די ערשטע דרוק אויפן צווייטן לינק האט מיין אויג געכאפט א גאנצע מאמר אז דינאסארס האבן געלעבט צוזאמען מיט מענטשען ! יא אוואדי!
[tag]אדנירם[/tag] ווען גייען מיר א שפאציר צי די natural history Museum ? דינאסארס האבן קלאר נישט געלעבט צוזאמען מיט קיין מענטשען!!! דאס איז נישט קיין ראי׳ נישט קיין הנחה נאר א פאקט!!!! ווער סזאגט אנדערש טעהנט זיך אויף פשוטע פאקטן! פונקט ווי טעהנן אז די וועלט איז פלאך. אויף געוויסע אנדערע זאכן בנוגע עוועלאושן קען מען זיך אפשר דינגען אבער אז דינאסארס האבן נישט געלעבט צוזאמען מיט מענטשען אז א סייענטיפישע פאקט! ווילסט זיך דינגען ווייטער וועל איך דיר עס פראווען סייענטיפיקלי.
הרמב״ם ואריסטו
- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
הרמב״ם ואריסטו
כגיי נישט דא אריינרעדן אין עפעס וואס איך ווייס נישט, צי עוועלוציע איז מוכרח ע״פ עווידענס צו נישט, אבער אויב יא זעע איך נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר א איד א מאמין, דהיינו מיר גלייבן אז וואס סשטייט אין תורה איז אמת המוחלט איז אויב אין תורה שטייט אז סאיז נישט געווען עוועלוציע מעג זיין עווידענס פון היינט ביז מארגן, און אויב איז זי נישט קיין סתירה מיט די תורה וואס איז די פראבלעם?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ירא שמים האט געשריבן:כגיי נישט דא אריינרעדן אין עפעס וואס איך ווייס נישט, צי עוועלוציע איז מוכרח ע״פ עווידענס צו נישט, אבער אויב יא זעע איך נישט פארוואס דאס זאל זיין א פראבלעם פאר א איד א מאמין, דהיינו מיר גלייבן אז וואס סשטייט אין תורה איז אמת המוחלט איז אויב אין תורה שטייט אז סאיז נישט געווען עוועלוציע מעג זיין עווידענס פון היינט ביז מארגן, און אויב איז זי נישט קיין סתירה מיט די תורה וואס איז די פראבלעם?
איך הער וואס דו זאגסט אבער לאמיך דיך עפעס פרעגן וואס טוסטו ווען מארגן קומט א צווייטע רעליגיע למשל די מוסלימענער צי א צווייטע ראדיקאלע סעקט/רעליגיע און זיי זאגן אז זיי האבן געטראפן א הייליגע בוך וואס דארט שטייט אז מדארף ח"ו אויסהארגענען אלע אידן רח"ל אנשים נשים וטף אויף בערך אזא שטייגער ווי אונזער תורה הקדושה זאגט אויף עמלק. און לאמיר זאגן אז אין 200- 150 יאר ארום וועלן די מוסלימענער זיין רוב פון די וועלט און געוועלטיגן אויף רוב לענדער אין אייראפע וועלן זיי מיט רעכט פון זייער הייליגע טעקסט מאכן נאך א האליקאוסט! פארדעם טאר מען נישט בלייבן שטיין ביי א טעקסט וואס איז געשריבן מיט טויזענטער יאר צוריק פאר מענטשען זענען געווארן ציוויליזירט (פארשטייט זיך אויסער אונזער תורה הקדושה וואס איז מסיני פארנט פון מילינאנען עדות) איך פרעג אבער פונקט ווי די נוצט אונזער תורה אלץ די העכסטע אויטאריטעט העכער פון לאגיק און פאקטולע זאכן וואס וועסטו טוהן ווען א צווייטע רעליגיע וועט טוהן די זעלבע זאך און זיי וועלן שרייען פונקט ווי דיר אז דעס איז זייער העכסטע אויטאריטעט? טראכט אביסל, חומר למחשבה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ריכטיג האט געשריבן:אריסטו האט געהאלטן אז לטובת די פרויען איז כדאי זיי זאלן זיין אינטערטעניג אונטער די מענער און לטובת די קנעכט איז אז זיי זאלן זיין אינטערטעניג אונטער אנדערע, גארנישט מיט קיין בולי'יונג, פאר זייער אייגענע טובה.
פונקטליך דעס האב איך געשריבן אויבן אז די מענער האבן געמאכט זיכער אז די פרויען זאלן פארשקלאפט ווערן פאר די מענער! אלעס פאר זייער אייגענע טובה שטייצעך!
און וויאזוי האט זיך עס אויסגעארבעט פאר די פרויען ?
אריסטו האט אזוי געהאלטן? אוואדי אלע מענער האבן אזוי אמאל געהאלטן! כמעט אלע חיות האלטן נאך אלץ אזוי! למעשה זענען די פרויען נישט געוועהן אייניג און זענען געוועהן אינטערטעניג און פארשקלאפט פאר די מענער וואס איז נישט קיין שום יושר אריסטו קען האלטן וואס ער וויל ביז מארגן סאיז נישט נארמאל נישט מענטשליך און נישט קיין יושר צו דאמינעיטן פרויען און קנעכט!
און האסט נאך אלץ נישט גענטפערט וואס איך האב דיר געפרעגט פארוואס קומט זיך זיי ווייניגער רעכטן? ווייל זיי זענען שוואכער ווי מענער?
וועגן פרויען און קנעכט פארשטיי איך טאקע נישט וואס דו זאגסט און וואס דיין טענה איז, די סיבה פארוואס פרויען זענען געוועהן אראפגעקלאפט אלע יאהרן אז פשוט ווייל די פרויען זענען שוואכער פון מענער און מענער זענען מעהר dominating און נישט ווייל פרויען קומט זיך ווייניגער ווי מענער! די מענער האבן געמאכט זיכער אז די פרויען בלייבן שקלאפן פאר די מענער, די זעלבע גייט אן ביי כמעט אלע בעל חי׳ די מענער באקומען ערשט צו עסען און זיי געוועלטיגן אויף די פרויען וואס זענען ע״פ רוב פון א שוואכערע כאראקטאר, אבער נישט ווייל סקומט זיך זיי ווייניגער, ס׳איז א פארום פון bullying און יעדע נארמאלע מענטש היינטיגע טעג פארשטייט אז סקומט זיך זיי גאנישט ווייניגער אדרבה אויב עפעס קומט זיך זיי מעהר ווייל זיי גיין דורך שווערע ריספאנסיביליטס מיט האבן די קינדער וכו׳. יעדער איינער וואס ווערט געבוירן אויף די פלאנעט וואלט געדארפט זיין גלייכע בירגער! פארוואס קומט זיך זיי נישט קיין איקוואלטי? אפשר ביסטו מיר מסביר וואס דער צד אז פרויען זאלן נישט זיין גלייך מיט מענער? און פארוואס מ׳זאל מעגן האבן קנעכט ווי זיי האבן נישט קיין רעכטן בכלל? וואס איז די לאגישקייט אין דעם? אדרבה לאמיר הערן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius