אן אומפארמיידבארע מחיצה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

שמערל האט געשריבן:שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
בילד פון א ליקוט ספר אויף עניני נשואין אות ו׳.
ImageUploadedByTapatalk1451887269.224153.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אזוי לאנג ווי מען גייט מאכן צניעות אסיפות ווען ס'איז ביטער קאלט אינדערויסן איז טאקע די מחיצה אומפארמיידבאר...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

בן אדם האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:ווען איז געווען אזא זאך אז פרויען זאלן זיין מער נאנט מיטן מענער שול?


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

אין ביהמ"ק איז געווען א עזרת נשים (אפשר נישט קיין מחיצה? אבער זיכער גענוג אפגעטיילט).


מקור השם 'עזרת נשים' בעזרת הנשים שהייתה בבית המקדש, אף כי שם לא מדובר באזור המיוחד לנשים, אלא בתיאור המקום שאחריו אסור היה לנשים להיכנס פנימה, לתוך עזרת ישראל וההיכל.
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

ירא שמים, דא האט איר א שטיקל פונם מנהגי וורמייזא וואס דער בעל הליקוט ספר האט ווארשיינליך "פארגעסן" וד"ל.

אחר ברכת המזון מביאין החתן תחת הברייט הויז, (bride) אל החינגא, כי כבר הכלה ובתולות שם, כי המה באין שם קודם ברכת המזון. והולכין עם החתן כמעט כל הקרואין, ומזמרים יגדל בעת הילוכם, והסרבי"ר לפניהם עם אבוקות, ושם מחנגים ושמחים זמן מה. ואחר כך מביאין הכלה לחתן, ולכל איש את אשתו, ומחנגין ומרקדין ושמחין שם שמחה גדולה והולכין אחר כך לבתיהן לשלום.

אה, און מען רעדט נישט דארט פון קיין מצוה טאנץ, מען רעדט ביים חתן מאל, א נאכט "פאר" די חתונה.


בילד

בילד
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

ער האט גראדע נישט פארגעסן… כהאב נאר נישט געוויסט צו קוקן ביים פרק פון חתן מאהל.
ImageUploadedByTapatalk1451926169.042481.jpg

ImageUploadedByTapatalk1451926149.857394.jpg
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

שליחה דורך שמערל »

גערעכט, נישט פארגעסן נאר במזיד ארויסגעשניטן "ולכל איש את אשתו", א מין חוצפה אויסצומעקן א אלטער מנהג ישראל וואס יסודתם בהררי קודש, אוי לעינים שכך רואות.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

נו, משום תקלה האט ער עס ארויסגענומען…
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]כדי צו עקסטרעקן די נקודה פון די צניעות-נושא וואס מיר דעבאטירן, וואלט כדי געווען צו געבן ביישפילן, צו אינטערשיידן פון הלכה צו השקפה, פון מנהג צו קולטור. לאמיר נעמען א פשוט'ע ביישפיל פון אונזערע אייגענע משפחות, און פארשטיין אונזערע הדגשה אז מען האט אביוזט די גייסטישע אדער עמאציאנאלע סעגרעגאציע בין מין למינה. יעדער טאטע האלדזט זיינע טעכטער, און קושט זיינע טעכטער. יעדער מאמע האלדזט אירע זון און קושט אירע זון, אבער ביז א געוויסע יארגאנג.. 'רוב' חסידישע עלטערן קושן נישט די קינדער ווען זיי ווערן עלטער. איז דא א סיבה אין די וועלט פארוואס א טאטע האלדז נישט זיין טאכטער ווען זי איז 16 יאר אלט? איז דא א נארמאלע סיבה פארוואס א מאמע זאל נישט קושן איר בחור, לכל הפחות אין דער שטערן? זעמיר אינגאנצען אויפן קאפ געפאלן? איך רעד שוין נישט פון די הלכה וואס לויטעט אז א טאטע מעג שלאפן מיט די טעכטער, און די הלכה דעבאטירט אויב דאס איז נאר ביז שראוי לביאה אדער ווען זי איז א בוגרות. הכלל, איך ברענג דאס נאר אלס א דוגמה פון נאנטקייט וואס עלטערן האבן מיט די קינדער. פארוואס זאל א טאטע נישט האלדזן זיינע טעכטער? וואו איז אונזער ליבשאפט? איר ווילט הערן נאכמער? וויפיל טאטעס קושן אדער האלדזן זייערע 'בחורים'? די סעגרעגאציע האט אפילו משפיע געווען אויף די עלעטערן אז זיי האבן אומנאטירליכע קשרים מיט די קינדער.[/justify]
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמערל האט געשריבן:גערעכט, נישט פארגעסן נאר במזיד ארויסגעשניטן "ולכל איש את אשתו", א מין חוצפה אויסצומעקן א אלטער מנהג ישראל וואס יסודתם בהררי קודש, אוי לעינים שכך רואות.

דיין צווייטע האלב איז א זיסע מליצה, אבער דיין טענה פאר זיך אז טאקע עולה עד לשמים.
טיפישע חרד'ישע צענזור.
מלך שפירא דארף עס אריינלייגן אינעם פרישן מהדורא פונעם בוך וועגן זעלבסט צענזור.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

דאס איז זיכער אז מ'האט אמאל נישט אזוי מורא געהאט פון א פרוי ווי היינט מ'האט זיך מער געקענט מיט שכנים ניסעס וכדו'
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

געוואלדיג האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז אין אפיציעלע לעבן איז היינט דא מער פארקער און שייכות מיט פרויען, אבער אין די אינוועדועלן לעבן פונען המון עם איז היינט ערגער, דאס מיינט אין שוהל און ביי פאזיציעס, שיעורים, אד"ג איז טאקע דא היינט א סאך מער פרויען ווי אמאל, אבער מצד שני איז אמאל געווען נארמאל צו שמועסן מט א ערשטע קאזין א מיידל, אדער צו גריסן א עלטערע באקאנטע פרוי, מען האט געקענט און געשפילט מיט די שכנים'ס מיידלעך ביז מען איז אין ישיבה געגאנגען, מען האט געקענט רעדן צום שכן'ס פרוי וכדו', אבער היינט קיין שייכות מיט מיידלעך אפי' אין די פערזענליכע לעבן.

די עלטערע אידן וועלכע מיר זעען באגריסן עלטערע פרויען וועלכע זיי קענען נאך פון אייראפע פאר'ן חורבן, זענען אמאל געווען יונגעלייט וועלכע האבן באגריסט די זעלבע פרויען ווען זיי זענען נאך געווען יונג...


איך האב דאס געמיינט, מען האט אמאל מיט א באקוועמהייט געקענט גריסן א באקאנטע, לכה"פ מיט א שאקל מיטן קאפ, עפעס וואס איז שוין היינט מעט לא יראה ולא ימצא.

לדעתי איז דער הסבר ווייל נאך די מלחמה זענען די משפחות פון די מלחמה איבערלעבער געווארן ספעציעל נאנט, מיין עלטערן און שווער/שוויגער זענען זייער נאנט מיט זייערע ערשטע און אפי' טייל צווייטע קאזינס, צוליב דעם וואס נאך די מלחמה איז געווען גאר א קליינער און צובראכענער עולם וואס האט צוזאמען דורכגעשוויצט דעם כל התחלות קשות אין א פרעמדע מדינה ווען די נפשיותדיגע וואונדן האט נאך געאייטערט מיט בלוט פון די אומגעקומענע קרובים.



נ.ב. און איך מיין אז ברענגן ראיות פון היסטאריע אויף הלכה למעשה איז נישט ריכטיג ווען די שאלה איז א הלכהדיגע (צו א השקפהדיגע) דאס ווייזט אז מ'וויל פשוט נעמן אנדערע שינעס ווייל אפשר וועט יענץ דיך פירן צו די היתרדיגע סטאנציע ווען דו זעהסט אז די הלכהדיגע טרעק פיהרט בלי ספק לאיסור.

אלע דיונים איבער היסטאריע (און איך גלייך עס), דארף בלייבן אז שיינע מעשה'לע און אירעלעוואנט, איסור והיתר איז נישט געבינדן צו קיין זמן, און אויב ס'איז געווען א צייט אין היסטאריע וואס עפעס איז געווען פארנאכלעסיגט און איז היינט בעסער דארף עס נישט ווערן באצייכענט אלץ אן איבעריגע פרומעריזאציע.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

שוין אויסגעשמועסט געווארן אז עפ"י הלכה איז פילע איסורים מותר, ווי למשל רעדן מיט א שוועגערן, מומע וכדו' (מען רעדט נישט צחוק וקלות ראש, נאר א געהעריגע שמועס)
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

אדנירם האט געשריבן:דיין צווייטע האלב איז א זיסע מליצה, אבער דיין טענה פאר זיך אז טאקע עולה עד לשמים.
טיפישע חרד'ישע צענזור.
מלך שפירא דארף עס אריינלייגן אינעם פרישן מהדורא פונעם בוך וועגן זעלבסט צענזור.

אין מיין דיקשענערי ווערט דאס נישט דעפינירט אלס צענזור, צענזור הייסט ווען מ'גיבט ארויס די מנהגי וירמיזא און נעמט ארויס דעם שטיקל וכבר היה לעולמים, דא איז ער ס"ה א מלקט און ער האט אויסגעלאזט די שטיקלעך וואס קען אים מאכן פראבלעמען,

ס'מיר א חידוש אז ער ברענגט די שטיקל וועגן מצוה טאנץ וואס איז א גרעסערע ראי' פון חתן מאהל, ווייל ביים חתן מאהל קען דאך זיין אז ס'האט יעדער געטאנצן מיט זיין אייגענע ווייב.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פונקט היינט האב איך מיך אנגעשטויסן אין אן אינטרעסאנטן שטיקל ספר חסידים, ער שרייבט אין אות ט' בזה"ל: ועיקר חוזק החסידות מתחילה ועד סוף, אע"פ שמתלוצצים עליו אינו מניח חסידותו וכוונתו לשמים, ואינו רואה פני נשים בפרט בין אנשים אחרים שכולם רואים הנשים, כגון שהיה בבית החופה שהנשים שם מלובשות עדיים והכל מסתכלין והוא אינו מסתכל, עכ"ל. זעט אויס אז דעמאלס האט מען זיך עמטליך מורה היתר געווען צו מסתכל זיין אויף פרויען. היינט צוטאגס אויב מ'קוקט נאר אין ריכטונג פון מחיצה איז מען שוין א מנוול עצום.

אויב דאס איז נישט גענוג, שרייבט ער דארט בהמשך דבריו: לכן טוב לו לאדם כשפוגע באשה וכו' להעביר פניו מלהסתכל בה, עכ"ל. כאילו דאס וואלט געווען א מנהג חסידות בלבד, און די 'איסור הסתכלות' איז קיין איסור נישט. די פלא איז צווייפאכיג, וויבאלד רבי יהודה החסיד איז באוואוסט מיטן אריינלייגן פארשידענע חומרות שונות אין זיין ספר בתורת 'איסורים', און דא נעמט ער עפעס וואס איז אנגענומען אלס איסור, און לייגט עס אראפ ווי א מנהג טוב בלבד. זעט אויס, אז אין זיין תקופה איז עס געווען א חזון נפרץ [תרתי משמע (ביידע ווערטער...)], און ווער ס'האט נישט געקוקט איז געווען א חסיד גמור.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סתם קוקן שלא לשם תענוג איז מותר להלכה, רוב נארמאלע און אפילו ערליכע מענטשן וועלן קוקן אויף א פרוי בשעת מען שמועסט; דער כל המסתכל באצבע קטנה מיינט מען נאר אז ער סטערט אויף איר צוליב עפעס א סיבה :P
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

שמערל האט געשריבן:שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
בנוגע די אמאליגע טענץ בתערובת, פילע מקורות זענען דא אויף די מנהגים אן קיין שום התמרמרות אויף א שמץ איסור, כ'האב יעצט נישט קיין צייט עס נאכצוקוקן, אבער אזא היסטאריקער ווי דו וואלט ווען געמעגט טוהן די האומווארק אליין.
איינער ווייסט פון אזא דרך פיקודיך?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:סתם קוקן שלא לשם תענוג איז מותר להלכה, רוב נארמאלע און אפילו ערליכע מענטשן וועלן קוקן אויף א פרוי בשעת מען שמועסט; דער כל המסתכל באצבע קטנה מיינט מען נאר אז ער סטערט אויף איר צוליב עפעס א סיבה :P

דאס איז דאך דער חילוק פון 'ראייה' און 'הסתכלות', אבער רבי יהודה החסיד כאפט אן די לשון 'הסתכלות', און דאס איז דאך אסור מדינא, והדרא מילתא דתמיהא לדוכתא.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ירא שמים האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:שש כ'דענק יעצט נישט דעם תוכן אבער דאכט זיך אז דער דרך פיקודיך איז מתיר בשופי דער דעמאלטס'דיגער אנגענומענער פארקער מיט פרויען.
איינער ווייסט פון אזא דרך פיקודיך?

למען האמת, שמערל זעלבסט האט מיר געשריבן אין אישי וואו דער דרך פיקודיך איז, פון וואס ס'איז געווארן א לענגערע שמועס באישי.


לתועלת הכלל וועל איך ארויפלייגן די גאנצע משא ומתן:
שמערל האט געשריבן:כ'מיין אז דיין גאנצע הלכה'דיגע פערספעקטיוו איז נפל בבירא

https://books.google.com/books?id=BqAtA ... =PT136&dq=דרך+פקודיך+אל+תרבה+שיחה+עם+האשה&source=bl&ots=AUQGhX95GE&sig=-jCkvShB11rmgGoojKtrABjXGg4&hl=en&sa=X&ved=0ahUKEwiYyMy8jY_KAhXH9h4KHY8QBCcQ6AEIGjAA#v=onepage&q=%D7%93%D7%A8%D7%9A%20%D7%A4%D7%A7%D7%95%D7%93%D7%99%D7%9A%20%D7%90%D7%9C%20%D7%AA%D7%A8%D7%91%D7%94%20%D7%A9%D7%99%D7%97%D7%94%20%D7%A2%D7%9D%20%D7%94%D7%90%D7%A9%D7%94&f=false

אויף וואס איך האב געענטפערט:
אדנירם האט געשריבן:קודם כל, ייש"כ פארן טרעפן דעם שטיקל דרך פיקודיך.
לגוף הענין, נאכן דורכלערנען גרונטליך זיין שטיקל, זע איך בכלל נישט די ראי' להיפוך, און אויב עפעס וועל איך אים אויך איינשפאנען לצדד לאיסור... אוודאי איז נישט נפל בבירא מיין פרעספעקטיוו, ואפרש:

קודם כל, דאס וואס ער זאגט איז ממש צוגעפאסט היסטאריש גערעדט, צום יסוד פון קאפקע'ן, אז אין קלענערע שטעטלעך איז יא געווען מער נאנטקייט, פרויען האבן פארקויפט וכו'. אין גרויסע שטעט איז אזא זאך נישט געווען. ווען דער דרך פיקודיך איז זיך מתייחס דערצו, רעדט ער פון די מקומות וואו פרויען פלעגן יא פארקויפן, און דארטן איז טאקע געווען א גרינגערע זאך צו רעדן מיט א פרוי אן הרהורים. משא"כ דארט וואו ס'איז נישט מצוי, ווי אין גרויסע שטעט, און בזמנינו איז עס אויך שייך [דהיינו, א פרוי רעדט נישט אזויווי צוויי מענער רעדן אין ביזנעס], איז טאקע יא דא די פראבלעם פון הרהור. דאס איז ממש כדברינו אז ס'קען ברענגען הרהורים, וכו' [איך האלט נאר אז די פראבלעם איז נישט די הרהור אליינס].

ווייטער פון זיין שפראך וועגן אל תרבה שיחה עם אשה, זעט מען מלכתחילה א קיצוניות'דיגן צוגאנג צו מעסטן ממש יעדעס ווארט, און נישט ווי די גרינגע נארמאלע וועג צו פארשטיין אז מ'זאל נישט שמועסן צו היימיש [וכדברינו], ער נעמט אן די מעשה מיט יענע אמורא אלס דרך המלך, אנשטאט אננעמען אז ס'געווען א טענה כלפי א גדול וואס פארלאנג באזונדערע זהירות [און דערפאר האב איך עס נישט געברענגט אלס ראי']. הכלל, ער איז גאר מער מחמיר ווי מיר, ווייל לפי דבריו קומט אויס אז אין א פלאץ וואו מ'איז נישט רגיל צו פירן עסקים מיט פרויען אויף א געהעריגע פארנעם, איז די אלטע פראבלעם פון אל תרבה שיחה ווייטער שייך, און טאקע אויף א שארפע פארנעם פון מדייק זיין יעדע ווארט.

שוין אפגערעדט פון דעם, אז דאס נוצט ער נאר כלפי זוכן א היתר פארוואס ערליכע אידן זענען נישט מדייק יעדע ווארט וואס קומט ארויס פון מויל צו ס'איז נישט איבריג - און ממילא נכלל אינעם 'אל תרבה שיחה' [וכנ"ל, לויט זיין שארפע הגדרה והבנה בכוונת המאמר חז"ל], אבער ער שרייבט קלאר אז סתם שמועסערייען איז אוודאי אסור, אפילו דארט וואו די פרויען זענען מצוי בשוק וכו' עד דדמי כקאקי חיוורי, עייש"ה.


שמערל האט מסכים געווען צום יסוד הענין, אבער בנוגע היינט צוטאגס האט ער גע'טענה'ט:
שמערל האט געשריבן:בקיצור, אין א פלאץ ווי ניו יארק, ווי עס, איז די סדר פון יעדן ביזנעסמאן צו שמועסן און פארהאנדלן אגאנצן טאג מיט נאקעטע נקיבות, איז זיכער אז די סאטמערע שפיצלעך און פאלם טייטס דמיי עלן קקאקי חיורא, און כ'ווייס נישט וואס עס איז נאך דא זיך צו מתעקש צו זיין.


אבער כ'האב גע'טענה'ט אז ער איז נישט מקיל אינגאנצן אפילו פאר נשות זמנינו:
אדנירם האט געשריבן:ניטאמאל געטראכט פון דעם דירעקציע, ביזט גערעכט אז דער וואס ארבעט מיט גוי'טעס אויך איז דמיין כקאקי חיורא.

פארט איז דאס נישט א שמועס לגבי 'שמועסן' מיט פרויען, נאר לגבי נישט מקפיד זיין אויף די מספר ווערטער וואס קומען ארויס פון זיין מויל, וכמש"כ בדרך פיקודיך בעצמו, וכמש"כ לעיל.


שמערל האט געוואלט מדייק זיין פון לשון הדרך פיקודיך:
שמערל האט געשריבן:ער שרייבט אז אפי' לגבי 'מרבית השיחה' אין כאן בית מיחוש. נאר א ירא את דבר השם זאל אוועקקוקען וכו'


אויף וואס כ'האב געענטפערט:
אדנירם האט געשריבן:די מרבית שיחה מיינט דארט נישט מדקדק צו זיין יעדע ווארט, אזויווי מ'זעט קלאר זיין דאגה בתחילת דבריו, אביסל שפעטער זאגט ער קלאר אז סתם רעדן לא קאמרינן. מרבית השיחה מיינט נישט שמועסן לשם שמועסן, דו"ק בדבריו.



ע"כ שיחת שמערל ואדנירם...
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך שמערל »

שלא יאמרו מדשתקו שמע מינה ניחא לי, וויל איך מגלה דעת זיין אז כ'בין אויסדריקליך נישט מסכים צו שש'ן, מענער אוו פרויען האבן געהעריג געשמועסט סיי אין קליינע און סיי אין גרויסע שטעט, דער דרך פיקודיך וואונדערט זיך אויף אפגעהיטענע חאניאקישע אידן האבן נישט קיין פראבלעם צו רעדן מיט פרויען, און קומט אויף מיט א היתר אז דער גאנצער אל תרבה שיחה גייט נישט אן היינטיגע צייטן.( פארשטיט זיך אז שחוק וקלות ראש בלייבט אסור, און פון אזאנס רעדט ער נישט )

וואס וואונדערט מיר אבער איז, אז בשלמא א לינקער ווייסן מיר דאך אז שבע תועבות בלבו, און אלע קשיות און דריידלעך וואס ער האט איז דאך נאר ווייל ער האט תאוות. אבער וואס איז פשט פון זיכן דוחקים צו קענען גיין רעכט? אויב איז עס סתם א תאוה דאן געב דיך שוין נאך די ריכטיגע תאוות...
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

שמערל האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:ווען איז געווען אזא זאך אז פרויען זאלן זיין מער נאנט מיטן מענער שול?


אפשר פאר עס איז באשאפן געווארן אזא מושג ווי א מענער שול? היסטאריש איז די אפטיילונג פון מענער און פרויען מיט מחיצות אינגאנצן זיבן הינדערט יאר אלט. אין גמרא און אין רמב"ם זעט מען נישט דערפון קיין זכר.

און אזוי אויך זענען ביז דעמאלט געווען פרויען רבנים, ווארום אין גמרא און אין רמב"ם געפינט מען נישט קיין זכר אז נישט…
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך ירא שמים »

וועגן אל תרבה שיחה עם האשה, ב"ה אכשר דרא אז היינט איז נישט דא קיין רגילות ביים פרומען עולם צו רעדן מיט נשים ממילא איז די הלכה כדמעיקרא, ועוד לענ"ד איז אל תרבה שיחה נישט קיין גזירה דרבנן ווי מוקצה וכדו' וואס גייט תמיד אהן, נאר דאס איז א ענין מוסרי און ווערט טאקע געברענגט אין מסכת אבות דארטן ווי ס'שטייט די הלכה פון אמור מעט ועשה הרבה, איז דען דאס א הלכה כ'זאל זאגן ווען איינער רעדט אסאך איז ער עובר דערויף?! און טאמער איז דא א רגילות איז נישט טייטש אז די הלכה איז נישט נוגע בזמננו, ס'איז נאר נישט אזוי חמור, אבער הלכה במקומה עומדת, וכנ"ל בענין דברי הס"ח שציטט אדנירם.
נאך א הערה, פון די גמרא אין סוכה וואס ברענגט א ראי׳ פון די פסוק אין זכרי׳ נראה אז די הפרדה איז ל״ד אלס יצה״ר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ירא שמים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חוני המעגל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 19, 2015 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: אן אומפארמיידבארע מחיצה

שליחה דורך חוני המעגל »

Simon Schama , in his book The Story of The Jews writes that archaeology in the middle East and Northern Africa doesn't seem to provide evidence for the existence of Ezras Nashim in the Batei Knesses.
So either the women never went to shul, which is feasible, or, if they went, they weren't segregated.
פארשפארט