שרייבער האט געשריבן:שמעקעדיג האט עס זייער גוט ארויסגעברענגט און צולייגט, אבער אין די לעצטע שורה בין איך אביסל מחולק מיט דיר, ווייל זינט ווען טיילט מען איין וועלכע פילטער צו האבן? איך וואוין אין קרית יואל איך האב מיינע קינדער אין די מוסדות, און איך האב מיר אליין אויסגעוועלט וועלכע פילטער איך וויל, און ס'האט מיר נאך קיינער נישט געפרעגט וועלכע פילטער איך האב. אינעם פעלד פון קאמפיוטער האט מען מיר ס"ה איין זאך איינגעטיילט, איך זאל נישט האלטן קיין קאמפיוטער אינדערהיים, חוץ מזה טיילט מען גארנישט איין. (ס'קען זיין איינער וואס האט שוין אנדערע פראבלעמען לייגט מען שוין דאס מיט מיטן פעקעדזש דיעל, אבער איך רעד פון רעגולע נארמאלע מענטשן)
זיך אנגעשטאלפערט אין די תגובה און איך באווינדער וואס א חילוק צוויי יאר מאכט.
שוואכע קוואליטי און אקוראט שילדערונגן איז מערקבאר פאר איינער וואס קען ק"י. זיי ברענגן ווידיאו פוטיזש מענין לענין באותו ענין, למשל ווען מ'רעדט פון פאשקעווילן קעגן אינדיג, צייגן זיי הויכהילכער אויסריפונגן פון די אינערליכע פאליטישע רייבערייען. אויך קען זיך דאכטן פון אנפאנג אז ליפא איז אויפגעוואקסן אין ק"י, ס'איז נישט קלאר איבעראל צו די פוטיזש איז א חלק פון די נערעטעאר אדער בלויז א מאנטאזש פון אלגעמיינע פוטיזש.
די נקודה איז די צוועק וואס די עירמאנט קאמיוניטי דינט און די כאראקטער וואס ס'האט אנגענימען אין לעצטערע יארן. דאס איז עטוואס קלארער ארויסגעברענגט.
הוגה: כאטש איך בין נאר אן אומויסנדער בעל עגלה. וועלכער ווייסט קוים צו געבן עסן פאר די פערד. און זיי שמייסן. ווי קום איך צו אזא סופער אינטעליגענטן פסעוודא-אינטעלעקטואל ווי דו. אבער דאך. דו מאכסט מיך לאכן מיט דיין אבסורדאלן סטעיטמענט ווען דו לייגסט ליפא אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מוטה פראנק. בשעת ווען ר' מוטה פראנק ארבעט באמת אויף קירוב. און דאס איז זיין גאנצע מטרה אין לעבן. איז ליפא, כאטש ער איז זייער א טאלאנטירטער מענטש אין אויפוועקן די ריכטיגע געפיהלן ביי מענטשן בכלל, איז אבער זיין ציהל אין לעבן אינגאנצן אן אנדערער. ער איז צו ערשט און צו לעצט אן ענטערטעינער...!
berlbalaguleh האט געשריבן:הוגה: כאטש איך בין נאר אן אומויסנדער בעל עגלה. וועלכער ווייסט קוים צו געבן עסן פאר די פערד. און זיי שמייסן. ווי קום איך צו אזא סופער אינטעליגענטן פסעוודא-אינטעלעקטואל ווי דו. אבער דאך. דו מאכסט מיך לאכן מיט דיין אבסורדאלן סטעיטמענט ווען דו לייגסט ליפא אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מוטה פראנק. בשעת ווען ר' מוטה פראנק ארבעט באמת אויף קירוב. און דאס איז זיין גאנצע מטרה אין לעבן. איז ליפא, כאטש ער איז זייער א טאלאנטירטער מענטש אין אויפוועקן די ריכטיגע געפיהלן ביי מענטשן בכלל, איז אבער זיין ציהל אין לעבן אינגאנצן אן אנדערער. ער איז צו ערשט און צו לעצט אן ענטערטעינער...!
@berlbalaguleh, דו דערמאנסט עוונות ראשונות? האסט געבליקט אויף די טיימסטעמפ פון @הוגה'ס פאסט פאר דו האסט קאמענטירט?
פאטעיטא טשיפס: יא. זיכער האב איך געקוקט אויף דעם טיים סטעמפ. אבער די זעלבע זאכן זענען נאך אלץ אקטועל. ליפא'ס ביהעיוויאר איז אויכעט די זעלבע. נישט אז ס'איז מייינע געשעפטן. אבער איך האב ליעב צו קוקן די מציאות אין פנים אריין.
הוגה האט געשריבן:לויט מיין אינפארמאציע ווערט די געגנט דארט פרומער פון טאג צו טאג. עס ציען זיך אהין מער און מער חסידישע אידן פון מאנסי וואס ווילן נאך אנהאלטן די ארגינעלע גלאנץ פון מאנסי, דהיינו סינגעל פעמעלי הייזער אויף ריזיגע לאטס פאר גאר ביליג. עס האבן זיך געעפענט אין די לעצטע יאר צייט מערערע חסידישע שולן, ובתוכם ספינקא, ראדאשיץ, סאדיגורא, שטיינווארצל.
אויך די ארגינעלע עירמאנטער חסידים האבן זיך שטארק געשטארקט לעצטענס בעיקר אדאנק די פעולות פון רבי מוטה פראנק. איינער פון די מתפללים ביי ליפא זאגט מיר אז מען מוטשעט זיך דארט פאר מנין נאכדעם וואס מוטה'ס חסידים האבן אנגעהויבן דאווענען אין ברסלב.
מען זעהט שוין די פירות פון די ימין מקרבת אידן, הלוואי שמהם ילמדו וכן יעשו כולם. ווער קען זיך פארשטעלן וויפיל דורות פון טויזנטע אידישע נשמות וואלטן אוועק געשניטן געווארן פון די אילנא דחיי ווען נישט ליפא און רבי מוטה.
די געגענט איז היינט א פרימע געגענט איך וואון דארט און עס אינטערסירט מיר זייער צי זען די דאקעמענטרי אויב איינער קען די פעסווארד אדער אויב איינער האו עס פליז זאל מיר לאזן וויסען אדער און פרייוועט אדער אפילו דא רון פאבליק ווי אזוי יענער פארשטייט