איך בין נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

איך בין נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]איך בין דער מאראנץ
פול מיט אראגאנץ
היינט איך טאנץ
מיט א נייע גלאנץ

א לעבן זייער שטער
אבער עקזיסטירט ביז אהער
אנגעקומען שווער
עצבות מער און מער

אן אייגענער פיינט
נישט פון היינט
טרויער, ווי ס'שיינט
געקלאגט און געוויינט

א האסט פאר זיך אליין
מיין קאליר ווי געמיין
די שאלאכטס, א געוויין
רינדעכיג און קליין

די קערעלעך שטעכט
מיין לעבן געדעכט
נאטור אזוי שלעכט
א ריכטיגער אומרעכט

בפרט ווען איך קוק
אויף דער שאפע א בליק
כאפט מיר א דרוק
אין הארץ א רוק

די לעמאן, אזוי צארט
א קערפער אויסגעדארט
שיין, זיס און הארט
זיין אים, כ'וואלט געגארט

זיין קאליר און פראכט
מאכן מיר פארטראכט
א פלאן זיך מאכט
שוין גאר נישט נאכט

אפשיילן ס'יעצטיגע מום
שאפן א געלע ארום
א מעשה אביסל קרום
אבער מיין עבר מאכן שטום

די פאמיליע מאראנצן
וועלן נעבעך טאנצן
זיין צעשוידערט אינגאנצן
אבער איך וועל גלאנצן

עטליכע וואכן פארביי
זאכן געגעבן א דריי
מיין ציל אזוי געטריי
פארווירקליכט א מחי'

דא רעד שוין איך
דער לעמאן, ס'איז מיך
קומט אהער גיך
ווייטער עפעס פריש איך זוך

ס'איז עפעס נישט
כ'מאך אייך צעמישט
אבער ביטע פארווישט
שוין ווידער אלעס צונישט

כ'בין ווידער צופרידן
מיין טעמפער טוט זידן
איך טראכט פון פארשידן
איך ווער שוין א מידן

דער אמת מ'וועט נאכיאגן
איך לעמאן וועל זיי זאגן
גענוג מיט זיך פלאגן
מיטן פאקט כ'מוז שלאגן

איך גיי ווייטער טוישן
די וועלט מעג רוישן
כ'גיי זיך נישט אנטוישן
נישט בלייבן ישן נושן

איך בין מער נישט קיין עסן
פון פרוכט טוט פארגעסן
פון ווייטאג אנגעגעסן
כ'מוז דורכגיין נאך פראצעסן

שוין לאנג איך קלער
אז א קאטשקע איך ווער
איבער דעם באגער
מחשבות איך פארמער

עס איז נישט קיין שפיל
כ'האב שוין לאנג דער געפיל
אז מיין אריגינעלע ציל
באלאנגען אין קאטשקע שול

ער פליעט דאך אזוי געשווינדער
ווי זיס, זענען זייערע קינדער
די שנאבל שיין באזונדער
בלייבן אין וואסער, אזא וואונדער

איך מוז עס פשוט טון
מאכן די רייזע אהין
אויב נישט איך פארדין
עס טון פאר מיין זון

איך ארבעט שוין ערליך
פריינט העלפן הערליך
געלט נישט געפערליך
כאטש קומט אן שווערליך

צוערשט שאפן פליגלען
מיט קלעב פארזיגלען
אלס עוף מיך אפשפיגלען
דאן מיין געזיכט ביגלען

א געשיכטע נישט גרינג
אומערפארן און יונג
א מאראנץ אן א צינג
צו א קאטשקע א שפרונג

אבער נאכאמאל, ס'מיין טרוים
מיך אליין קען איך קוים
און פון מיין לעבן איך שוים
מוז איך איבערטאנצן די צוים

אונטערשרייבן א פשעטל
אויפ'ן קראנקן בעטל
איבערמישן די בלעטל
מיט א נייע צעטל

צונייען, און אפערירן
מיט פיס זיך קענען רירן
ווי א קאטשקע מארשירן
מיין זיג טריאומפירן

איך וועל דאן אויסמעקן
מיין אמאל פארשטעקן
פארגאנגענהייט פארדעקן
מיין עכטע שורש דעקן.

וואס מאכט די וועלט?
פון בעטל אויפגעשטעלט
געט א גוטן שעלט
איך קאטשקע אייך געפעלט?

איך ליג האספיטאליזירט
די איברים מעכאניזירט
מיט פעדערן אנגעשמירט
מיין ציל אויסגעפירט

צום שפיגל איך שפאציר
זען מיין נייע שטאפיר
אוי ווי גוט איז מיר
קיין בעסער קווארטיר

איך שפאציר אויפ'ן גאס
פון מיר מען טרייבט שפאס
פון שוויץ איך בין נאס
פארוואס איז דאס האס

מ'ליבט נישט מיין אויסזען?
וואס איז דא געשען?
אמאל איז נישט געווען
אז אזא שנאה זאל מען זען

עלעפאנט ציין קויפן?
ווי א הערש לויפן?
צי ווי דער באפעלאו זויפן?
אלעמאל וועל איך מוזן לויפן
צו א נייעם לעבן און אופן[/justify]




[justify]לאור די לעצטערע שטורעמישע קאפיטלען ווי א צעפארענער איז באגאנגען טרענסדזשענדער און פארקריפלט זיין קערפער מיטן פארקוקן די נאטור און מורד זיין אין די וועלכע האבן אים אויסגעפארעמט.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

wow אזוי צום פינטל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
וזרח השמש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 58
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 28, 2015 3:24 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

Re: איך בין נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן

שליחה דורך וזרח השמש »

דערמאנסט מיר א ניגון, וואס איך האב געהערט פון ירמי' דמן, געזינגען אויף איינע פון די לחיים סי די'ס.

דער פעלזן האקער, ער איז א גבור שטארק, שווערע שטיינער, האקט ער ארויס פון בארג, וויי טוט די הענט-איהם, די זון ברענט-איהם, אוהו, שווייס עס רינט-איהם,די מידקייט געווינט-איהם,אוהו.

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

אין חלום ער זעט-זיך, ווי ער בעט-זיך, הלוואי, הלוואי בין איך א מלך, וואס איך וויל באפעל-איך, הלוואי,
אלע אונטערטעניג, ווייל איך בין קעניג, אהיי.

אין מלכות'דיגע בגדים, מיט שרים ועבדים, אהוי, מיטן קרוין באצירט, האט זיך די קייסער שפאנצירט,
אין פעלד אן קיין שאטן , די זון טוט בראטן, אהיי, ס'איז הייס פחדים, טוט אויס די בגדים, אהיי.

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

הלוואי די זון בין-איך, יעדן געווין-איך, הלוואי, שטארק און מעכטיג, גרויס און לעכטיג, הלוואי, השמש בגבורתו, אין נסתר מחמתו, אהיי.

די זון זי צוהיצט-זיך, אין ים משיצט-זיך, באלד, מ'אנטלויפט פון די היימער, צווישען די ביימער,אין וואלד,
די זון דרייט זיך און פרייט זיך, אונטער איהם גרייט-זיך, אהא,
דער וואלקן באפאלט-איר, אינגאנצן באהאלט-איר, אהא.

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

הלוואי בין איך א וואלקן, אויף מיר אין חולקין, הלוואי,
די זון ליגט באהאלטן, קוים אפאר שפאלטן, אהיי, איך עפן נאר א ווינקעל, ס'זאל נישט זיין טונקעל, אהא.

דער וואלקן עס געפעלט-איהם, קיינער פארשטעלט-איהם אהיי,
ארויף מיטן נאז, ביז ער באקומטא בלאז, דער ווינט דער גבור, ער גייט אים אריבער, אהיי, דעם וואלקן דעם דיקן , מיט א בלאז פאר-רוקן, אהיי,

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

הלוואי א ווינט ווער איך, יעדן איבערקער-איך, הלוואי,
בלעטלעך פון ביימער, דעכער פון היימער, אהיי, פייער'ס פארשפרייט-איך. פליגער'ס באגלייט-איך אהיי.

דער ווינט דער בייזער, בוז'עוועט ארום מיט שרעק, דעם קרוין פון קייסער, א בלאז, ס'פליט אוועק, פליצלונג פארשטייט נישט, בלאזט און ס'גייט נישט, אהיי,
א בארג פון שטיינער, עס רירן קען קיינער, אהיי.

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

הלוואי בין איך א בארג, מעכטיג און שטארק, הלוואי, קיינער איהם רירט-נישט, דעם ווינט ער שפירט-נישט, הלוואי, ער האט די כח, שפיציג און הויעך, הלוואי.

דער בארג פון אויבן, קוקט אויף יעדן אראפ, שטארק און דערהויבן, אפילו דער ווינט לאט איהם אפ, פלוצלונג מ'קנאקט איהם, דער פעלזן-האקער האקט-איהם, אהא, דעם בארג איך צושמעטער, מיין גבורה זעהן וועט-ער, אהא.

הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי-הלוואי,

הלוואי בין איך א קנאקער, א פעלזן האקער, הלוואי, פון אלעמען פעסטער,דער שטערקסטער און דער גרעסטער, אהא, פון שמחה ער באלעקט זיך, פון חלום ער דערוועקט זיך. הלוואי!!
געדענק! נאך יעדע נאכט שיינט די זין אויף
פארשפארט