ס'איז א סטייל אין ארץ ישראל, כ'געדענק אז אין ישיבה האבן אלע בחורים זיך געדרייט מיט גל פז זעקלעך, די תפילין בייטל פיט אריין פונקטליך, ווי געמאסטן. און דאס איז די גאונות פון דעם שאו, זיי האבן ארויס אונזערע קלענסטע פרטים!
סביב העולם האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל. די שאלה איז נאר פארוואס געט עם שלום די צעטיל צי האלטן?
כ'מיין אז ער וויל מיט דעם ווייזן פאר גמח"ים אז ער איז א נגידישע איד, און האט געלט אויף צוריק צו באצאלן. אבער ווען דער הערשי רופט עם אז ער מוז האבן די געלט אויף מארגן האט ער נישט קיין ברירה און גייט חתמנ'ן די צעטל פאר זיין ברודער.
וואס איז פשט פון די מאדנע צעטל וואס שולעם וויל אז נוחעם זאל אונטערשרייבען?
זעט מיר אויס ווי פשוט, שלום האלט אז באמת קומט זיך עם די ירושה, די פרק הויבט זיך טאקע אן מיט א שטיקל פון א פריערדיגע עפיזאד ווי שלום פראבירט משכנע זיין זיין מאמע אז ער איז די בעסערע זון און נחום איז נישט געקומען צו איר יארן לאנג. און ער וויל זיין ברודער זאל עם מודה זיין אז ער איז די מער איבערגעגעבענע זון, די דירה מאכט עם נישט אויס, ער וויל אבער די רעקאגנישען.
ראוונע האט געשריבן: שולעם הערט גששות אין די גאנצע חדר האלט מיט
פאר די וואס פארשטייען עברית, העטס זיי אויס, אסאך פון איזראעלי קולטור און סלענג קומט פון זיי. אן אינטערעסאנטע זשאנער פון היומאר.
סביב העולם האט געשריבן:ווי איך פארשטיי גייט נוחעם נישט געבן קיין שום ספר תורה ער וויל נאר ווייזן פאר שלום אז ער טיט מער פאר די מאמע הייסט ער אריינלייגן מודעות אין די צייטונגען אין יעצט קען ער אינטערשרייבן די צעטיל.
ער וויל ניצען די מודעות פאר׳ן מנדב זיין די ספר תורה אלץ אדווערטייזינג פאר׳ן נייעם ״נוחעם טורס״ געשעפט.
ער זאגט בפירוש פאר׳ן פאנדרעיזער אז ס׳מוז שטיין ״נוחעם טורס״ און ליבי זאגט פאר קיווע אז סוף וואך וועלן קונדן אנהייבן קומען ווייל איר טאטע האט איר געזאגט אז ״ס׳גייט זיין מודעות אין די צייטונגען״.
איך מיין, אז די פשט פון שלום'ס צוריק געבן די צעטל פאר נחום, איז אז ער זאל האבן אביסעל יסורי מצפון, אויף וואס ער איז קיינמאל נישט געקומען באזיכן די מאמע, ווי געזאגט, איך וועל די העלפן ווייל די ביזט מיין ברידער, און איך וועל דיר שאפן ס'געלט, אבער זאלסט אייביג געדענקען וואספארא חיה די ביזט אלע יאהרן געוועהן, געזיצן אין בלגיה און געמאכט געשעפטן און נישט געקומען באזיכן די אלטע מאמע פאר 15 יאהר.
א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.
און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.
דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.
יואליש האט געשריבן:א צווייטע וועג צו אפלערנען די סצענע איז אלס אן אקט פון הכנעה, עכ"פ אויף די מינוט. עקיבא צינד אן די קאמארא און פארנויגט זיך מיט הכנעה צום מחותן נחום, זאגענדיג I wanna give it all I have, און proceed צו פארשניידן יעדע קשר מיט זיין טאלאנט, אפי' די חתונה בריוועל וואס זיין כלה האט אים ערלויבט און אפי' געבעטן. נאכער קומט די "סימפאניע אויף די באלקאני" סצענע, ווי צו זאגן, אוי איז דער עקיבא נאיוו, not so fast, די אינערליכע קאמפ האט נישט קיין ענדגילטיגע שלאכט.
און אנדערע ווערטער, כ'בין ברור איבער די סימבאליזים וואס שטעקט אין נחום'ס "סימפאניע אויפן באלקאני" סצענע. כ'בין נישט אזוי זיכער צו די shredder סצענע איז defiance אדער wishful submission. במושכל ראשון האט עס אויסגעקוקט ווי defiance.
דאס איז כמעט קלאר אז די ending ס'איז בכוונה ambiguous ווייל די המשך וועט קלאר ווערן ביים נעקסטן עפיזאד צו וואס די דאזיגע ענדינג דינט אלס אן אריינפיר.
איך ווייס נישט פארוואס איך האב עס אנגעקוקט ווי שלאבעריש, אז קיווע האט געמיינט אז עס איז אנגעצינדען און האט געמיינט אז ער לעשט עס אויס, ביזדערווייל האט ער עס אנגעצונדען. צוליב דעם מאכט ער פאקסן צום קעמערע ווייל נוחעם זעט דאך סייווי נישט..
דענקער, דו ברענגט ארויס א רוגזה'דיגע און פערזענליכע קאמפ צווישן עקיבא און ליבי. כמיין אז שמערל ברענגט ארויס אן ארטיסט'ס הארץ, די דילעמע איז מיט זיך אליין: ס'איז נישט ווערט צו מאלן געצוימטערהייט. ס'איז אפי' גרינגער בכלל נישט צו מאלן.