ס'איז שווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

ס'איז שווער

שליחה דורך קלינג »

ס'איז שווער, רבונו של עולם. ס'איז שווער צו זיין - נישט קיין איד, אבער יא א חרדישער איד. זיין א איד איז גארנישט שווער. פארקערט, כ'האב עס ליב. ס'איז גוט צו זיין א איד. ס'איז געשמאק. אידישקייט גיט מיר סיפוק און ווייזט מיר דעם וועג אויף וואס איך דארף גיין דא אויף דער וועלט.

אידישקייט איז גוט. חרדיזם איז אבער שווער. עס מאכט שווער דאס לעבן און אויך אידישקייט, וואס איז פאר זיך געשמאק און שטעלט צו סיפוק, מאכט עס שווער.

ס'איז געווען א צייט ווען ס'איז אראפגעקומען אויף די וועלט דער בעש"ט און זיינע תלמידים, וואס האבן מחדש געווען "חסידות". חסידות איז געקומען מיטן ציל אריינצובלאזן חיות אין א אידישקייט וואס איז געווארן הארט און טרוקן. פשוט'ע אידן האבן פארלוירן דעם קאנטאקט מיט אידישקייט און מיטן באשעפער, און חסידות האט אויפגעשאקלט די זאך און אויפגעבלאזן דעם פלאם, וואס האט שטיל געצאנקט אין פארקלעמטע אידישע הערצער.

ביז ס'איז אנגעקומען דער מושג פון "חרדישע אידישקייט" און האט צוריק דערשטיקט דאס פייער וואס חסידות האט אנגעצינדן. חרדיזם האט אזא מין צעשטערישן כח אז אפילו די מיטלען וואס חסידות האט צוגעשטעלט כדי צו העלפן דעם מענטש אנטוויקלען א קשר מיטן באשעפער האט חרדיזם אויטאמאטיזירט און מעכאניזירט. זיך שאקלען ביים דאווענען, טאנצן און זינגען, מאכן א לחיים און אפילו לערנען חסידות גופא איז געווארן א פראצעדור וואס ווערט דורכגעפירט לויט פונקליכע כללים און טריט ביי טריט אינסטרוקציעס.

מען רופט אונז "חסידים" אבער אונזער אידישקייט און חסידישקייט איז א טויטע, אפגעלעבטע, אן קיין חיות, אן קיין טראפ תוכן. זאלן די אבות החסידות אויפשטיין פון קבר און כאפן א בליק וואספארא פנים די וועמענס שרענק זענען פול מיט זייערע ספרים טראגן. זיי וועלן קרעכצן מיט רחמנות און זיך אויסדרייען פארשעמטע און אוועקגיין.

חסידישע מלבושים טראגן מיר, אבער אינעווייניג געפינען זיך אייז-אפגעפרוירענע אידן , אין וועמענס גופים עס זיצן אפגעטויטע נשמות.

מענטשליכע גופים האבן מיר, אבער מיר פונקציאנירן ווי ראבאטן. מיר גייען אנגעטאן אין "חסידישע קליידער" און טראגן "חסידישע שיך". דאס, די קליידער, היטן און שיך, באצייכענען אונזער חסידישקייט. דאס איז דער יסוד. דא הייבט זיך עס אן און דא ענדיגט זיך עס.

זענען מיר "אויטאמאטישע אידן" און אפילו קיין מענטשן זענען מיר נישט קיין געהעריגע. אונזער לעבן קאסט אוצרות געלט און אונזערע מעגליכקייטן צו מאכן לייטיש געלט זענען נישט גרעסער ווי די דורכשניט, אויב נישט ווייניגער.

פארוואס זאלן מיר מוזן לעבן פון גניבה? יא, זיי אלע זאגן אונז: מוזט נישט. שפענד נישט אויף לוקסוס. לעב פשוט. אבער דו באשעפער ווייסט דאך יא, פונקט ווי זיי ווייסן, אז ס'איז נישט קיין לוקסוס ווייל קיינער פון אונז האט נישט באשלאסן צו לעבן אויף דעם אופן און אויף דעם סטאנדארט. מיר זענען דען משוגע? ווער זוכט זיך א לעבן פון קאפ וויי, פון ארומלויפן אן קיין קאפ, אן קיין טראפ כח, אן קיין השגה וויאזוי צו באצאלן פאר די בילס, שכר לימוד, מארטגעדזש / רענט?

מ'לעבט פאר די קינדער, אויפצושטעלן אידישע דורות. וואספארא פנים האט אבער אזא לעבן ווען מ'האט נישט קיין טראפ צייט צו די קינדער? קומט שוין יא שבת, איז מען אזוי מיד און אויסגעמוטשעט פון א גאנצע וואך, אז די אויגן קלעבן און דער קאפ איז נישט דארט.

וואס דארפן מיר טאן? לערנען קען מען נישט, קיין קאפ און אפילו צייט צו דאווענען איז נישטא, און די קינדער דרייען זיך ארום אן קיין געלעגנהייט צו האבן א נארמאלן פינף מינוטיגן שמועס מיטן טאטן. קיין עולם הזה האבן מיר אויך נישט, ווייל חרדיזם האט פון אונז צוגענומען ביידע, סיי אידישקייט און סיי עולם הזה. יעדע זאך וואס שמעקט מיט הנאה איז פסול למפרע. נישט נאר די הנאה זאך אליין, נאר יעדע זאך וואס זעט נאר אויס ענדליך צו יענץ איז אויך טריפה און פסול און אפגעפרעגט און ברענגט אונטער די דורות העתידים און די קינדער וועלן פליען פון די מוסדות אויב דו וועסט חלילה וחס מלהזכיר האבן עפעס א שייכות מיט די טומאה און זוהמה וואס האלט אין איין אונטערברענגען אידישע הייזער.

זענען מיר נישט קיין מענטשן, נישט קיין אידן, נישט קיין חסידים, נישט קיין עלטערן. אנשטאט זענען מיר טעמפ, מגושם, פארנומען נאכלויפן דעם דאלאר מיטן זעלבן אייפער ווי די אמאליגע חסידים און אפילו פשוט'ע אידן האבן געזוכט ג-טליכקייט און אידישקייט. מיר לעבן אין לוקסוס וואס מיר קענען זיך נישט ערלויבן און נארן אויס די גאנצע אויסגענארטע שטאט. אבער דאס יא: מיר זענען "באלעבאטיש"! מיר זענען באלעבאטישע אידן וואס טראגן טורעמדיגע שטריימלעך און "חסידישע" בעקיטשעס מיט די לעצטע מאדע דעזיין. מיר זענען חסידישע אידן וואס לערנען נועם אלימך און מאור ושמש מיט אזא יבשות און מעכאנישקייט ווי א כינעזער אין א שפילצייג פעקטארי.

דאס האט דער פסוק געמיינט? דאס האסטו געמיינט מיט אידישקייט?

מיר קענען נישט מחנך זיין אונזערע קינדער, אבער מיר האבן מוסדות וואס טוען מיט אונזערע גארנישט אויסער זיי נוצן פאר שטעקן אונז מחנך צו זיין. מיר צאלן פאר דעם שכר לימוד. אונזערע קינדער פאטשקענען אפ די בעסטע און וויכטיגסטע יארן מיט גארנישט. וואס קענען זיי נאכן ענדיגן די קינדערישע און בחורישע יארן? ניטאמאל חומש און גמרא קענען זיי געהעריג. וואס יא? אה! זיי ווייסן אז פאר יעדן ריר פלאקערט מען אין גיהנום און אויב מען איז וואויל גייט מען אין גן עדן, וואו מען לערנט תורה א גאנצן טאג און די חסידי אומות העולם, וואס זענען באפרייט פונעם גיהנום פארן העלפן אידן, שטעלן דארט צו טיי און קאווע.

ווי שטארק טראכט איר ווילן אונזערע קינדער אנקומען אין אזא גן עדן?

מיר זענען חסידישע אידן און האבן חסידישע רבי'ס, וואס זענען היינט סי אי אוס פון ריזיגע קאמפאניס מיט אסאך ריעל עסטעיט. חסידים זענען גוטע מאטעריאל צו בארייכערן די קאלירטע ביכלעך מלא וגדוש מיט צעבליצטע און צעבילדערטע מראות קודש בחצרות קדשינו.

נישט קיין אידן, נישט קיין מענטשן, נישט קיין חסידים, נישט קיין ליטאים, נישט די וועלט, נישט יענע וועלט, נישט די אייגענע וועלט, נישט קיין תורה, נישט קיין חכמה, נישט קיין געלט, נישט קיין ווייב, נישט קיין קינדער. אבער חסידישע אידן זענען מיר. אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלנו. וואויל איז אונז אז מיר זענען בעסער ווי גוים און אפילו אנדערע אידן! די גאנצע וועלט קוקט ארויף אויף אונז און ווער עס קוקט נישט ארויף איז סתם א נארישער בהמה וואס האט במילא גארנישט פון זיין לעבן.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מ'דארף צושטעלען טעראפי צענטערען פאר די וואס עסען נאהר מרור, און פארזוכען נישט פון די שלחן עורך, שפירען נאהר די זאמד - נחש עפר לחמו, און זענען נישט טועם פון די זיסע גן עדן וואסערען, ס'דא מענטשען וואס זענען פארקלעהבט און פארקנאקט, און זיי פאסען כמעט אריין אין קלינג'ס מאמר, די דארפען הילף, כ'מיין אז רוב חסידישע יודען האבען צייט פאר די קינדער, פירען א ווארעמע יודישע שטוב, לעבען מיט א געשמאק, יא, ס'דא נסיונות וואס'יז נישט גרינג, די זעלביקע נסיונות ווי אלע יודען, ווייל אלע האבען באקומען די תורה פון סיני, אויב איימיצער שפירט נאהר שוועריקייט אין זיין א חסידישער יוד זאהל מיר ביטע מעלדען אין אישי, כ'וועל עפםענען א טרעאפי צענטער צו אויסלערנען וויאזוי מ'ווערט א זיסער געשמאקער חסידישע יוד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Kool man, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

Re: ס'איז שווער

שליחה דורך רימון »

קילער מאן, זייער א שוואכע הבנה אין א שריפט פון א מענטש.
קלינג, געוואלדיג געוואלדיג, א מוראדיגער פעדער.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]קלינג[/tag] דיין רייכע פעדער וועט נאך קלינגען מסוף העולם עד סופו, וואונדערבאר! שפראכלאז! און אזוי גיט ארויסגעברענגעט אונזער פוסטע קולוטור און לערע אידילאגיע,
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

געוואלד! ס'רייסט שטיקער! אזעלעכע אמת'ע דיבורים ליידער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אין אמתן אריין איז עס יש ויש, סאיז דא גענוג און נאך אידן אין די סיסטעם וואס זענען העכסט צופרידן מיט זייער לעבן זיי פרייען זיך נאך צובאקומען א שיינע עלי' אדער צו א ברעטל פאר א פסוקי דזמרא, סאיז דא אזעליכע וואס קוקען ארויס און ווארטן שוין בכיליון עיניים אויף נעקסטעס יאר חשון ווען די רבי גייט מאכן א ריזיגע חתונה אין א גרויסע טענט ווי ער האפט צוזיין פון די ראשי הסדרנים מיט א ריזיגע וואקי טאקי, מאנכע הייסע חסידים פיקטשערן זיך שוין פון פארויס און רעכענען פונקטליך אויס ווי אויפן זעקסטען שטאק פארענטשע איז דאס בעסטע פלאץ צושטיין ביי דעם געהויבענם מעמד ווען די רבי זז"ג גייט טאנצן מצוה טאנץ - אזוי אז ער זאל נישט דארפן אזוי שטארק איינציען די נאז און האלטן די ברילן שיעף אויף ארויף ביי די היסטערישע מעמד ווען די רבי גייט טאנצן מיטן די כלה. סאיז דא אסאך אידן וואס איך קען גוט וואס באלעקן זיך נאך די פינגער מיט א הייסע מקוה און אפאר לשון הרעס נאכן אויסטרינקען 4 קאוועס מיט ניין נייציק קאצקע ציקער און גרונטליך א דורך פלאושען צי רעב אהרן האט אזוי געזאגט צי ר' זלמן לייב האט אזי געטוהן און ווער סהאט געוואונען אין קאורט און ווער סגייט פארלירן די נעקסטע דין תורה ביי אברהם ברוך און צי באבוב 48 איז למעשה שטערקער ווי באבוב 45 און צי ר' מענדעלע איז בטעות געגאנגען ביי א חתונה מיט זיין שוויגער'ס פידזשאמעס און צי ר' מאטלע גייט די וואך נאכאמאל מוחה זיין פארן זינגען ביי ר' ישראל'טשע העברישע אהבה נגילה ניגונים און הלמאי די תולדות אהרן רבי איז געגאנגען צו די בעלזער חתונה מיט א שטריימל?, און דערנאך זעצט מען זיך צו א לחיים און מ'שאשקעט אריין אביסלע שליוואוויץ מיט מארבל קעיק מ'האט דאך נישט געזאגט קיין תחנון היינט סאיז דאך ר' שמאי שקלעווישקער'ס יארצייט! האסט קיינמאל נישט געהערט פון ר' שמאי שקלעווישקער? וואס טוט זיך מיט דיר ר' יענקל ברוך? אויף וועלכע וועלט לעבט איר? ער איז דאך געוועהן א בן אחר בן פון ר' הלל הזקן און א רעכטער אייניקל פונעם ציצקווער! זיין פעטער ר' הלל קאלאמייער האט אמאל געזאגט בשם דעם זיידען אז ר' הלל שקלעווישקער ר' שמאיס טאטע זי"ע האט געקענט גאנץ ש"ס אויפן לשון ווען ער איז געוועהן דריי יאר אלט!!! און דיר פאלט גאר אן צי זאגן תחנון אין אזא גרויסע יארצייט?? יא ענטפערט דער נידריגער יענקל ברוך מיט א האלבע אסטרייכער קוקי אויף זיינע וואנצעס פול מיט ברעקלעך מארבל קעיק געמישט מיט אלד ווילאמסברוג וואס רינט אראפ פון זיין צושטרויבלטעטן בארד: כהאב טאקע געהערט דעם אלטען ר' שמואל ארי' זיך שארק אויפרעגן היתכן די בעל תפילה האט גלייך געזאגט קדיש נאך הויכע שמונה עשרה דער אלטער האט זיך צועשריגן נא! נא!, וואס איז דאס מיט דעם יונגען דור? זיי האלטן נישט ביים זאגן קיין תחנון?! אלעס ווייל זיי זענען שטענדיג פארנומען מיט זייערע טייערע טעלעפאנען און האבן נישט קיין צייט פארן אייבערשטען! נאר ביזענס מאכן זענען זיי אינטערערסירט! פארן אייבערשטען האבן זיי נישט קיין צייט! נא וואס קען מען טאהן? די רבי זי"ע האט דאך שוין פארויסגעזאגט אז אמעריקע וועט זיין דער לעצטער גלות !!!


מיר זעהט אויס ווי די קלייניקייטן אין אונזערע רייען געמישט מיט א גערוך פון הערינג שליבאוויץ קאווע פאליטיק און מקוה איז גאנץ באטעמט פאר אסאך אידן ספעציעל ווען זיי באקומען נאך אן עלי' מאנטיג און דאנערשטיג!.
יא יא סאיז דא אלע מיני מענטשען אויף דער וועלט און יעדער זאל בוחר זיין פאר זיך אליינס ווי ער פילט באקוועם און ווי ער באלאנגט! אבער טוט אייער זעהל און נשמה א טובה פאר איר מאכט יעדע באשלוס נישט קיין חילוק וואס ס'זאל נאר זיין טראכטס גוט אריין צי וויל איך באמת לעבן אזא לעבן? איז דאס פאר מיין טובה וועגן??? אדער אפשר גאר זאל איך מאכן א סעקסט טשענטש אזויווי חוהלע שטיין? אדער עפעס אינדערמיט???...אפשר זיך אוועקציען פון די געטא און ווערן א קילער עירמאונט אינגערמאן און כאפן א שאלשידעס ביי ליפא???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שיינער ארטיקל, אבער כ'בין עפעס נישט אינגאנצן צופרידן דערמיט.

דער ארטיקל איז אייגענטליך חוזר חזרה פון צענדליגער ענליכע ארטיקלען דא אין שטיבל, די סארט אנטי סיסטעם תגובות איז ביי אונז א הייסע ארטיקל און ברענגט לייקס, און אז מען טיילט לייקס פארוואס זאל נישט יעדער באקומען, עס קאסט דאך נישט קיין געלט...
אבער דער ארטיקל איז אביסל צו שווארץ, און צו נעגאטיוו. מען טאר נישט ווערן בייעסד. חרדי'זם איז נישט אזוי פעך שווארץ ווי אראפגעלייגט אין דעם ארטיקל.

עס זענען פאראן גענוג און נאך אידן וועלכע האבן די זכי' צום 'עולמך תראה בחייך', די וואס לערנען יעדן טאג בלעטער גמרא און שפירן דעם זיסן טעם דערפון המתוקים מדבש ונופת צופים, עס זענען פאראן אידן וועלכע ברענען ביי א דאווענען בבחי' כל עצמותי תאמרנה, די וועלט איז געשטארבן. זייער לעבן איז גארנישט אזוי אויטאמאטיש. כאטש חרדיזם איז מער-ווייניגער פרעדיקטעבל, וועלן זיי שפירן אינעם לעבן אלע טעמים. וויפיל אידן קאכן זיך אין א שבת. און איך מיין נישט די ליצנות פון שבת אחים פון די רבי'ס טיש אדער חתונה מיט די בארענטשעס. יענץ איז אפשר קאושער אינטערטעינמענט עט בעסט. איך רעד באמת איידעלע ערליכע אידן, צו גאט און צו לייט.

קלינג האט געשריבן:ס'איז שווער, רבונו של עולם. ס'איז שווער צו זיין - נישט קיין איד, אבער יא א חרדישער איד. זיין א איד איז גארנישט שווער. פארקערט, כ'האב עס ליב. ס'איז גוט צו זיין א איד. ס'איז געשמאק. אידישקייט גיט מיר סיפוק און ווייזט מיר דעם וועג אויף וואס איך דארף גיין דא אויף דער וועלט.

אידישקייט איז גוט. חרדיזם איז אבער שווער. עס מאכט שווער דאס לעבן און אויך אידישקייט, וואס איז פאר זיך געשמאק און שטעלט צו סיפוק, מאכט עס שווער.

דאס אליינס איז נישט גענצליך אמת, אידישקייט פאר זיך איז יא גאנץ שווער, טראכט אריין וויפיל א מענטש דארף סעקרעפייסן פאר די מינימאלע אידישקייט, וויפיל תאוות ער דארף אויפגעבן! די בעיסיקס ווי שבת, ימים טובים, כשרות, טהרת המשפחה, און אנדערע התחייבות'ער, פאדערט אוועקצוגעבן פון זיך אסאך באקוועמליכקייטן.

איינע פון מיינע ערשטע אשכולות אין שטיבל איז געווען איבער דעם נושא, ווי אזוי ברענגט מען אריין א זיסע טעם אין אידישקייט, וואס פון אויבן-אויף קוקט דאס אויס גאר שווער בכל צעד ושעל. עיי"ש.

פרנסה איז נאך א נושא וועלכע מיר מוטשען זיך שטארק, כאטש רוב אמעריקאנער מוטשען זיך פונקט אזוי און פארדינען נישט צופיל מער. הגם הוצאות האבן מיר פיל מער, א חלק צוליב אידישקייט (כשרות, מקוה וכו') און א גרעסערע חלק טאקע צוליב "יענער", אונזער'ס א קרענק וואס מי יתן והי' עס זאל נעקר ווערן מן השורש. אבער מצד שני האבן מיר אזויפיל פארדינסטן אין די חרדישע קאמיוניטי, פון גמ"ח'ן אויף טריט און שריט, הילף צו טרעפן פרנסות, הילף צו חתונה מאכן, די טראסט וואס מיר האבן פאר א צווייטן איז נישטא צו טרעפן ערגעץ אנדערש, און די ליסטע איז נאך א לאנגע. און עס איז שוין אסאך באשריבן געווארן אין שטיבל.

מיר דארפן זעהן דעם האלבן פולן שיסל, נהנה זיין פון די מעלות וואס מיר האבן, און פרובירן טרעפן עצות פאר די חסרונות. אבער נישט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף אונזער גאנצן לעבנס שטייגער, כאילו דא איז ערגער ווי צפון קארעא און אונזער לעבן איז ממש פוסט און ליידיג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א הערצליכן דאנק פאר [tag]kool man[/tag] און [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר אפשרייבן מיין מיינונג, איך האב נישט די געדולד צו טייפן לאנגע תגובות און זיי האבן געשריבן את אשר על לבי.

#איך_בין_א_צופרידענער_חרדי.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: ס'איז שווער

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

. אמר להו רבא לרבנן: במטותא מנייכו דלא תירתו תרתי גהנם,

פירש רש״י:
. תרתי גהינם, להיות יגעים ועמלים בתורה בעולם הזה ולא תקיימוה, ותירשו גיהנם במותכם, ובחייכם לא נהניתם בעולמכם, עכ"ל.

(יומא דף ע״ב : )
!..A Lonely Man of Faith
באניצער אוואטאר
יב הלוי סאלאווייטשיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 194
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

אז די פעקל איז שווער, שלעפסטו נישט מיין פעקל..!!!!!!

שליחה דורך יב הלוי סאלאווייטשיק »

הנביא ישעי' אומר (מג, כב)
"וְלאֹ אתִֹי קָרָאתָ יַעֲקבֹ כִּי יָגַעְתָּ בִּי יִשְׂרָאֵל".

משל לסוחר שהגיע באניה ממדינת הים, בהגיעו
לנמל ביקש מאחד הסבלים שם, שיביא את חבילותיו לביתו.
כשהגיע הסבל לבית הסוחר כשכולו מזיע ומתנשף, ביקש את
שכרו משלם. אמר לו הסוחר: אבל החבילות שהבאת אינן
שלי!
שאלו הסבל: מנין לך זאת? הרי עדיין לא ראית כלל את
החבילות שהבאתי...
השיב לו הסוחר: חבילותי הן חבילות קטנות של יהלומים,
ואילו הבאת אותן בודאי לא היית מזיע ומתנשף כל כך,
ועתה מאחר שאני רואה עד כמה התעייפת מכובד המשא,
הבנתי שבודאי לא את הסחורה שלי הבאת.

כך אומר הקב"ה לישראל: "ולא אותי קראת יעקב". ואם
תשאלני מנין לי שלא קראת בשמי? התשובה היא: "כי יגעת
בי ישראל", על ידי שראיתיך עייף ויגע... כשהצדיקים
לומדים תורה ומקיימים מצוות, אין הם חשים עמל וטורח,
אלא אדרבה יש להם טעם עונג ושמחה

משל מהדובנא מגיד
והרמ״מ מקוצק ז״ל היה רגיל לומר שזי אחד מג׳ משלים שאמר ברוח הקודש..

('שיח שרפי קודש', ב"ב
תשמ"ט, ח"ד עמ' עד.)
!..A Lonely Man of Faith
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

שמעקעדיג האט געשריבן:דער ארטיקל איז אייגענטליך חוזר חזרה פון צענדליגער ענליכע ארטיקלען דא אין שטיבל, די סארט אנטי סיסטעם תגובות איז ביי אונז א הייסע ארטיקל און ברענגט לייקס

:like
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

ס'איז שווער

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שוין, שטילע גייט ווייטער שרייען קעגן די מצב רוח פונעם שטיבעל.
הער קלינג, כשוין די זייער, אבער זייט נישט בייז, אנהעגען די מצב אין בלעימען אנדערע איז נאריש אפי האסט באקומען א באנטש לייקס.
פונעם ארטיקעל אייערע פארשטיי איך אז דיין מצב הפרנסה איז נישט די בעסטע כרגע, אנשטאט טראכטן סאיז באשערט אדער טרייען מאכן נאך א דולר ערגעץ ווי באשילדיגסטו דיין ארימגער. יעצט גאנץ פשוט די ערשטע צו בלעימען איז די סיסיטעם ספעציעל אין א פלאץ ווי אסאך וועלן מיט טאנצן אין זאגן פששששש.
כגיי די נישט זאגן אז די סיסטעם טויגט אינגאנצען. געוויסע נקידות זענען טיף אין תחת אבער כשפיר ווי די נעמסט די פרעזענדליכע פעקל אין די בלעימסט די סיסטעם.
זאג, די האלסט בימי בעש״ט ווען די וואלסט געווען ענק אין פרנסה וואלסטו נישט געווען פארביטערעט?? טויזענט פראצענט אז יא. די מיינסט בימים ההם איז נישט געווען אידן מיט א שווער הארץ? נאר דעמאלטס נישט געווען א ק״ש ארויס צו פאקן די ווייטאג.
וואס כטריי צו זאגן איז, איינער וואס בטבע איז ער צופרידען איז געווען צופרידען בימי בעש״ט אין די זעלבע היינט אין ווערסעס ווויזע.
למשל דיין זיין אויסגעהארגעט שבת אין נישט פארברענגען מיטן קינדער איז די סיסטעם שולדיג? איי מין קאמאן, די איז געווען באשערט זיך צו מיטשענען כרגע אביסעל. ווען די סיסיטעם וואלסט פארלאנגט צו מאכן טויזענט דולר א חודש צו לעבן באקוועם, אין די וואלסט נאר געמאכט משום איזה סיבה 500 וואלסטו נישט געבלעימט די סיסיטעם?
טראכט אריין א רגע טאמער די באשילדיגסט נישט די סיסטעם אין דיין פרעזענדליכע פראבלעימן.
איך בין צופעליג יא צופרידען מיטן סיסטעם מער ווייניגער, יא צופרידען מיט חסידות, די לעבן איז מיר נישט אזוי טייער מחמת די סיסטעם, כפארבענג יא מיטן קינדער וגו׳ אלא מאי די סיסטעם איז נישט קיין פראבלעים פאר יעדער גלייך, אפי גייסט באקומען אסאך לייקס.
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

שמעקעדיג האט געשריבן:שיינער ארטיקל, אבער כ'בין עפעס נישט אינגאנצן צופרידן דערמיט.

דער ארטיקל איז אייגענטליך חוזר חזרה פון צענדליגער ענליכע ארטיקלען דא אין שטיבל, די סארט אנטי סיסטעם תגובות איז ביי אונז א הייסע ארטיקל און ברענגט לייקס, און אז מען טיילט לייקס פארוואס זאל נישט יעדער באקומען, עס קאסט דאך נישט קיין געלט...
אבער דער ארטיקל איז אביסל צו שווארץ, און צו נעגאטיוו. מען טאר נישט ווערן בייעסד. חרדי'זם איז נישט אזוי פעך שווארץ ווי אראפגעלייגט אין דעם ארטיקל.

פון דיין תגובה איז ניכר אז די בענקס צי די ארגינעלע קאווע שטיבל, אוי מי יתן והיה וואס פאר א גיטע טעם דאס האט געהאט! נישט סתם חוזר וניער דער זעלבער.... ככלב שב על קיאו!

כ'וויל נישט אריינגיין צי טיף ווייל ווי ערפארונג האט געוויזען אז דער נייער עולם דא איז נישט אינטערעסירט אין זעהן דעם חלק הטוב שבו!, איך גלייב אז יענע אשכול וואס די האסט געגרינדעט פון אנפאנג וואלט היינט נישט פארנומען א פלאץ דא און אוודאי נישט קיין לייקס....

על זה דוה לבי, אבער איך מיז פארבייסן די לעפצן!

כאב א ברירה צי גיין קיין אייוועלט און קויפען די לאטעריע בילעט דארט אבער כ'האב דאך געוואלט א אינביטווין, אדער בעסער געזאגט דעם ארגינעלן קאווע שטיבל!

עס ליגט מיר אויפ'ן צינג/הארץ אזויפיל צי זאגען/שרייבען אבער פארפאלען דער עולם דא איז נישט נייגעריג אויף שבחים פון אונזער לעבען שטייגער....

עס איז געווארען א מקום פון זיך אויס... אזוי ווי אויף פעור! און אך און וויי ווער עס פרובירט ממתיק צי זיין די דינים כאפט על מנה אחת אפים....

עס איז א בושה צי גיין דא מיט לאנגע גאטשעס! ווייל אויב גיי איך דא מיט א לאנגע גאטשע מיין איך מיט דעם צי זאגען אז נאר מיך האט דער אייבישטער ליב! - האסט געהערט א מעשה? אפשר בין איך סתם ציפרודען מיט די גאטשעס וואס מיין מאמע האט מיר געקויפט ביז די חתונה און וואס מיין ווייב קויפט מיר נאך די חתונה! נייין.. קען נישט זיין...

שוין... האסט א לעזונג?
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

ווער האלט דיך אפ פין ניצען דאס פייער וואס חסידות האט אנגעצינדן?
ווער האלט דיך אפ פין אנטוויקלען א קשר מיטן באשעפער?
ווער צווינגט דיך זיך צו שאקלען ביים דאווענען, טאנצן און זינגען, מאכן א לחיים און לערנען חסידות אויטאמאטיזירט און מעכאניזירט?
ווער האלט דיך אפ אז דיין אידישקייט און חסידישקייט זאל זיין א לעבעדיגער מיט חיות, אין מלא תוכן?
ווער האלט דיך אפ פון לעבן וואו דער פסוק האט געמיינט?

איך האב א פלאן - קליג
ניץ די צייט וואס נעמט צו שרייבן אויף ק"ש, צו פאברענגען מיט די קינדער
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

שמעקעדיג האט געשריבן:שיינער ארטיקל, אבער כ'בין עפעס נישט אינגאנצן צופרידן דערמיט.

דער ארטיקל איז אייגענטליך חוזר חזרה פון צענדליגער ענליכע ארטיקלען דא אין שטיבל, די סארט אנטי סיסטעם תגובות איז ביי אונז א הייסע ארטיקל און ברענגט לייקס, און אז מען טיילט לייקס פארוואס זאל נישט יעדער באקומען, עס קאסט דאך נישט קיין געלט...
אבער דער ארטיקל איז אביסל צו שווארץ, און צו נעגאטיוו. מען טאר נישט ווערן בייעסד. חרדי'זם איז נישט אזוי פעך שווארץ ווי אראפגעלייגט אין דעם ארטיקל.

ריכטיג, עס איז א חוזר חזרה פון די חאזעריי פון אונזער סיסטעם אבער עס איז נישט קיין טענה. דוד המלך ע"ה האט איבערגעזינגן די זעלבע שירות ותשבחות הונדערט און פופציג מאל יעדעס מאל מיט אן אנדערע קוועטש און אן אנדערע לשון און פון אן אנדערע קוק ווינקעל. כלפי מה דברים אמורים, אידן זענען אנגעווייטאגט און שפירן זיך בעולה'ט פון אונזער מהלך החיים ממילא ברויך מען לאזן יעדע ניק זיך אויסגעבן אויף זיין לשון און מיט זיין איינגענארטיגע געזאנגג אדער קלאג. עס האט נישט מיט אסאך אדער ווייניג לייקס איינגעלייגט עס האט מיט אראפלאדענען איינגעזאמעלטע ווייטגאג צומאל פון יארן פון יענעמס ספעציפישע קוק ווינקעל. איך בעט נישט זאלסט אים געבן הונדערט און פופציג שאנסן דאס צו טאן, אבער לכל הפחות איין קינה מעג ער קלאגן. אז יעדער נייע ניק וועט קלאגן איין קינה וועלן מיר אפשר קענען ארויסגעבן א גאנצע קינות פארן נעקסטע תשעה באב (אדער כ"א כסלו ווען דער סיסטעם איז נסתייסד געווארען... נאר א ווערטל, ח"ו...)
חמין במוצאי שבת מלוגמא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag], אנשטאטס מאכן וויינען, האסטו מיר געמאכט אויספלאצן פון געלעכטער אפאר מאל אינמיטן דיינע שורות.
נו, מ'טאר נישט לאכן אינמיטן קינות!

[ויש ליישב בדוחק, דאינהו סבירא להו דגם בתשעה באב מקיימים מנהג ישראל תורה, לזרוק תשעה באב באמבעס וכל שום חניכא דאית ליה, והנח להם לישראל וכו'].
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן: איך בעט נישט זאלסט אים געבן הונדערט און פופציג שאנסן דאס צו טאן, אבער לכל הפחות איין קינה מעג ער קלאגן.

[tag]קלינג[/tag] יוצא געווען. יעצט נעם א טישא, וויש אפ, און נעם זיך צו דער ארבעט, אן קיין תיריצים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לאפוקי אפאר ניקס וואס טייטשן אויס מיינע ווערטער כאילו דער פותח האשכול האט געשריבן זיין ארטיקל בלויז פאר לייקס, בין איך דא מגלה דעת, אז ס'איז בכלל נישט געווען מיין כוונה, און ביטע מאכט נישט פונעם טפל אן עיקר. איך האב בלויז געזאגט א פאקט, אז די ארטיקלען ציען די מערסטע לייקס, ממילא וועלן אסאך שרייבער שרייבן ענדערש וואס דער עולם האט ליב, נישט ארטיקלען וואס בלייבן כקול קורא במדבר.

רוב חברים וואס קענען מיינע שיטות ווייסן אז איך בין אויך נישט קיין גרויסער חסיד פונעם היינטיגן סיסטעם, איך ווייס קלאר אין וועלכע סאסייעטי מיר לעבן, איך זעלבסט האב שוין געשריבן אסאך ארטיקלען צו פרובירן צוטרעפן וואס מיר קענען טון זיך צו העלפן, אבער גלייכצייטיג געשריבן א אשכול אז מען זאל אויפהערן קוועטשן אזויפיל און מער פאוקעסן אויף פאזעטיווע חלקים.

און בענזשאמין זיסער, דוד המלך האט זיך טאקע אסאך באקלאגט אין תהלים, אבער ער האט אויך אסאך געלויבט השי"ת, און אנערקענט די פולע האלבע גלאז; ווי אויך האט ער מחבר געווען "איין ספר" תהלים מיט 150 קאפיטלען, נישט 150 ספרים מיט איין קאפיטל... כאפסט דעם דיפערענץ? אז עס וועט זיין געציילטע אשכולות ווי מען שמועסט אויס אונזער פארביטערניש, אדרבה פארוואס נישט, אבער עפענען כסדר נייע אשכולות אויף דעם נושא איז נישט קיין פארגלייך צו תהלים. כ'האלט נישט אז אין איין אשכול איז עס יא א פארגלייך - איך רעד נאר לפי דיין משל, וק"ל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האלט אזוי ווי [tag]הקטן[/tag] און איך וויל עס ארויסברענגען מיט אן אנדער'ן שפראך.
איינער זעט אז ער דערשטיקט זיך צווישען די סיסטעם, ער קען נישט פארליידען די פארדערונג'ן פון אנדערע וואס מאכען זיין לעבען שווער. וואס טוט ער? ער רעגט אביסל, אבער דער פשוט'ער זאך איז זיך אויסצודרייען. דאס ארויפלייגען אלס אויפ'ן סיסטעם און זיי באשולדיגען אין יעדער טריט פון דיין לעבען איז בלויז א וועג פון זיך אנליינען ווייטער אויפ'ן סיסטעם. א מעסער איז אריין אין לייב און פון ווייטאג שטופט מען עס ווייטער אריין?!
קענסט זיך אויסטוהן פונ'ם סיסטעם, זוכען אן אייגענער חיות אין עבודת ה' און דאווענען און לערנען, טרעפען אליינס א פשט אין א סוגיא, א ביאור אין דאווענ'ן וואס רעדט צום הארצ'ן, און דערמיט זיין אן אייגענע בעש"ט.

און איך האב פאר דיר נייעס. ווען דו וועסט עס טוהן, וועסטו זען אז גענוג און נאך אנדערע האבען עס אויך געטוהן. דער סיסטעם איז נישט יעדעם אזוי מחייב אזוי ווי מען מיינט. טאקע אזוי איז דער פשטות, אבער גענוג מענטשען גייט זיי נישט אן די גאנצע זאך און פון אנטלויפען פונ'ם סיסטעם זענען זיי געווארען ערליכע אידען תלמידי חכמים און בעלי מדות, טאקע פונ'ם אויבערחכמה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך קלינג »

אקעי. לאמיר זיך אביסל בעסער מסביר זיין.

[tag]שמעקעדיג[/tag]: איך קען נישט רעדן פאר דיר און אנדערע אבער איך האב דוקא יא ליב אידישקייט. עס קען זיין אז ס'האט שייכות מיט דעם וואס איך האב ליב א סטרוקטור און האלט אז פאר מיר איז געזונטער צו לעבן אין א framework. אזוי בין איך אבער און נאכן זיך באקענען מיט אידישקייט האב איך עס זייער ליב באקומען. די ספרי מחשבה, חסידות, די קלאסישע מוסר ספרים געפעלן מיר זייער שטארק און איך האלט אז אפילו שוין אן דעם וואס כ'זאל האבן געבוירן געווארן א איד איז אידישקייט (נישט חרדישקייט) זייער צוגעפאסט צו מיין מהלך המחשבה און תכונת הנפש. עס קען זיין אז איך קוק עס אזוי אן ווייל למעשה טראכט איך און לעב אויף א געוויסן אופן, וואס קומט פון האבן אויסגעוואקסן א פרומער איד. אבער למעשה רעדט אידישקייט זייער צו מיין נפש.

לגבי פרנסה: ס'איז אמת אז נישט נאר חרדישע אידן מוטשענען זיך, אבער חרדישע אידן האבן נישט קיין ברירה, און ווי דו אליין שרייבסט. מיר זענען נישט אין קאנטראל פון אונזער לעבן און די הוצאות פונעם לעבן. אביסל קאנטראל האבן מיר יא, אבער נישט גענוג אז דער חשבון פון הוצאות און הכנסות זאלן שטימען.

איך לייג נישט ארויף קיין נאסן ליילך און פארוואס מוז איך רעדן פון די מעלות יעדעס מאל וואס איך וויל עפעס זאגן וועגן אונזער לעבנס שטייגער? איך האב זיך אפגערעדט פון הארץ און אויסגעגאסן מיין ווייטאג. איך האב דען געזאגט אז איך גיי דא שרייבן אן אקאדעמישע שטודיע אויפן חרדישן לעבנס שטייגער? דו זאגסט אז עס זענען דא מענטשן וואס זענען יא צופרידן מיטן און אינעם סיסטעם? פיין. מסכים. אבער וויפיל זענען נישט צופרידן? ביזט מסכים מיט מיר אז פופציג פראצענט איז אומצופרידן? און נאכמער: דער פאקט אז מענטשן זענען צופרידן מיינט נאכנישט אז ס'איז גוט. ווען איינער איז צופרידן אז ער קען לעבן רואיג דורך גניבה און דריידלעך מיינט עס אז דער סיסטעם איז גוט נאר ווייל יענער איז צופרידן?

[tag]שטילע אינגערמאן[/tag]: איך האב נישט געצילט צו בלעימען נאר מער זיך אויסצורעדן. ס'איז נישט מיין מצב הפרנסה. איך פארדין נישט שלעכט (אביסל מער ווי א דורכשניטליכער יונגערמאן), אבער מיר באדערט אז איך מוז צוקומען צו דרייען און גנבענען כדי צו קענען דעקן דעם בודזשעט. אין דעם פרט באשולדיג איך יא דעם סיסטעם, ווייל איך פון מיין זייט שטרענג זיך אן צו פירן א לעבן לויט מיינע מעגליכקייטן, אבער ס'איז אוממעגליך! איך האב געמאכט דעם חשבון, געשניטן און געשפארט, און במציאות איז נישט מעגליך צו לעבן גראד, אפילו מען פארדינט יא לייטיש (ווי אין מיין פאל). איך בין גרייט מוותר צו זיין אויף רוב באקוועמליכקייטן אבער איך קען נישט! דאס באדערט מיר.

איך בין אויסגעהרגעט שבת ווייל איך דארף ארבעטן ווי א חמור נישט צו דעקן וואס דאס לעבן פארלאנגט נאר איבעריגע שטותים וואס דער סיסטעם פארלאנגט. וואס פארשטייסטו נישט? אויב ס'ארבעט פאר דיר און דו ביזט צופרידן, אשריך! גוד פאר יו און הלואי זאל עס ארבעטן פאר מיר אויך. איך זוך דען צו קריטיקירן? איך וויל אז ס'זאל זיין בעסער. הלואי זאל עס ווערן בעסער!

אוודאי איז אלעס באשערט און איך גלייב אז איך בין געבוירן געווארן אין א חרדישע משפחה ווייל אזוי האט דער באשעפער געוואלט. דאס מיינט אבער נישט אז איך קען משלים זיין דערמיט אזוי גרינג. קענסט מיט דעם פשטל, אז אלעס איז באשערט, אוועקמאכן יעדע שוועריגקייט און די ערגסטע צרות, און דו וועסט טאקע זיין גערעכט, ווייל אלעס איז טאקע באשערט. אלא מאי? ווען איך רעד צום באשעפער (איך טו עס גאנץ אפט) פרעג איך אים די זעלבע קשיא: איך ווייס אז אלעס איז באשערט, אבער איך מעג מתפלל זיין אז ס'זאל מיר יא בעסער ווערן, אפילו ע"פ דרך הטבע איז עס זייער שווער אלס חרדי צווישן חרדים.

פאר זיך אליין האלט איך אז געבוירן ווערן א חרדישער איד איז א סימן אז מ'האט אסאך אנגעווירטשאפט אין פריערדיגע גלגולים און מ'איז אראפגעקומען אלס א חרדי אפצוקומען.

[tag]שלמה המלך[/tag]: ניין , איך האב נישט קיין לעזונג, ווען יא וואלט איך עס געטאן. איך פארשטיי זייער גוט אז קרעכצן און קריטיקירן העלפן גארנישט. ווען איך וואלט געהאט א לעזונג וואלט איך שוין לאנג אויפגעהערט קרעכצן און געטאן צו די זאך. האב איך אבער נישט.

מיינסט טאקע אז איך שרייב ווייל איך וויל סתם "האקן"? בכלל נישט! מיין ציניזם קומט נישט פון שנאה און האס, נאר ווייטאג און פיין. א שאד אז איך קען נישט צולייגן קיין מוזיק. ווען מיין תגובה וואלט געהאט נאטן, וואלסטו געזען אז איך זינג איכה און איוב. וואלסט נישט געהערט דעם סארקאסטישן בייסיגן געלעכטער וואס דו מיינסט קומט מיט מיינע ווערטער.

[tag]הקטן[/tag]: ביזט גערעכט און איך האב עס אנגעהויבן טאן שוין א שיינע שטיק צייט צוריק. איך האב אנגעהויבן לערנען חסידות און אנדערע ספרים מיט די עיקרים און יסודות פון אידישקייט, אבער דער פראבלעם איז אז דער יסוד טויג נישט. איך בין אויפגעוואקסן מיט א ליידיגע אידישקייט און א באשעפער וואס איז שטרענג און שלעכט און לאזט גארנישט טאן. מיין גירסא דינקותא באשעפער און אידישקייט זענען שטרענג און בייז. עס רייסט זיך נישט אזוי גרינג ארויס. ביזט גערעכט און איך טו אין דעם הינזיכט וואס איך קען, פונקט ווי מיט פרנסה און חינוך הבנים, וואו איך טו וואס איך קען פרוביר דאס בעסטע וואס איז שייך לויט די אומשטענדן.

איך ווייס אויך אז אלעס איז באשערט. איך ווייס אויך אז קוועטשן און קרעכצן טוען גארנישט אויף. מיין אשכול איז נישט געקומען כדי מתקן צו זיין, נאר אויסצוגיסן א ווייטאג. עס טוט וויי און ווען עס טוט וויי, האבן מיינע חרדישע רבי'ס מיך געלערנט, שרייט מען.

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]: אמן און לו יהי כדבריך. איך זע אבער מער אומצופרידנקייט ארום מיר ווי צופרידנקייט. ווייסט פארוואס? ווייל אפילו דאס, זיך צו נעמען אין די הענט אריין, קענען די אייגענע כוחות און תכונות הנפש, לערנט מען נישט מיט אונז.

לסיכום: מ'מוז נישט מסכים זיין מיט מיר און איך רעספעקטיר יעדנס מיינונג און רעכט צו האלטן וואס מען האלט. איך האב אויסגעדרוקט וואס ליגט מיר אויפן הארץ און יעדער האט די זעלבע רעכט צו זאגן וואס עס ליגט אים אויפן הארץ אדער מח.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קלינג האט געשריבן:פאר זיך אליין האלט איך אז געבוירן ווערן א חרדישער איד איז א סימן אז מ'האט אסאך אנגעווירטשאפט אין פריערדיגע גלגולים און מ'איז אראפגעקומען אלס א חרדי אפצוקומען.

:like :lol: :lol: :lol:
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

חרדישער איד מיט חסידישער יוד איז צוויי אנדערע זאכן. מאך נישט קיין טשאלנט. no pun intended.

חסידות איז געווארן א שטיק....here to serve a couple of families.

You don't have to follow everything this community prescribes to you.

גיי נישט צום טיש און צום רעבעס חאסענע. שלאף דיך גיט אויס פרייטיג צונאכטס און פארברענג מיט די קינדער שבת און מוצאי שבת.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דוק ותשכח האט געשריבן:חרדישער איד מיט חסידישער יוד איז צוויי אנדערע זאכן. מאך נישט קיין טשאלנט. no pun intended.

חסידות איז געווארן א שטיק....here to serve a couple of families.

You don't have to follow everything this community prescribes to you.

גיי נישט צום טיש און צום רעבעס חאסענע. שלאף דיך גיט אויס פרייטיג צונאכטס און פארברענג מיט די קינדער שבת און מוצאי שבת.


אבער נאכדעם האט מען א פראבלעם מיט אנעמען די קינדער אין די מוסדות און די בחורים אין ישיבות און קיין איין גמ״ח וועט דיר נישט בארגן חתונה צומאכן אדער אין א נויט, און די וועסט נישט האבן קיין רבין ווער זאל לייגן תפילין פאר דיין בר מצוה בחור, וועסט נישט האבן קיין שיינע איד (געווענטליך דעם רבינ׳ס זוהן/איידעם/אייניקל) וואס וועט ערשיינען ביי דיין זוהנס בר מצוה אדער טאכטערס תנאים און האלטן א דרשה פאר 19 מינוט אז אין אמתן אריין איז ער נישט קיין בעל דרשן נאר אזויווי די בעל שמחה האט אים געבעטן זאגן אפאר ווערטער וועט ער טאקע נישט אויפהאלטן דעם עולם און נאר נאכזאגן א קורצע דברי תורה און אפאר שבחים אויפן בעל הבית פאר 43 מינוט.

די אינטערישטע שורה איז אז אונזער געזעלשאפט איז אויסגעשטעלט אז מען מוז דינען עפעס א חסידות פאר אינשארינס פורפוסעס אזוי ווייסטו אז דו ביסט א חלק אין א קאמיונטי און אז אויב דו ביסט חלילה אין טראבעל וועט דיר איינער (אפשר) אנקוקן אדערווייז וועט מיך די ווארפן איבערן דראונג און ווען וועסט שוין אנקומען צו שידוכים יארן וועט יעדע שדכן אויפהייבן די ברעימען וואס הייסט ער באלאנגט אין ערגעץ נישט? ווי דאווענט ער? ווי שיקט ער די קינדער? .

אזוי ארום האבן זיי יעדעם אין קאנטראל... יא יא מ׳מוז אנקומען צו זייערע טובות און צו זייערע מוסדות און זיי האבן ענק אלע טיף טייער און מאכן פון ענק אייערשפייז!
גייטס כאפן א פלאץ אויף די פארענטשע אפשר וועט נאך דער אדמור אין איין שיינעם טאג אריינעמען אייער בחור אין ישיבה און אייך צוליב טוהן מיט לאזן מאכן א טיי אווענט אין ״זיין״ לאנטש רום ווען איר וועט חתונה מאכן א טאכטער בשטו״מ וועט דער גבאי שרייבן אויפן אדמורס לעדערהעט א שיינע הארציגע המלצה בריוו פאר אייערטוועגן בעטינג זיינע אנדערע חסידים זאלן רחמנות האבן אויף אזא וויכטיגע צוועק...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט