קאלט דאס מענטשהייט
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
קאלט דאס מענטשהייט
נעכטן אווענט, שפאצירנדיג אהיים דורך די בראדוועי גאס, דערזעה איך א מאן קלאפט אויף א טיר און שרייט העלפ מי. אינסטינקטלעך שטעל איך מיר אפ, איך זעה א מיטל יעריגער הויכער טונקל הויטיגן מאן מיט אזא אקסיזשען טענקל אויף א וועגעלע קלאפט אויף א פארשפארטן טיר און שרייט היסטעריש העלפ מי איי קענט ברידט. איך גיי צו עס זעט אויס ווי א רעסטוראנט צו וואס מיט עטליכע מענטשן אינווייניק אבער מאכן זיך נישט וויסנדיק. מענטשן גייען דורך קיינער שטעלט זיך נישט אפ. איך וואונק פאר איינעם צוויי דער מענטש דארף הילף ווייז איך, עטליכע קומען צו וואונקען צו די פון אינווייניג עס איז אן עמוירזשענסי, אבער קיינער מאכט זיך וויסנדיק. איך פרעג דעם מאן צו איך זאל רופן אן אמבולאנס ער זאגט יא, איך דייל 911 זיי פרעגן קשיות און זאגן בלייב אויפן ליין. די מענשטן זעענדיג איך רוף שוין זענען ווייטער געגאנגען, איינער אויסגעזען ווי אן אנדיאנער צו פאקיסטאנער צו וואס איז געבליבן ווארטן מיט מיר ביזן סוף. עס איז ביטער קאלט עס איז דורך צען מינוט אין קול ועונה קיין אמבולאנס איז נישטא. אט וואקסן ארויס צוויי פאליציי אפיצירן איך בין זיכער 911 האט זיי געשיקט, איך ווייז זיי אן דא איז ער, זיי פרעגן צוריק אויב די קאר ביים קורב איז מיינס. יעצט זעה איך זיי זענען טראפיק אפיצירן אויפן זשאב, איך ווייז זיי דער מאן דא קען נישט אטעמען, זיי גיבן ניטאמאל א בליק נאר שרייבן ווייטער די פארקינג טיקעטס.
ענדליך הער איך סיירינעס פונעם בריק ריכטונג אן אמבולאנס איז אנגעקומען איך ווייז אן דא איז ער זיי לייגן איהם אריין אין אמבולאנס בעת ער גיבט מיר קיין בליק זאגט נישט קיין ווארט קיין טענק יו, ער זעט אויס שטארק אנגעווייטאגט. איך באדאנק דעם אינדיאנער זאג איהם עס איז שיין צו זעהן איינער קערט.
שפאציר איך ארויף לי עוו עס איז מיר קאלאמוטנע אויפן הארצן. דא אינעם גרעסטן רייכסטן שטאט אויפן פלאנעט דרייען זיך אזויפיל ביים אפגרונג ווייניג קימערן זיך. דא האב איך בייגעוואינט איינעם שרייט פאר הילף צו אטעמען און יעדער גייט מיט קאפ גראד מיט איר פאונס אין די אויערן עס איז מיינד יור אען ביזנעס. ספעציעל רעגט מיר די צוויי טראפיק אפיסערס, זיי ארבעטן פארן רעגירונג גייען מיט אוניפארם, וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו קומען צן הילף ווען נויטיג. א שאנדע איז נישט דאס ווארט.
מיין קליינער קאלט מיר אריין. ער דארף עפעס צו לערנען שעות רצופות שובבי"ם, א אידיש משניות צו וואס. אינטערסאנט א דור צוריק האב איך זיך ערשט דערוואוסט פון שובבי"ם רצופות אין ישיבה קטנה, היינט האלט עס שוין ביי כיתה ג' אכשיר דרא.
איך גיי אריין אין א כלי קודש געשעפט אויפן גאס, נעם אזא משניות און שטעל זיך אין רייע צו באצאלן. עס שפאצירט אריין א טונקעלער פערזאן היימלאז אויפן אויסזעהן צו ענליכס, רופט אויס "מיין ליטל גירל איז אין האספיטאל ווער קען העלפן". איך גיב איהם א דאלאר, עס שטייט דאך מפרנסין עניי עכו"ם זאג איך צו זיך ווי א פארענטפערונג זעענדיג די ברויזנדע בליקן פון ארומיקע.
דער געשעפט אייגנטומער, א מיטל יעריגער פון דור הישן רופט דעם גוי אין זייט זאגט איהם "איך גיב דיר א דאלאר אבער בתנאי אז קומסט נישט דא אריין פאר 4 חדשים". "ס'איז מיין ליטל גירל אין האספיטאל" זאגט דער ערל. "איי דאנט קעיר" זאגט דער איד.
דער שווארצער לויפט צום טיר באליידיגט שרייט איך דארף נישט דיין דאלאר אז דו קענסט זאגן אויף מיין ליטל גירל אין האספיטאל איי דאנט קעיר. עפעס האט מיר דער צווייטער עפיזאד אין זעלבן טאג מער געבאדערט ווי דעם ערשטן.
בצלם אלוקים עשה את האדם זאגט דער פסוק. א מענטש אלץ א מענטש פארמאגט העכערקייט און פארדינט רעספעקט, זאגט נישט איי דאונט קעיר און אז ער שרייט העלפ מי שטעלט אייך אפ.

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
אוודאי טוהט די צווייטע עפיזאד מער וויי טוהן ווי די ערשטע, ווייל אונזער תורה הייסט טאקע צו שטיצן גוים אזוי ווי אידן און רחמנות האבן אויף יעדן איינעם צו א איד אדער גוי, סא ווען מיין ברודער טוהט א עוולה טוהט דאס מיר זייער ווי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
די ערשטע געשיכטע איז אויפשוידערנד, חסידה איז אן עוף טמע ווייל עס איז עושה חסד עם חברותי' אבער נישט מיט קיין פרעמדן.
עס שטעכט מיר ווען מ'הויבט אן זוכן מקורות צי מ'דארף יא אדער נישט ארויסהעלפן א גוי אין אזא פאל. די גמרא זאגט אז דרך ארץ קדמה לתורה און געוויסע זאכן קען מען פארשטיין אפילו אן די תורה, די גמרא גיט פארשידענע ביישפילן ווי בעלי חיים פירן זיך מיט דרך ארץ און כש"כ ס'איז מחייב דעם מענטש.
די וועלט פארציילט ווי דער אלטער פון קעלעם האט אמאל געבעטן א בחור זאל אים ברענגען א טיי, און דער בחור האט זיך גענומען קאכן אין די מצוה פון והדרת פני זקן, האט אים דער אלטער געזאגט "איר זענט אן אכזר," ווייל צו ברענגען א טיי פאר אן אלטן איד דארף מען נישט אפירזוכן דערפאר א פסוק.
ווידער די צווייטע געשיכטע איז לדעתי מער פארשטענדליך, גאר אפט וואס איך ווער אפגעשטעלט דורך גוים וואס בעטן צומאל נאר א קוואדער אדער דאלער פאר אזעלכע סיבות ווי קינד אין שפיטאל וכו', אבער הכרת פניהם ענתה אז דאס געלט גייט פאר דראגס, און צו שטיצן אן אדיקט'ס צורך פאר דראגס איז א באזונדערע דעבאטע, וואס מיר וועלן איבערלאזן פאר מושב זקנים.

- נאסע ליילעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 68
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 263 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
Re: קאלט דאס מענטשהייט
ליידער ליידער. אבער ביפאר מ'איז איינעם דן, דארף מען פרובירן צו טראכטן איבער דעם אנדערען'ס מצב. אפשר איז ער געווען גאר אנגעצויגן און דער יעניגער האטעם געכאפט אין א שוואכע מינוט. אפשר האט "ער" גאר א קראנק קינד אין שטוב. אפשר מוטשענען זיך די צוויי פאליציאנטן, צו באצאלן די רענט, אדער סתם געכאפט א מיאוס'ען פסק, הארט ביפאר. עכ"פ ס'נאכאלץ דא גוטע מענטשן אווט דעער, זעסט'עך אז די מיטן אינדיאנער זענען יא געשטאנען צו הילף, אינעם ביטער'ן פראסט. זיכער קען מען נישט ג'אג'זשען די גאנצע פריסינקט דערפאר, צו די מוכרי ספרים. די סילבערליינונג פון די מעשה איז, אז א היימישע איד מיט אן אינדיאנער גוי האבן אינאיינעם ארויסגעהאלפן א האומלעס, אן באקומען די מינדעסטע סעטעספעקשין, אשריך. (ס'נאכאלץ נישט אויסגעשלאסן אז די אויבנדערמאנטע מענטשן זענען דירעקט יא איגנארענט און שלעכט.. אבער "הוי דן" איז אויך א מדה..).
Sent from my SM-T800 using Tapatalk
Sent from my SM-T800 using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 118
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל
למען האמת, דער ערשטער איז פארגעקומען אויף בראדוועי געווען נאר נישט אידן ארום. כ'בין זיכער אינמיטן אידישן געגנט וואלט צוזאמגעלאפן אן עולם תיכף צו העלפן. ווידער אין געשעפט האב איך פארגעהאלטן דעם איד ער'ט געזאגט דער גוי קומט יעדן טאג מ'קען נישט פטור ווערן. פארט נישט קיין תירוץ פאר זיין אומסענסיטיווקייט מיין איך.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז א שאנדע, און א וועיק אפ קאל פאר אלע פון אונז.
מען קען נישט עכט בלעימען ווייל מענטשן זענען טויט ביזי, קוים וואס מען האט צייט צו די אייגענע קינדער, אבער מען דארף דאך זיין פארזיכטיג צו העלפן יענעם, אפגעזעהן זיין קאליר אדער ראסע.
שמעקעדיג: און ס'איז נאך א קידוש ה' אויך.
נאר ס'פארדריסט די מדריגה (אויב מ'קען עס אזוי אנרופן.) פון פארשטאפטקייט ביים היימישן עולם...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
מיין קאמענט אויף דעם היימלאזן וועלכער שנארט נעבעך פאר זיין ליטל גוירל אין האספיטאל, בדרך כלל האבן די "היימלאזע" נישט קיין ליטל גוירל אין שפיטאל, און אפשר בכלל נישט קיין קינד, נאר כדי צו קענען קויפן זיינע דראגס גיבט ער יעדן מאל אן אנדערע מעשה, כסדר קומען צו אזעלכע פארשוינען אז זיי האבן א ווייב אין שפיטאל, אדער זיין מעדיקעישאן איז יעצט אויסגעגאנגען און ער דארף נייע, אדער זיין מאמע האלט אינמיטן שטארבן, איך גיב נארמאל מיין קוואדער, און ער איז העפי, פיל געשעפט לייט ליידן זיך אן פון אזוינע וועלכע קלעבן אן אין זייערע הענט חפצים אויפ'ן וועג ארויס, און שרעקן אפ קאסטומערס, בעיני ראיתי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום medic, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל
טענות אויף זיין ברודער, אדער... אויף זיך אליין וואס האט אביוזט די סיסטעם.
ס'האט זיך ארום געדרייט א קליפ פון א היימלאזער אינגל וואס וואלגערט זיך פאר קעלט אויף א מאנהעטענער גאס, טויזענטער מענטשן זענען דורך און געגעבן א נייגעריגן בליק און איגנארירט, ביז צוויי אידעלעך האבן זיך מרחם געווען אויף דעם אינגן ערל, און אים געגעבן א מאנטל אא"וו, למעשה איז דאס געווען א שפיצל פון א רעפארטער, די קידוש ה' איז געווען מורא'דיג, מ'דארף דאס געדענקן, ורחמיו על כל מעשיו כתיב.

- הודעות: 112
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל
עס איז דא א קליפ פון זשימי קימל ווי ער איז מציע צו רופן uber אנשטאט 911.
https://www.youtube.com/watch?v=uyeJE2vMSLE
https://www.youtube.com/watch?v=uyeJE2vMSLE
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: קאלט דאס מענטשהייט
אז ער האט א קינד אין שפיטאל קומט ער דאך אפ ביליגער, ווארום מעדיקעיד וכו' באצאלט פאר די עסן וכו'. שיין פון עם אז ער האט נישט געריפן די פאליס עם ארויסצוזעהן. סתם אבי געהאקט אויף וואוילע אידן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 26, 2016 4:37 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: קאלט דאס מענטשהייט
די מעשה מיט די היימלאזער ערל איז געווען אינטערגעשטעלט?
Sent from my SM-G900V using Tapatalk
Sent from my SM-G900V using Tapatalk