווייל פארוואס נישט איז נישט יענעם יונגערמאנ'ס חידוש. אזוי פירט מען זיך ביי אונזערע מקומות אויסצודריקן שמחה דורך עצבות, וכמאמר החכם: צהלתו בלב ואבלו בפניו. ווי ערליכער מ'איז, אלץ גרעסער דאס געוויין. אזוי גייט עס פורים, שמחת תורה און אפילו ביי די חתונה פון אן אייגן קינד: וואס ערליכער, אלץ צעקנייטשטער דאס פנים.

דער אויבערשטער האט אויך ליב צעקנייטשטע פנימ'ער. אזוי איז משמע פון די אויבנאנס, וואס איז פול מיט אידן וואס האבן מער קנייטשן אין פנים ווי א זקן מופלג פאר די תקופה פונעם מבול. זאל זיך עס רעדן פון די פייערליכסטע געשעעניש וואס קען נאר זיין, וויינט דער אויבנאן. קומט א שיינער איד אויף א חתונה, די מוזיק הייבט אן "ובכן צדיקים", צי די זעקסטע הקפה ניגון, און תוך כדי דיבור לאזט זיך אויפן שיינעם איד אראפ א חשכות מצרים, וואס ווערט נאר ערגער אין די רגע וואס ער כאפט אן דעם חתנ'ס הענט.

ובכן צדיקים אדער דעם זעקסטן הקפה ניגון. דאס זענען די מובחרים אין הימל, וואו מען איז קלויבעריש מיט טענער. אין הימל האט מען נישט ליב יעדן ניגן. לכתחילה וויל מען דארט ניגונים וואס זינגען זיך אויף א שטאטן ריטם. בדיעבד איז שנעל אויך גוט, אבער נאר אזוי לאנג ווי ס'איז גאר שנעל. אויב איז עס א "דיסקאו" און ווערט געזינגען אויף א ריטם וואס לאזט טאנצן "הארא" אדער עפעס כעין זה, טויג עס נישט דארט אויבן.

טענער און ריטם איז איין חלק. דער קאמפאזיטאר שפילט אבער אויך א וויכטיגע ראלע. אין הימל איז מען זייער מקפיד אז דער פארפאסער פון א ניגון זאל זיין א היימישער, און טראגן א הוט און רעקל. אויב דער קאמפאזיטאר גייט מיט א קנייטש היטל און קורצן רעקל, איז בעסער אוועקצושטיין פון דעם ניגון. גאר שלעכט איז אויב דער פארפאסער שטיצט זיך אונטער די בארד, אדער רעדט חלילה מיט א נישט היימישע הברה. כביכול די פמליא של מעלה מאכט עקל גרימאסן ווען אזא ניגון פון אזא קאמפאזיטאר ווערט געזינגען.

די ספעציפישע געשמאקן וואס הערשט אין הימל איז נישט באגרעניצט צו אונטערוועש, גרימאסן און ניגונים. קאפלעך און היטן זענען א מסכת פאר זיך און אויך דארט האט דער אויבערשטער זיין געשמאק. א איד גייט מיט א קאפל. דאס איז א דבר פשוט. אבער וואספארא קאפל? אה. אויב איר ווילט סתם יוצא זיין ממש בדיעבד, דעמאלט איז פאראן אן אויסוואל פון מוסטערן און קאלירן. אויב איר ווילט אבער באקומען א צופרידענעם הימלישן שמייכל, זאל דאס קאפל זיין 1. שווארץ, 2. באשטיין פון דוקא פינף חלקים, 3. זיין פון א ווייכן מאטעריאל. ווען א קאפל באשטייט פון פיר צי זעקס חלקים, קוקט מען אין הימל קרום. א קאלירט קאפל איז שוין קרוב צו עק וועלט. דער אויבערשטער קוקט אויף אזא איד מיט בייזע בליקן. משמע: ער האט עס נישט ליב.

טענץ איז אויך א ג-טליכע געשמאק זאך. דער באליבסטער טאנץ אין הימל איז איינס וואס באשטייט פון א רינג, מיט מענטשן, לייכט אנגעכאפט שפאצירן אויף א מעסיגן טעמפא, און ריקן דעם עקב פאראויס און ריקווערטס איבער א שטח פון איין אינטש אויף א האלבן אינטש. א טאנץ וואס נעמט אריין דעם גאנצן איבעריגן גוף איז אויך בסדר, הגם ס'איז שוין מער בתורת חסד השם צו לאזן דעם מענטש מיט מער ווי בלויז איין אפציע. א טאנץ וואס באשטייט פון דריי שריט פאראויס און איינס צוריק טויג נישט. דער אויבערשטער האט נישט ליב טריט-טענץ. קען זיין ס'האט צו טאן מיט דעם אומ'סדר פון גיין לינקס און דאן רעכטס און דאן ווייטער לינקס. (קענסט גיין רעכטס און לינקס, אבער מאך אפ וואס און האלט זיך דערצו!) אבער אזוי צי אזוי קרימט מען אין הימל אויף טענץ ווי הארא, פענגווין וכדומה.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר