איך בין א "אייוועלט איד"
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך דריי מיך דארט מפעם לפעם, איך מוז זאגן אז עס איז געווארן א גועל נפש אריינצוטרעטן דארט, איך וואלט משנה שם געווען אנשטאט אייוועלט צו "צימערמאן וועלט". נישטא קיין 5 הודעות אן א מחאה אויף עפעס, מען מאכט אלעס אוועק, אלעס איז פסול און טריפה, אלעס איז אפגעפרעגט, יעדער וואס שרייבט מ'כלומר'שט אביסל אויפגעקלערט איז "אנגעטרינקען מיט קאווע", וואס אימער איימיצער טוט אדער שרייבט באקומט א טוץ קריטיקירער, יעדער פרובירט שפילן פרומער ווי דעם חבר, ווי מער סיקריקיש-עקסטרעם אלס מער גרינע באקומט מען, זיי מיינען אז דער רבש"ע שעפט נחת פון זייערע נארישע מחאות און פרומע שטיק, אמער נאר זיי גייען אויפן רבי'נס דרך וואס האט אויסדרוקליך פארלאנגט ביי די שאלעשידעס תורות צו באזוכן און קוואקען אויף אייוועלט, נישט ח"ו אויף קאווע שטיבל.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך דריי מיך דארט מפעם לפעם, איך מוז זאגן אז עס איז געווארן א גועל נפש אריינצוטרעטן דארט, איך וואלט משנה שם געווען אנשטאט אייוועלט צו "צימערמאן וועלט". נישטא קיין 5 הודעות אן א מחאה אויף עפעס, מען מאכט אלעס אוועק, אלעס איז פסול און טריפה, אלעס איז אפגעפרעגט, יעדער וואס שרייבט אביסל אויפגעקלערט איז "אנגעטרינקען מיט קאווע", וואס אימער איימיצער טוט אדער שרייבט באקומעט א טוץ קריטיקירער, יעדער פרובירט שפילן פרומער ווי דעם חבר, ווי מער סיקריקיש-עקסטרעם אלס מער גרינע באקומט מען, זיי מיינען אז דער רבש"ע שעפט נחת פון זייערע נארישע מחאות און פרומע שטיק, אמער זיי גייען נאר אויפן רבי'נס דרך וואס האט אויסדרוקליך פארלאנגט ביי די שאלעשידעס תורות צו באזוכן און קוואקען אויף אייוועלט, נישט ח"ו אויף קאווע שטיבל.
וואס מיינסטו למשל?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שטארקע ווערטער וועגן די מאמענט די וואך וואס שמירט אויס א פריוואטער סכסוך ברבים
באופן כללי, א רבי אויפן דעקל איז מיר אסאך מער ניחא ווי א בדחן, און כאטש מיינע קאמענטארן בנוגע די טעמע אין א זשורנאל איז ווארשיינליך דאס זעלבע, איז עס פארט אנדערש ווען מ'הערט עס פון א רבי ווי פון א בדחן.
והשנית, באמת אויב נעמט מען די "מעכאליסטן/לעבאוויטש" פרשה אלס א דוגמא פון שלום בית פראבלעמען און מחלוקת צווישן משפחות, איז דאס לדעתי בכלל נישט דער בעסטער עקסזעמפל, ליידער האט יענע פרשה אריינגענומען גאנץ אן אנדערע נושא, אין וועלכע נאך צענדליגע משפחות זענען געווארן אפעקטירט, עלטערן האבן נישט גערעדט מיט קינדער אפי' די וואס האבן זיך נישט גע'גט, ברודערס זענען נישט געגאנען צו קיין שמחות ביי אייגענע געשוויסטער וכו'
נישט אז דער טעמע באלאנגט יא אין א זשורנאל, אבער דאך איז עס מער א "כלל ישראל" נושא, און (פארווייטאגטע) היסטאריע וואס אין פופציג יאר ארום איז עס נישט אנדערש ווי די "קליווא גט" וואס ווערט היינט באשריבן מיט אלע קליפערליך אין אלע אידישע אויסגאבעס. אוודאי איז עס נאך ווייט צו פריה צו באשרייבן, ובפרט ווען די באטרעפנדע לעבן נאך גרעניצט זיך עס מיט הלבנת פנים ולשון הרע, ווער וויל האבן א חלק אין די עבירות חמורות.
אבער פון א זשורנאליסטישען שטאנדפוקנט געפעלט מיר די טעמע בעסער ווי די טעמע פון גיטין און צוטיילטע משפחות, וואס יעדע פאל איז אנדערש און מ'קען נישט מאכן דערפון א כלליות'דיגע נושא אין א מאגאזין
נער הייתי גם זקנתי, ליידער בין איך באקאנט פון גאר נאנט מיט עטליכע העווי גיטין קעיסעס, ווי איך האב אויבן געשריבן ברמז "ביודעי ומכירי קאמינא", און ווי איך האב שוין איינמאל געשריבן, מישט מען אין דעם אשכול צוויי נושאים, איינס איז דער עצם ענין פון מחלוקת צווישן משפחות ביי גיטין, א זאך וואס דארף אויסדריקליך אדרעסירט ווערן. און דאס צווייטע איז "דער מאמענט", צו זיי זענען די מצילים פון כלל ישראל אדער גאר די בענעפיטירער און אפארטוניסטן פון די פרשה הכאיבה.
מענטשן אויף דער וועלט מאכן אסאך מיט, יעדער האט זיך זיין פעקל, השי"ת זאל זיך מרחם זיין און שיקן דעם גואל צדק וואס וועט זיין דער גרעסטער משיב לב אבות על בניהם, ביז דאן לעבן מיר ליידער אין א וועלט וואס צרות קומט אויף האלסעיל רח"ל און מ'דארף אסאך בעטן צו קענען ביישטיין די אלע נסיונות.
יואלי לעבאוויטש ואביו האדמו"ר מניקלשבורג זענען נאר איין ביישפיל פון ליידער הונדערטער משפחות, אבער ווי אסאך האבן שוין אנגעמערקט איז ביי יעדע פרשה דא צדדים וצדי צדדים, צו גיין שרייען מיט הויכהילכערס אז ביי היימישע אידן איז דא א מגיפה פון די צרה, און גארנישט ממש ווערט נישט געטאן אין די נושא, כאילו אין בית אשר אין שם מת, יעדן טאג ווערט א צווייטע טאטע אפגעהאקט פון זיינע קינדער דורך א.ג. "עסקנים", איז זייער זייער איבערגעטריבן בלשון המעטה, עס שמעקט פון דער אלגעמיינער "אנטי סיסטעם" ווינט וואס בוזשעוועט ליידער די לעצטע פאר יאר בקרב מחנינו, געפירט דורך די קצה המחנה'ניקעס פון; פיסטריט, ק"ש, שמעלצער גרופעס והמסתעף, וואס ווען מ'ווערט שוין גוט אנגעטרינקען פון יענע חשיש איז שוין סימפל אז "די רבנים זענען אלעס שולדיג" און "נאר אזא מאמענט קען העלפן".
דער אמת איז אז השי"ת איז נאך ווייט פון באנקראט ב"ה, תלי"ת עס זענען דא אסאך ערליכע אידן וועלכע ווערן נישט היפנאטיזירט פון ריזיגע בלאון-אפפ בילדער מיט "אבוהון של ישראל" דעקליך, און יא עס זענען פארהאן גענוג און נאך עוסקים בצרכי ציבור באמונה אויף וועם מיר אלע וואס גייען יא אין שול יעדן שבת, הערן אויס דאס ליינען און האבן אינזינען ווען דער גבאי זאגט הויך "הקב"ה ישלם שכרם" אז לכה"פ זאלן די עסקנים נישט פאלן א קרבן פון זייערע פארציקער די מגולחים און שותי קאווע.
איך קען ב"ה פערזענליך א באשיידענעם אינגערמאן אין די פערציגער יארן, און דאס איז נאר איין פון צענדליגע עסקנים, וואס זיין טעל. הערט נישט אויף צו זיין פארנומען איבער פארמיטלען צווישן צדדים פון סעפארטירטע אדער גע'גטע פאמיליעס. דו וועסט אים נישט זעהן אויף קיין דעקליך פון מאמענט און ער זוכט נישט קיין פאבליסיטי, איך קען זאגן בפה מלא, דער אינגערמאן האט שוין משיב געווען צענדליגע אויב נישט הונדערטער קינדער צו זייערע עלטערן, אן קיין פאמפע און קיין פרסום, ער דארף נישט קיין "אבוהון של ישראל" טיטל וכו'
די אלע וואס קומען דא מיט קראקאדיל טרערן און ווילן באוואשן די מוחות מיט די "גילט פילינג" אז ענדליך האט מען געגעבן פאר די אנגעטרונקענע א פלאטפארמע, און יעצט איז כלל ישראל אין די ריכטיגע הענט, נידער מיט די אלע פאנאטישע רבנים, נידער מיט די רשעות'דיגע עסקנים, זאלן וויסן אז דאס איז ליידער ליידער זייער נישט קיין גוטע נייעס פאר אונזערע דורות.
השי"ת זאל אונז שומר ומציל זיין פון די מצילים
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
האסט עס טאקע גוט מדמה געווען צום 'פאוסט' העדליין נאכן שטארק מארד.
נאר די רוצחים פון אייוועלט קענען נעמען אן אומשולדיג איד, זאגאר א חשוב'ע איד, און טרינקען זיין בלוט - שטייצעך נאר 'לשם שמים'. ס'הייסט, לא די מ'האט אים גע'הרג'עט זיין שטוב בשעתו, קומט מען יעצט מצדיק זיי עושי רשע און טרינקען זיין בלוט צום צווייטן מאל. ממש ווי שטארק, וואס די פאוסט האט אים געלינטשט שוין נאכן ערמארדעט ווערן.
יעצט בלייבט מיר נאר איבער צו גלייבן אז די 'עסקנים' פאר וועם זיי נעמען זיך אן, זענען מער מענטשליך ווי זיי. ליידער, גלייב איך די אייוועלט'יסטן גענוג שטארק, אז ווען איך זע פאר וועם זיי נעמען זיך אן, פארשטיי איך שוין וואסערע צדיקים זיי זענען טאקע.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
אדנירם האט געשריבן:האסט עס טאקע גוט מדמה געווען צום 'פאוסט' העדליין נאכן שטארק מארד.
נאר די רוצחים פון אייוועלט קענען נעמען אן אומשולדיג איד, זאגאר א חשוב'ע איד, און טרינקען זיין בלוט - שטייצעך נאר 'לשם שמים'. יעצט בלייבט מיר נאר איבער צו גלייבן אז די 'עסקנים' פאר וועם זיי נעמען זיך אן, זענען מער מענטשליך ווי זיי.
וועמען טרינקט מען?
מען זאגט אז ס'בלאנגט נישט אין פובליק מה כל הרעש
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך פארשטיי נאכנישט פארוואס פונקטליך באלאנגט דאס נישט אין פאבליק, פאר וועלכע סיבה? ווייל די רוצחים און רשעים טוהען דאס נאך היינט? ווייל ביסט נאך איינגערעדט אז יעדער מיטן עסקן טיטל טוהט נאר גוטס?
אין א וועלט ווי די רבנים זענען נאר דא אויף צו אנפילן די אויבן אן און די עסקנים פירן זיי ביי די נאז, איז נאר דא איין מיטל וואס שטעלט אפ די רשעות און טעראר, די מיטל וואס האט געארבעט ביי די אראבער, דעת הקהל, יא דער מאמענט האט געטוהן א געוואגטע ארבעט אבער די וועלט האבן זיי אויפגעשטורעמט, עולם התיקון איז דאס נישט אבער די עשקן וועט שוין טראכטן צוויי מאל פאר ווען ער וועט טוהן די רשעות, די ארטיקל באלאנגט אין פאבליק און נאר אין פאבליק נאר ווי דען?!

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
איך בין א "אייוועלט איד"
כפארשטיי נישט פונקט וואס דער שרייבער וויל דארטן אבער א פאוינט האט ער אז מאכן יעדע רב און עסקן פאר א פארברעכער איז נישט קיין גלייכע זאך.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך האב פריער געענדיגט ליינען די ארטיקל, און קיינער קלעימט נישט אז יעדער עסקן און רב זענען רשעים פארקערט עס ווערט קלאר ארויסגעברענגט די חילוק צווישן די עוסקים בצרכי ציבור באמונה און צווישן די לשם שמים'ניקעס.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:איך האב פריער געענדיגט ליינען די ארטיקל, און קיינער קלעימט נישט אז יעדער עסקן און רב זענען רשעים פארקערט עס ווערט קלאר ארויסגעברענגט די חילוק צווישן די עוסקים בצרכי ציבור באמונה און צווישן די לשם שמים'ניקעס.
לאמיך צולייגן מיינע צוויי צענט.
די ארטיקל איז געציהלט קעגן געוויסע מענטשען, די טענות זענען ווארשיינליך גערעכטע, אבער עכ"ז איז עס נאך אלץ געציהלט קעגן א גרופע [א.ג.] עסקנים.
איך געדענק נישט אין היסטאריע (אויסער ביי פארשטינקענע פאליטיק) אז א צייטונג זאל 'אפיציעל' ווערן א פאשקעוויל, און קעיר נעמן פון שטאטישע פראבלעמען, איך גיי יעצט נישט אריין צו ס'דארף זיין אזוי צו נישט, אבער דאס איז די מציאות אז ס'איז קיינמאל נישט געווען, און די סיבה איז פארשטענדליך, 1) די חרידישע אידנטום ווערט געפיהרט דורך רבנים נישט דורך צייטונג שרייבער 2) ס'איז זייער ביליג און נישט אידישלעך צו באשמוצן אידן אין פובליק (אפי' אנאנימע).
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
זענען די טענות ריכטיגע ? יא
באלאנגט דאס אין א צייטונג ? אויסדריקליך נישט.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
האסט געברענגט א גוטע דוגמא און די ענטפער איז א הילכיגע יא און נאכאמאל יא, וויפיל די דעוועלעפערס האבן שוין יא גערעדט וועגן העלפן די מאסן איז נאר דורך די דעת הקהל וואס מען אויפגעוועקט
און לאמיר קוקן די פראבלעם סטרעיט אין די אויגן, איז דא די פראבלעם מיט א גרויס חלק פון די אזויגערופענע עסקנים? אויסדריקליך יא, סא ווי דען באלאנגט אזא ארטיקל, אפשר צו זאמלען שטויב אין די הייזער פון די זעלבע רבנים וואס די חתימה זייערע איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן? ווי דען זאל דער המון עם און די געליטענע אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די מעשי רשע? נאר דא אין ק"ש, ניין!! עס איז שוין העכסט צייט צו אויפשוטורעמען די מאסן דאס איז די אינציגסטע מיטל וואס ארבעט ליידער ווייל נאר מה יאמרו הבריות דערשרעקט די רשעים,
און פאר אמת'דיגע עוסקים בצכי ציבור הבאמונה בליבט נאר איבער צו וואונטשן תחזקנה ידיכם ומחלקכם יהיה חלקי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארף ארויסברענגען נאך א תועלת פון די העלדישע טריט פון יואלי לעבאוויטש.
ביז היינט, האבען געוויסע געמיינט אז זיי קענען טוהן אומרעכט'ן, האלט'ן די אטעם עד יעבר זעם, און דערנאך הייבען דער קאפ. יעצט זעט מען אז פונקט ווי די תוצאות פון דיין שייגעץ שטיק האבען א קיום לעד ולנצח, אזוי אויך וועט דיין שולד בלייבען לעד ולנצח, און מ'וועט דיר אפיר רופען דערויף.
דאס איז גילטיג אין אסאך סכסוכים אין כלל ישראל. איך האב נישט קיין מיינונג אין דעם, אבער ביי די מחלוקת אין סאטמאר, האבען א סאך חשבונות פון מנהיגים און עסקנים אויסגעבראכען. אלע שלעגעריי אויף בני יואל האט צוריק געביסען אין די שלעגער'ס (איך זאג גארנישט וועגען די בארעכטיגקייט, נאר אז מ'טוט אזעלכע זאכען זאל מען נישט מיינען אז מ'וועט עס פארגעסען).
דער בעלזער רעבע האט געמיינט אז ער וועט זיך שלאגען, און א שטיק צייט שפעטער וועט מען פארגעסען דערפון און ער וועט בלייבען א רבי ווי אלע רבי'ס. דערווייל זוכט ער מיט נעגעל צו ווערען אנגענומען, היינט נאך מער ווי דרייסיג יאר נאכ'ן שלעגעריי. איך גלויב נישט ער וואלט עס געטוהן ווען ער ווייסט די פרייז.
עכ"פ יעצט לערנט מען אז א פרייז איז אייביג דא, און הנושה בא לקחת ביום מן הימים.
לערנט'ס ענק אפ פון זיי - באבוב, פאנאוויעז, לעיקוואד, חצר בני ברק וחצר ירושלים, ועוד ועוד.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:
האלטסט אז ס'וואלט געפאסט אז דער מאמענט זאל כאפן א אינטערוויו מיט א מאנסי איינוואוינער וואס גייט צאמשעלטן דעוועלאפערס וואס מאכן א חורבן אין מאנסי און קארופטרין די ארטיגע באהערדע ?
האסט געברענגט א גוטע דוגמא און די ענטפער איז א הילכיגע יא און נאכאמאל יא, וויפיל די דעוועלעפערס האבן שוין יא גערעדט וועגן העלפן די מאסן איז נאר דורך די דעת הקהל וואס מען אויפגעוועקט
און לאמיר קוקן די פראבלעם סטרעיט אין די אויגן, איז דא די פראבלעם מיט א גרויס חלק פון די אזויגערופענע עסקנים? אויסדריקליך יא, סא ווי דען באלאנגט אזא ארטיקל, אפשר צו זאמלען שטויב אין די הייזער פון די זעלבע רבנים וואס די חתימה זייערע איז נישט ווערד די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן? ווי דען זאל דער המון עם און די געליטענע אויסשרייען זייער וויי געשריי אויף די מעשי רשע? נאר דא אין ק"ש, ניין!! עס איז שוין העכסט צייט צו אויפשוטורעמען די מאסן דאס איז די אינציגסטע מיטל וואס ארבעט ליידער ווייל נאר מה יאמרו הבריות דערשרעקט די רשעים,
און פאר אמת'דיגע עוסקים בצכי ציבור הבאמונה בליבט נאר איבער צו וואונטשן תחזקנה ידיכם ומחלקכם יהיה חלקי.
איך זעה אונז זענען בכלל נישט מחולק אויף דעם מהות פון דעם ארטיקל, 1) די חילוק צווישן מיר און דיר איז נאר וואס איז די ראלע פון א צייטונג ביים היימישן עולם, 2) צו איז דאס די ניווא וואס מ'ערווארטעט פון א היימישע אויסגאבע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
ליטוואק, סע קאסט מיר א לאך, ביזט פאר עכט? בעלזע רב זוכט מיט נעגל צו ווערן אנגענימען? ביי וועם דארף ער זיין אנגענימען פונקלעך? ביי ר אהרן? ביי ר זלמן לייב, אדער ביי די אויסגעוועפטע שריים פון עדה? ביי מחנובקע/בעלזע רבי? בעלזע רב זוכט שלום היינט צו די ווילסט יא אדער נישט, ער איז זיך גרייט צו בייגן פאר וועם סזאל נאר זיין, ער וויל סזאל זיך ענדיגן מיט די מחלוקת און די חסידושע הויפן. דאס מיינט נישט אז ער האט חרטה פארן טוהן וואס ער האט אויפגעשטעלט.
לאמיר נישט פאדרייען די שמועס, צוריק צום נושא.
לאמיר נישט פאדרייען די שמועס, צוריק צום נושא.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איך בין א "אייוועלט איד"
איך לאך אויך פון איהם. וואס דארף ער די גאנצע מעשה. אבער פארפאלען, ער טוט עס און ס'גייט איהם קיינמאל נישט גייען. אפילו ווען ער לעבט 150 יאר וועט ער קיינמאל נישט ווערען זקן האדמו"רים.
צוריק צום נושא
צוריק צום נושא
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא