מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

מעג מען געבן שאטס פאר קינדער? וויאזוי?

שליחה דורך קלאר »

ביזט משוגע?
ביזט אויך פין די אויבער חכמים?
ביזט אויך פארגלייבט אין????

ניין, איך געב אויך שאטס פאר מיינע קינדער
איך שטום איין אז 'רוב' שאטס זענען גאר וויכטיג
אבער א איד דארף ניצן שכל בעפאר א שטעכט אריין א קרענק אין זיינע נשמה'לעך

איך האב נישט קיין געדילד פאר לאנגע מגילות
איך וויל נאר בארירען די טעמע אפשר וועלן אנדערע שרייבער ברייטער צולייגן די זאך

שאטס ארבעט אז מען שטעכט אריין א טראפ פונעם קרענק, קעגן וואס דער שאט איז געמאכט פאר
די דאזע איז גענג קליין אז דער געווענליכער אימיון סיסטעם פייט אויס דעם קרענק
אין ווען מען כאפט די קרענק פינדרויסן דאן איז שוין דער אימיון סיסטעם געוואינט דערצו אין ווייזט וויאזוי אים צו פייטן מיט הצלחה

היינט צו טאגס האבען די גרויסע חברה וואס שארען ביליאנען פין שאטס ריזיגע לאביסטען וואס לייגן אריין געוואלדיגע כוחות (פינקט ווי די אנטיביאטיק גרופעס, אפשר וועלן מיר נאך רעדן דערפון)
צו דערשטיקן די פאקטען איבער אלע סייט עפעקטס פין די שאטס, אין צו לייגן דרוק אויף די עלטערן אין פידיאטריקס צו נעמען אין געבן שאטס ווי פריער
אזש, עס זענען דא היימישע דאקטורים וואס געבן פאר פיצעלע עופה'ליך 3 שאטס אויפאמאל אנע רחמנות
אין דער קוים דעוועלפטער אימיון סיסטעם דארף זיך ספראווען מיט די נייע קרענק
אין פארגעסט נישט, עס האלטן אין איין ארויסקומען פרישע שאטס

איך האב געהערט אז א לעצטערע פארעפנטליכע שטודיגע צייגט אז ארום 30-40% קינדער האבען ערנסטע סייט אפעקטס נאך שאטס
דאס נעמט אריין פין ווערן סאטיסטיק אויף אייביג ר''ל ביז סתם טוישען די גייסט פונעם קינד

זייער אסאך דאקטורים זענען שוין היינט מודה אז זיי זעהן גאר שלעכטע סייט עפעקסט נאך שאטס
אבער זיי זאגען אז מען מוז עס נאך אלס געבן זיך צו באווערענען פין די אלע קרענק
אמת, מען דארף זיך באווארענען
אבער אז איר וועט זיך נאכפרעגן אויף אלע שאטס וועט איר הערן אז א חלק פין די קרענק זענען בכלל נישט נוגע ביי אינז אידישע קינדער ב''ה (א שטייגער ווי HIV)
והשנית פארוואס דארף מען געבן די שאטס אזוי יונג, ווען דער אימיון סיסטעם איז קוים דעוועלאפט?
פארוואס מוז מען געבן 3 אויף איינמאל?
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

ווען דער דאקטער האט אנגעהויבן צו דערקיטשען מיינע קינדער'ס עלטערן פאר שאטס
האב איך אים אפען געפרעגט די אלע פראגעס
דער דר' האט זיך צושמייכעלט, ווי איינער זאגט ביזט דאך אזוי גערעכט
ער האט מיך געראטען איך זאל זיך נאכפרעגן פאר א רעמידי וואס שטארקט די אימיון סיסטעם בעפאר איך גיב די שאטס

למעשה האב איך געווארט ביז דאס קינד ווער אביסל עלטער
אין דאן האב איך געגבן פאר'ן קינד צו שטארקן די אימיון סיסטעם
אין געגבן 1 שאט אויף א מאל אפגערוקט א היבש וויילע צווישן איין שאט אין צווייטען
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

וואקסין'ס איז נישט סעיף אין נישט געזונט אין ס'העלפט גארנישט !!!

ס'איז איין גרויסע שטיקעל בלאף,

שטיי ווייט דערפין אין בעסער איז אויך אז די מאכסט א סוד אז די געבסט נישט, חוץ טאמער די ווילסט הערען מוסר שמועסען פין די וועלטס פארזארגער,
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ביי אונז אין משפחה זענען פאראן טייל פון די איינגערעדטע, און רוב שאטס ווערן נישט געגעבן, נאר א חלק וויכטיגע.
זיי האלטן, צב"ש, אז טשיקען פאקס איז געזונטער צו האבן נאטורליך ווי דאס ארויסרייסן מיט שאטס. און אזוי אויך מיט אנדערע.

זיי האבן טאקע פראבלעמען מיט די מוסדות וועלכע פארלאנגען די דאקומענטן און אימוניזעשאן רעקארדס פון די דאקטוירים יעדן יאר.
זיי מוזן אונטערשרייבן אז צוליב רעליגיעזע סיבות געט מען נישט די שאטס.

ב"ה עס פעלט גארנישט פון זייערע קינדער. געזונט און שטארק, ביז 120.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

שמעקעדיג האט געשריבן:ב"ה עס פעלט גארנישט פון זייערע קינדער. געזונט און שטארק, ביז 120.


א דאנק וואס מיין קינד, און די 28 קינדער פון די קלאס, האבן יא גענומען די שאטס....
די קרענק וואס האט ליידער גע'הארגעט קינדער ר''ל 2 דורות צוריק, איז נישט נעלם געווארען, ס'נאך אלץ דא אין די ארימע לענדער ווי מ'געט נישט קיין שאטס.
איך זוך נאך אלץ די רעלידזשען וואס לאזט געבן די שאטס, מיט אידישקייט האט עס זיכער נישט.
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

מען דארף געבן שאטס
אבער אויב זעהט מען מיט די אויגן ווי דאס האט אזאנע שרעקליכע סייט עפעקטס
וואלט מען געדאפט טראכטן 'וויאזוי' אין וואס אין ווען צו געבן


אגב
עס איז לעצטנס ארויסגעקומען אזוינע פיצעלע טאבלעטן
וואס מ'קען נעמען אנשטוט שאטס
עס האט אויך די זעלבע אינהאלט
נאר אסאך אסאך א קלענער דאזע אין מען דארף עס נעמען א פאר טאג
ביז דאס קינד געוואינט זיך ציביסלעך צו דערצו
אין ווערט אימיונט צו פייטען דעם קרענק

אבער די יו עס די עי וויל עס נישט אפראווען (אן געבן א געהעריגע סיבה) ציליב די דרוק פין די לאבאיסטען
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווען קליינע קינדער שטארבן פון פאליא און סמאלפאקס ר"ל האט עס ערגערע סייד עפעקטס ווי די וואקסינען, די איינציגסטע סיבה פארוואס דו קענסט זיך ערלויבן נישט צו געבען די שאטס איז ווייל דו וואונסט אין א ציוויליזירטע פלאץ ווי רוב ציוויליזירטע מענטשען נעמען די שאטס, איז נישט דא פון וועם צו קעטשען די מחלות.

לאמיר שוין זאגן אז די גרויסע פארמיסודיקאל קאמפאניס זענען אין בעט מיט די גאווערמענט, איז מיין היימישע קינדער דאקטער אויך אינטערעסירט אז מיין קינד זאל קראנק ווערן?
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יעדער קומט אין שיסט סטעיטמענטס אז מען דארף געבען שאטס,
ווייל ס'נעמט דאך אוועק קרענק, איא? צוויי דורות צירוק איז געווען קרענק איא?

איי ווער זאגט אז דאס וואס עס איז היינט ווייניגער קרענק האט מיט די וואקסינען ?
וואס הייסט ווער זאגט ? "יעדער ווייסט" !

יא יעדער ווייסט, אבער ווען מען גייט איין שאלה טיפער דאן ווייסט שוין קיינער גארנישט,

ס'דא קלארע טשארטס וואס ווייזען אז די קראנקהייטען האבען שוין אנגעהויבען צי ווייניגער ווערען אסאך פאר מען האט אנגעהויבען צי געבען וואקסינען, אין נאכען געבען וואקסינען איז עס סך הכל ווייטער געגאנגען אראפ,

נו וואס איז די ראיה אז ס'האט מיט וואקסינס, אלא מאי ס'נישטא קיין שום ראיה ס'איז נישט מער ווי הוילע פראפעגאנדע, אין נאכדעם שרייט איינער אז שטארבען פין די קראנקהייטען איז ערגער ווי די סייד עפעקטס פין די וואקסינען, נו פיין אבער ווער האט דיר איבערצייגט אז וואקסינען טוט בכלל עפעס אויף ?,

אלא מאי, די וואס גלייבען דערין גלייבען דערין ווי א ע"ז, מען קוקט נישט אויף גארנישט, מען דארף נישט קיין באווייזען, נאר שטעכען זייערע קינדער ווי מיטלאלטער בארבארען,

רבותי כ'האב שוין איינגעזעהן אז ס'האט נישט מיט לאגיק, זייער אסאך מענטשען רעגען זיך אויף ווען מען הייבט אן רעדען קעגען וואקסינס, זיי ווילען אפילו נישט הערען,ס'אינטערעסירט זיי נישט די לאגיק, ס'האט אלע צייכענעס פין א שטיק ע"ז, אין דאס איז וואס עס איז,

אין כ'זאג נאכאמאל ס'נישטא קיין נארמאלע סטאדיס אז עס העלפט, ס'נישטא קיין באווייזען, סתם הוילע פראפעגאנדע אין די בהמות גלייבען בלינדערהייט, פתי יאמין לכל דבר !
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אלא מאי, די וואס גלייבען דערין גלייבען דערין ווי א ע"ז, מען קוקט נישט אויף גארנישט, מען דארף נישט קיין באווייזען.

איך דעם דאקטער פונקט ווי איך גלייב עם אז מ'דארף טוהן טויזענטער אנדערע זאכן.

אויב ווילסטו געבן אזוב גראז פאר דיינע קינדער אנשטאט וואקסינען, ווער שטערט דיך? וואס ברויכסטו פארפירן אזוי מיט די קאנספיראציע טעאריעס, די ווייסט אז מ'קען ברענגען טשראטס אויף פארקערט אויך, איא?
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

ווען א פיינענשעל אדווייזער ווען דיר געבן א עצה וואו צו אינוועסטירען א אוצר מיט געלט, וועסטו עס מסתם דורכרעדן מיט נאך מבינים, און עס גוט אדורך טוהן פאר די טוסט אינוועסטירן,

פארוואס זענען דיינע קינדער, וואס זענען אסאך טייערער ווי געלט, פארוואס דא גלייבסטו אן טראכטן, פארוואס זענען די קינדערלאך נישט ווערד כאטשיג אזוי ווי געלט,

יעצט אזוב גראז איז עניטיים בעסער ווי וואקסינען, ווייל קאליע מאכען וועט עס זיכער נישט,

ווען איינער טוט עס גוט אדורך, און נאכדעם מאכט ער א דעסיזשען אז ער וויל יא געבן, נו פיין האט ער חאטשיג געטוהן וואס ער האט געברויכט. אבער צו שטעכן די קינדער אן עס אדורך טוהן ערשט, און וויסענדיג אז אסאך ערענסטע ריסערטשערס און דאקטוירים האלטן אז ס'איז זייער פראבלעמאטיש, איז א וויסטע הפקירות,

און די זאך איז אז ווען איינער טוט עס אדורך, געבט ער טאקע נישט,

רבותי, שב ואל תעשה עדיף, ווילאנג איר ווייסט נישט זיכער וואס גייט פאר דאן גיבט נישט!

און נאך איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר אליינס זעהן וואס די ווארהייט איז.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווייסטו וואס, אז דו בעטסט אזוי, גיימער זיך נאכפרעגען, מאכן אביסל ריסוירטש.
אויפן ערשטן בליק איז די אמעריקען פידיאטריקס אסאסיעשען זייער דערפאר, זענען זיי אויך איז די זעלבע קאנספיראציע?
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

שליחה דורך שרגא »

שפירא, אזוינע שרעקליכע קאנספיראציע נארישקייטן אז כ'וועל עס ענדערש איגנארירן.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

שרגא האט געשריבן:שפירא, אזוינע שרעקליכע קאנספיראציע נארישקייטן אז כ'וועל עס ענדערש איגנארירן.

וויאזוי ווייסטו אז עס איז נארישקייטן?
דו איגנארירסט עס ווייל דו קענסט נישט אויפווייזן אז עס איז נארישקייטן, ממילא איז גרינגער עס צו איגנארירן.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

דעטס די פוינט. א קאנספיראציע וואס מקען נישט אויפווייזן אדער אפפרעגן איז גארנישט ווערט. כקען אויך מאכן קאנספיראציעס פון דא ביז טאהש, אלל איי ניד איז א גוטע דמיון און אפאר סתירותדיגע טשארטס.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

די גרינגעסטע וועג צו צייגן
איז ווען מען לערנט זיך ח''ו אויף די אייגענע הויט
באטראכט אייערע קינדער בעפאר זיי ווערן צושטאכען אין נאכדעם
אויב קומט ער אפ אן גארנישט (אדער אויב 'די' זעהסט נישט גארנישט) דאנק דעם אויבערשטן
אויב האט ער נאר איבלען אדער אנדערע שוואכקייטן אפאר טאג אין נאכדעם גייט ער/זי גענוי צום אלטען ביזטו גרינג אפגעקומען
אויב ח''ו עס שאד ערגערע סייד עפעקטס (וואס יעדע דר' זאגט אז עס קען געשעהן) זאלסטו - פארשטייט זיך - זאגען אז עס האט גארינשט מיט שאטס, ווייל עס איז א קאנספיראציע
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

לאדיך אפ האט געשריבן:דעטס די פוינט. א קאנספיראציע וואס מקען נישט אויפווייזן אדער אפפרעגן איז גארנישט ווערט.

אויפווייזען אז עס איז פראבלעמאטיש דאס איז זייער גרינג,
אויפווייזען עז מען מיז עס האבען אין אז ס'ראטעוועט די מענטשהייט, דאס איז זייער שווער, ווייל שקר, ווען מען קריכט אריין אין מען גריבעלט אביסעל זעהט מען אז די גאנצע זאך שטייט אויף הינער פיס,

לאדיך אפ האט געשריבן:כקען אויך מאכן קאנספיראציעס פון דא ביז טאהש, אלל איי ניד איז א גוטע דמיון און אפאר סתירותדיגע טשארטס.


כ'ווייס נישט צי וואס די צילסט, די זאך איז זייער פשוט, ווען איינער קומט ארויס מיט א פראדוקט אין פארקויפט אז דא גייט טוהן דאס אין דאס, אין יעדער זאל עס נעמען, דארף ער דאס אויפווייזען קלאר, אין טאמער קען ער נישט דאן איז עס גארנישט ווערד,

נאכדערצי ווען ס'איז א אפענער פאקט אז וואקסינען מאכט אסאך חורבנות, די סייד עפעקטס דערפין קענען זיין שרעקליך אין זיי מאכען נישט קיין סוד דערפין זיי שרייבען עס אליינס אין די צעטעל (insert) וואס קומט מיטען וואקסין,
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

האסט שוין אמאל געזען א מעדיקעישען וואס האט נישט קיין סייד עפעקטס? אפילו אספירין האט סייד עפעקטס.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

אבער אספירין העלפט חאטש אויף עפעס,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסער שפירא, איך וואלט שוין געווארן משוכנע, אבער עס איז פערצופאל וואס כ'בין געוואויר געווארן אז דו האלטסט אויך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך א סיקרעט סאסייעטי און אז מ'האט קיינמאל נישט געלאנדעט אויף די לבנה. זעענדיג אז דו האסט א שטריך און דיר צו גלייבן קאנספיראציע טעאריעס, ווייס איך שוין נישט צו איך קען זיך פארלאזן אויף וואס דו שרייבסט דא און איך וועל אליינס מוזן מברר זיין. דערווייל, ביז איך בין מברר, פארלאז איך מיך אויף די קאנצענזוס.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

צי מען האט געלאנדעט אויף די לבנה צי נישט ווייס איך נישט, אבער וואס כ'ווייס איז אז ס'דא וואס האלטען אז ס'דא ספיקות אין די גאנצע זאך, אין אזוי ווי כ'בין נישט דארט געווען ווייס איך נישט,

די ביסט יא דארט געווען אז די ביסט אזוי זיכער אז יא ?

אין לגבי מברר זיין, זיכער זאלסטע אליינס מברר זיין, פארוואס עפעס זאלסטע מיר גלייבן? דו ווייסט דאך אפילו נישט ווער איך בין, דאס וויל איך טאקע, אז מענטשן זאלען אליינס טראכטן, נישט גלייבן בלינדערהייט ווי א בלינדע קאטשקע,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פראפעסאר שפירא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:צי מען האט געלאנדעט אויף די לבנה צי נישט ווייס איך נישט, אבער וואס כ'ווייס איז אז ס'דא וואס האלטען אז ס'דא ספיקות אין די גאנצע זאך, אין אזוי ווי כ'בין נישט דארט געווען ווייס איך נישט,

די ביסט יא דארט געווען אז די ביסט אזוי זיכער אז יא ?

ביסט אזוי זיכער אז יעצט אויפן מינוט איז נישטא קיין רוה-ואינו-נראה מאנקי אין דיין שטוב אויפן בענקל נעקסט צו דיר?
איך בין זיכער מיט א הסתברות'דיגע מאס זיכערקייט. איך וואלט נישט געוועט 10,000 דאלער דערויף אבער 500 דאלער יא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
פראפעסאר שפירא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

שליחה דורך פראפעסאר שפירא »

יא אבער דיין גאנצע זיכערקייט שטאמט נאר פין דעם ווייל "יעדער" זאגט, צי ס'איז אמת צי נישט, כ'ווייס נישט, טוה עס אדורעך אין טוה דורעך אלע צדדים פין ביידע זייטען אין נאכדעם קענסטע זאגען צי וואס די ביסט נוטה,
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

פראפעסאר שפירא האט געשריבן:יא אבער דיין גאנצע זיכערקייט שטאמט נאר פין דעם ווייל "יעדער" זאגט, צי ס'איז אמת צי נישט, כ'ווייס נישט, טוה עס אדורעך אין טוה דורעך אלע צדדים פין ביידע זייטען אין נאכדעם קענסטע זאגען צי וואס די ביסט נוטה,

נישט ווייל "יעדער" זאגט, נאר ווייל 99 פראצענט פראפעסיאנאלן זאגן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט