איך בין נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1882 מאל

איך בין נישט קיין מאראנץ און נישט קיין לעמאן

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]איך בין דער מאראנץ
פול מיט אראגאנץ
היינט איך טאנץ
מיט א נייע גלאנץ

א לעבן זייער שטער
אבער עקזיסטירט ביז אהער
אנגעקומען שווער
עצבות מער און מער

אן אייגענער פיינט
נישט פון היינט
טרויער, ווי ס'שיינט
געקלאגט און געוויינט

א האסט פאר זיך אליין
מיין קאליר ווי געמיין
די שאלאכטס, א געוויין
רינדעכיג און קליין

די קערעלעך שטעכט
מיין לעבן געדעכט
נאטור אזוי שלעכט
א ריכטיגער אומרעכט

בפרט ווען איך קוק
אויף דער שאפע א בליק
כאפט מיר א דרוק
אין הארץ א רוק

די לעמאן, אזוי צארט
א קערפער אויסגעדארט
שיין, זיס און הארט
זיין אים, כ'וואלט געגארט

זיין קאליר און פראכט
מאכן מיר פארטראכט
א פלאן זיך מאכט
שוין גאר נישט נאכט

אפשיילן ס'יעצטיגע מום
שאפן א געלע ארום
א מעשה אביסל קרום
אבער מיין עבר מאכן שטום

די פאמיליע מאראנצן
וועלן נעבעך טאנצן
זיין צעשוידערט אינגאנצן
אבער איך וועל גלאנצן

עטליכע וואכן פארביי
זאכן געגעבן א דריי
מיין ציל אזוי געטריי
פארווירקליכט א מחי'

דא רעד שוין איך
דער לעמאן, ס'איז מיך
קומט אהער גיך
ווייטער עפעס פריש איך זוך

ס'איז עפעס נישט
כ'מאך אייך צעמישט
אבער ביטע פארווישט
שוין ווידער אלעס צונישט

כ'בין ווידער צופרידן
מיין טעמפער טוט זידן
איך טראכט פון פארשידן
איך ווער שוין א מידן

דער אמת מ'וועט נאכיאגן
איך לעמאן וועל זיי זאגן
גענוג מיט זיך פלאגן
מיטן פאקט כ'מוז שלאגן

איך גיי ווייטער טוישן
די וועלט מעג רוישן
כ'גיי זיך נישט אנטוישן
נישט בלייבן ישן נושן

איך בין מער נישט קיין עסן
פון פרוכט טוט פארגעסן
פון ווייטאג אנגעגעסן
כ'מוז דורכגיין נאך פראצעסן

שוין לאנג איך קלער
אז א קאטשקע איך ווער
איבער דעם באגער
מחשבות איך פארמער

עס איז נישט קיין שפיל
כ'האב שוין לאנג דער געפיל
אז מיין אריגינעלע ציל
באלאנגען אין קאטשקע שול

ער פליעט דאך אזוי געשווינדער
ווי זיס, זענען זייערע קינדער
די שנאבל שיין באזונדער
בלייבן אין וואסער, אזא וואונדער

איך מוז עס פשוט טון
מאכן די רייזע אהין
אויב נישט איך פארדין
עס טון פאר מיין זון

איך ארבעט שוין ערליך
פריינט העלפן הערליך
געלט נישט געפערליך
כאטש קומט אן שווערליך

צוערשט שאפן פליגלען
מיט קלעב פארזיגלען
אלס עוף מיך אפשפיגלען
דאן מיין געזיכט ביגלען

א געשיכטע נישט גרינג
אומערפארן און יונג
א מאראנץ אן א צינג
צו א קאטשקע א שפרונג

אבער נאכאמאל, ס'מיין טרוים
מיך אליין קען איך קוים
און פון מיין לעבן איך שוים
מוז איך איבערטאנצן די צוים

אונטערשרייבן א פשעטל
אויפ'ן קראנקן בעטל
איבערמישן די בלעטל
מיט א נייע צעטל

צונייען, און אפערירן
מיט פיס זיך קענען רירן
ווי א קאטשקע מארשירן
מיין זיג טריאומפירן

איך וועל דאן אויסמעקן
מיין אמאל פארשטעקן
פארגאנגענהייט פארדעקן
מיין עכטע שורש דעקן.

וואס מאכט די וועלט?
פון בעטל אויפגעשטעלט
געט א גוטן שעלט
איך קאטשקע אייך געפעלט?

איך ליג האספיטאליזירט
די איברים מעכאניזירט
מיט פעדערן אנגעשמירט
מיין ציל אויסגעפירט

צום שפיגל איך שפאציר
זען מיין נייע שטאפיר
אוי ווי גוט איז מיר
קיין בעסער קווארטיר

איך שפאציר אויפ'ן גאס
פון מיר מען טרייבט שפאס
פון שוויץ איך בין נאס
פארוואס איז דאס האס

מ'ליבט נישט מיין אויסזען?
וואס איז דא געשען?
אמאל איז נישט געווען
אז אזא שנאה זאל מען זען

עלעפאנט ציין קויפן?
ווי א הערש לויפן?
צי ווי דער באפעלאו זויפן?
אלעמאל וועל איך מוזן לויפן
צו א נייעם לעבן און אופן[/justify]




[justify]לאור די לעצטערע שטורעמישע קאפיטלען ווי א צעפארענער איז באגאנגען טרענסדזשענדער און פארקריפלט זיין קערפער מיטן פארקוקן די נאטור און מורד זיין אין די וועלכע האבן אים אויסגעפארעמט.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר