איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך שלמה המלך »

האסט געהערט די מורא'דיגער נייעס???? שלמה המלך פון ק"ש האט געוואנען אן ערך פון א האלבע ביליאן דאללאר!!! WOW יא יא די הערסט גיט מיט א "בית" WOWOWOW

דאס איז נישט פשוט'ע נייעס! ב"ה א איד! און גאר א היימישער! נאכדערצו דא פון ממש ביי דער קאווע! ממש רעקארד ברעיקינג...

יא יא יעדער איז מיין גיטער פריינט, און א יעדער מיין קאזען עכ"פ עפעס א קרוב, און מיין אישי באקסל איז פול!!! יעדער דערמאנט מיך ווי ער האט זיך באמת אנגענומען פאר מיר אבער... נאר....

און ביהמד"ר דערמאנט מיך יעדער ווי ער איז אלץ גיט געוועהן מיט מיר נישט ווי די אלע וואס לויפען יעצט נאך דעם געווינס פשוט....

איך קען ממש נישט רועהן אינדערהיים אן אויפהער אלע מוסדות נצרכים רבנים דיינים כלל טוערס, עסקנים! יוא!!! ווי נעמט מען אזויפול כח צי דעם! שוין אזעלעכע צרות פאר אלע עקרות, די עיקור איז ב"ה די געלט איז דא!!!

איף מאך מיר א חשבון איך האב שוין אויסגעגעבען כמעט 50 מיליון דאללער די לעצטע תקופה WOW דאס איז א סכום... ב"ה היצטערט קען איך שוין אפאטעמען דער עולם האט יעדער באקומען! היצטערט באקום איך נאך דעם כבוד, מ'פעגערט שוין נישט אזוי געפערליך - איך זאג נישט נאך אלץ קלינג מען די בעל דער גאנצער צייט אבער מ'טיילט נארמאלע סכומים, עס איז דא דריי גבאי צדקה, עס גייט ארויס געלט אבער אויף א נארמאלער שטייגער...

די יעצטיגער תקופה מאכט מיר יעדער א שבע ברכות, איבעראל ביניך דער נואם הכבוד אדער דער אורח הכבוד ס'איז מורא'דיג איך קען זאגען במלוא מובן המילא "שלמה המלך בשעתו"

היצטערט וואס???????????????? וואס טוה איך מיט די איבריגע??? איך זיך דאס נישט סתם פארוואסערען ווייל אלע מיינע גיטע פריינט קענען אנטרינען אין איין מינוט....

וואס טוה איך יעצט מיט איבער 400 מיליון דאללאר???

ווער עס האט ען עצה איז מכובד ציצוקומען צים מייק

יש"כ

נ.ב. א שיינעם טיפ וועט באקומען די עצה וואס עווענטועל ווערען אנגענומען...
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

לול.. לולו לוליתי.. :D
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

קודם כל שטיי אויף און גיס נעגל וואסער זאג מודה אני, יעצט נעם דיין טעלעפאון און סיין אריין צו קאווע שטיבל עס ווארט דיר א גרויסע סופרייז דוירט לית דין איז געווארן איבערנאכט א אית דין ער איז גאר די גליקליכע געווינער פון די לאטערי.
יעצט וואס איך האב געטוהן מיט די איבריגע פיר הונדערט רעדלעך? איטס נאן אוף יאר ביזנעס! גראדע 180 רעדלעך ליגן שוין אין בושווי"ק די איבריגע איז קאנפידענטשי"ל
סליחה פאר די הארץ ווייטאג אבער די אמת מוז געזאגט ווערן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

שלמה המלך האט געשריבן:
היצטערט וואס???????????????? וואס טוה איך מיט די איבריגע??? איך זיך דאס נישט סתם פארוואסערען ווייל אלע מיינע גיטע פריינט קענען אנטרינען אין איין מינוט....

וואס טוה איך יעצט מיט איבער 400 מיליון דאללאר???

ווער עס האט ען עצה איז מכובד ציצוקומען צים מייק

יש"כ

נ.ב. א שיינעם טיפ וועט באקומען די עצה וואס עווענטועל ווערען אנגענומען...

קודם, מזל טוב !
היצטערד ביטע געב ארויס וועלעכע מקובל האט דיר ארויסגעגעבן די לאטערי נומערען, און איבעריג צו זאגען אז די וויכסטיגסטע פלעצער צו געבן איז תהילים כולל, כולל חצות, גזירות גיוס פאנד וכדומה,


ווען א אמת'ע גביר כדוגמת הערשי פרידמאן, דוד הופשטטר, הערשעל שרייבער [אלע בעלי צדקה וואס טיילן גרויס געלט פאר פארשידענע אנדערע סארט צוועקן] וואלט מיר געפרעגט וואס צו טון מיט זיין געלט וואלט איך אים געראטען ער זאל עפענען א גרויסע צענטער ווי מלערענט אויס פאר אנ''ש אלע סארטן זשאבס פון אינזשענירינג ביז הייטעק, בחנם אדער פאר גאר גאר ביליג, אלעס אויף זייער אייגענארטיגען שטייגער אז זיי זאלן זיך קענען אליין מפרנס זיין
אנשטאט פון טיילן און טיילן פאר מענטשען וואס בלייבן נצרכים לעולם ועד אן קיין וועג ארויס פון עניות

וכבר כתב הרמב''ם שזו מצות הצדקה החשובה ביותר
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

wow!! @מור

איך פאנג עכט טראכטען היצטערט פון געווינען! טאקע א ריכטיגע איידיע!

איך מיין די וועסט סוכ"ס פארדינען מיין ציגעזאגטע טיפ! מיסט נאך ציווארטען...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]פאר דו ביזט ממשיך מיט דיין חלום לאמיר דיר נאר זאגן אז פאר וואס ווען האט שוין די רעגירונג אראפ גענומען מער ווי 250 מיליאן. (אין נו יארק גייט דער געווינער ארויס מיט א נעט פון 46 פראצענט.) ממילא, אויב האסטו שוין פארטיילט הונדערט מיליאן, האסטו יעצט א קנאפע 130 מיליאן פארבליבן. נישט קיין קליינע אפותיקי, אבער ווייט פון 400 מיליאן. יעצט קענסטו צוריק גיין צום חלום.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ונבנתה העיר האט שוין אמאל געשריבען אויף אן ענדליכע נושא. זיין מסקנא איז אז מ'זאל זיך נעמען דאס לעבן, עי"ש.
דער מאמר איז געדרוקט אין דער ספה"ק 'אמר ונבנתה' השלם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ספה"ק 'אמר ונבנתה' השלם.

:) :D
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וואלט בעסער געדארפט שרייבען: והיא ל"ו נדפס"ה בספה"ק 'אמר ונבנתה' השלם.
פארט א ליטוואק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך גר ותושב »

קענסט צוריק גיין שלאפן ביז שבת.
NEW YORK: JUST IN - No winners for tonight's Powerball drawing. Jackpot for Saturday is now at $675 million, largest jackpot in US history.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין געגאנגען דאווענען שחרית און דארט אינ'ם (אנדערע'ן) קאווע שטיבעל הער איך ווי מ'רעדט וועגען די לאטער"י. איך בין אריינגעגאנגען אין ביהמ"ד א פאר מינוט פרי, און איך זעי א קיפקע יונגעלייט רעדען פון תולה בדעת עצמו און תולה בדעת אחרים, וואס די זיינען סברות אין די הלכות פון אסמכתא. האב איך זיך דערמאנט א מימרא פון הרב שך.
דער גמרא זאגט אונז אין עירובין (יג:) תנו רבנן שתי שנים ומחצה נחלקו בית שמאי ובית הלל הללו אומרים נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא והללו אומרים נוח לו לאדם שנברא יותר משלא נברא נמנו וגמרו נוח לו לאדם שלא נברא יותר משנברא. פרעגט הרב שך, וואס האבען זיי געטוהן צוויי מיט א האלב'ן יאר? דער האט געזאגט א סברא, א צווייטע האט אפגעשלאגען, האט א דריטע געברענגט א ראיה און די פערטער אוועק געשטופט די ראיה. ס'האט זיך פארזמל'ט סברות און חידושים לכאן ולכאן. פאר דעם אליינס לוינט זיך לאדם שנברא!
ווער ס'וועט געווינען דער לאטער"י ווייס איך נישט. אבער די וואס האבען געטומול'ט אינ'ם סוגיא פון אסמכתא זענען שוין די געווינער'ס!

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דאס זארגן זיך וואס צו טון מיט א לאטערי געווינס, הערט זיך ווי די וואס זארגן זיך ווי אזוי זיי וועלן קענען אויסנוצן דעם ניטל נאכט...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

אזוי גייט עס! מ'קען ישט ארויסקריגען פון די צרות!

נאך'ן זיך אפמיטשען נעכטען וואס צי טוהן מיט מיין ערווארטעטע ארבע מאות M'ס האט מען מיך ארויס געהאלפען מיט נאך 25 מיליון איז סך הכל מיט 75M$ האב איך וואס צי טוהן מיט זיי....
אבער איבערנאכט האט זיך מיר דאס מיטשענען פארשטארקעט לויט'ן חשבון בלייב איף איבער היצטערט מיט 600 מיליון דאללער? יא יא איבער א האלבער בית'ל יא מיט א B

לאך אהער לאך אהין, זאלסט נישט זאגען דערנאך א אין אמת'ן ביסטו יא געוועהן מיין חבר ווייל די ביסט נישטֱ! - בל"נ וואלקסוועגען קען באקומען פון מיר יעצט נאך א נתינה.....

אלנספאל קלינגט זיך גיט אין די אויערען דעם ווארט פונעם יארמער רב, איך בין נישט בודק מיין בילעט ווייל אזוי בין איך א ספוק עושר אבער מיט'ן בודק זיין קען איך נאך ווערען א וודאי עני....

לאמיר דמיון אויף כח - דאס וועט אונז געבען דאס מוט צי גיין ווייטער....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

[tag]מור וקציעה[/tag] האט דערמאנט א מורא'דיגע נקודה וואס דארף ארומגעשמועס'ט ווערען.

אבער איין זאך דארף מען האלטען אין קאפ. מ'הערט נאכאנאנד פון מענטשען אז מיט א געוויסע מאס געלט קענען זיי לעזען כל מיני פראבלעמען. דער מציאות איז אבער אז געלט איז האלב די לעזונג. מ'דארף היבש שכל דערצו אויך. און ווען מ'האט די שכל קען מען עס טוהן אן געלט אויך.

וואס מיין איך? למשל דער פלאן פון מור וקציעה. אוודאי איז געלט וויכטיג, אבער צו דערצו דארף מען וויסען וואס פארא ארבעט וואלט געשטימט מיט'ן עולם, וויאזוי אוועק צו שטעלען דער זאך אז יעדער איינער זאל עס שעצען און ריכטיג אויסנוצען (אן אומזיסטע זאך האט נישט קיין ווערד אין דער מענטש'ס אויגען), וויאזוי צו טרעפען דזשאב"ס נאכ'ן לערנען, אין וועלכע געגענט איז די בעסטע פלאץ דאס אוועק צו שטעלען, ועוד ועוד. דאס איז גילטיג אין יעדער זאך. אחוץ וואס האפשטאטער האט באצאלט אויף דרשו, ער האט אויך אוועק געשטעלט די זאך ווי א געשעפט'ס מענטש. געגאנגען אין אלע שטעט, געדינגען כל מיני מענטשען, אפגעצאלט אלע צייטונגען און ערלעדיגט א קלארע סיסטעם. דאס קומט נישט נאר פון געלט, נאר פון זיך ארייטוהן אין א זאך ווי א געשעפט'ס מענטש.

יעצט לענין העלפען די פרנסה פון אידען, קען מען נאך עפעס טוהן מיט געלט. אונז זעמיר צוגעוואוינט צו וואוינען צווישן גוים, און דער סיסטעם פון געלט איז געבויט דורך גוים. דעריבער ווערט אלס געשעצט דורך גויישע ברילען. ווען מ'מאכט א חשבון וויפיל געלט קומט זיך אן ארבעטאר, קומט אין חשבון וויפיל געלט ס'קאסט איהם צו לעבן. אין נ.י. איז טייערער ווי אין קליוולאנד. דער ארבעט ביי אידען, בפרט ביי גויישע ביזנעסער כגון אקאונטינג וכדו', איז אזוי ווי ביים גוי, מ'צאלט לויט וויפיל ס'קאסט א גוי צו לעבען אין נ.י.. איך קלער אז איינער וויל טאקע העלפן מענטשן, זאל ער אויפשטעלען א לכתחלה'דיגע אידישע ביזנעס. נישט נאר אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטען ביים אינטערנעט און פארמאכט שבת יו"ט און חוה"מ, נאר אויך אין א וועג וואס פיהרט צו צו א אידישע לעבען. ד.ה. פארמאכט יו"ט און ערב יו"ט, שוואכערע ביזנעס אין די סליחות טעג, א מנין שחרית ווען מ'קומט אן כדי מ'זאל זיך נישט דארפען דאווענען אויפ'ן באס (אגב, איינער ווייסט ווער האט עס מתיר געווען? וויזאוי איז דאס געווארען נארמאל א לכתחלה'דיגע אפציע, אזש א מענטש וועט זיך נישט זארגן צו דאווענען מנחה פאר'ן ארויספארען, נאר לכתחלה זיך פארלאזען אויפ'ן באס. די ערשטע מאל וואס איך האב עס געזען האב איך געמיינט איך בין אין א נייע וועלט!). ועל כולם, מ'זאל באצאלען אין אן אופן אז א איד זאל קענען לעבען ווי א איד, צאלען שכר לימוד, קויפען וואס א איד דארף וכו'. איך ווייס אז זיין פארדינס וועט זיין ווייניגער, אבער אן עושר וואס וויל ארויסהעלפען מיט זיין געלט, וועט א גרעסער טובה טוהן דערמיט ווי געבען פאר מוסדות אין מיטל מזרח וואס האבען זיך שוין פארמאכט דרייסיג יאר צוריק וכדו'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

שליחה דורך גר ותושב »

ווען א עושר פרעגט וואס צו טוהן מיט זיין געלט ווענדט זיך די תשובה אויף א אנדערע שאלה און דאס איז "וואס איז דיר חשוב, טובת עצמך אתה דורש אדער טובת הציבור", טאמער טובת עצמך אתה דורש איז די תשובה גאנץ פשוט, פאר כבוד שטיץ מוסדות און פארשטייט זיך צאל אויך אויס די פלאקאטן פון די פרנס היום שבוע אדער פרנס החודש (איך גלייב מען קען אויסארבעטן אז פארן פרייז פון פרנס השבוע פלאס א קלייניגקייט זאל שטיין פרנס החודש) און נעם אן אלע כיבודים צו זיין די אורח הכבוד ביי אלע מעמדים וכו וכו', טאמער אבער טובת הכלל אתה דורש דאן גיי אריין צו א מוסד און צאל זיי אויס פרנס החודש "שכר לימוד", אין אנדערע ווערטער, לכבוד חודש ניסן ותשרי זאלסטו צאלן די שכר לימוד אשטאט "די עלטערן", די עלטערן וועלן אייך דאנקבאר זיין כל ימי חייהם. די מוסדות האבן גענוג נדבנים, די עלטערן האבן אבער נישט.

נאך א זאך איז עפענען א כולל גראסערי פאר קאסט פרייז, אביסל אראפצוקלאפן די הוצאות פון א מענטש. און די גרעסטע זאך וואלט געווען צוצושטעלן אפארדעבל האוזינג פאר עמך ישראל וואס קענען דאס נישט אפארדן.

פאר איך ענדיג וויל איך פשוט איבער זאגן א ווארט וואס איך האב לעצטנס געהערן פון א בעל דרשן, האט ער געזאגט, אסאך מענטשן טראכטן און זענען מתפלל זיי זאלן געוואונען א לאטערי פון אפאר מעלאנעס און זיין רואיג א גאנץ לעבן, נישט דארפן צוקומען צו קיינעם. זאגט ער, דאס איז דאך דער קללה פונעם נחש ווען דער באשעפער האט אים געשאלטן זיין שפייז זאל זיין ערד, פרעגט מען דאך אז ער האט דאך אייביג צו עסן, ענטפערן די ספרים אז דאס האט דער בורא געוואלט, ער האט אים געזאגט נעם אלעס און טרעט אפ פון מיר איך וויל דיר נישט קענען, און ליידער זענען אסאך מענטשען (ואני בתוכם) מתפלל דער באשעפער זאל אונז שעלטן מיט די זעלבע קללה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מ'האט באגרעניצטע געלט, זוכט מען בענ"ג פאר דע בא"ק, א פרנס החודש פאר'ן פרייז פון פרנס השבוע. אבער דא רעדט מען פון איינער וואס האט איבעריגע $400 מיליאן דארף נישט קיין בארגענ"ס.

דער פרנס החודש איז אויך פאר נארמאלע גבירים, דא רעדט מען פון איינער וואס קען זיך קויפען אלסדינג. א שטייגער ווי האפשטאטדער, וואס וואלט געקענט קויפען א פרנס החודש טאוועל, אבער איהם האט געגלוסט מער, און קוק וואס ער האט זיך איינגעקויפט.

א איד קען זיך ערלויבען צו קויפען א טייערע קאר פאר זיבעציג טויזענט דאללאר, אבער א צוויי הונדרעט טויזענט דאללאר'דיגע קאר איז נישט פאר איהם און ער האט גארנישט דערפון. ער קען גייען צו א טייערע האטעל פסח, אבער קויפען א שיף אזוי ווי דער גוי איז דאך נישט פראקטיש. וואס וועט ער טוהן דערמיט? ווערען א מעמבע"ר אין א טייערע קאנטר"י קלא"ב פאר א האלבע מיליאן א יאר קען ער דאך אויך נישט. אונזער תאוות זענען זייער באגרעניצט, און צוצוקומען צו $400 מיליאן, און יעצט $600 מיליאן איז נישט לייכט. פאר דעם דארף מען אויסטראכטען עצות וויאזוי עפעס צו טוהן דערמיט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:[tag]מור וקציעה[/tag] האט דערמאנט א מורא'דיגע נקודה וואס דארף ארומגעשמועס'ט ווערען.
אבער איין זאך דארף מען האלטען אין קאפ. מ'הערט נאכאנאנד פון מענטשען אז מיט א געוויסע מאס געלט קענען זיי לעזען כל מיני פראבלעמען. דער מציאות איז אבער אז געלט איז האלב די לעזונג. מ'דארף היבש שכל דערצו אויך. און ווען מ'האט די שכל קען מען עס טוהן אן געלט אויך.
וואס מיין איך? למשל דער פלאן פון מור וקציעה. אוודאי איז געלט וויכטיג, אבער צו דערצו דארף מען וויסען וואס פארא ארבעט וואלט געשטימט מיט'ן עולם, וויאזוי אוועק צו שטעלען דער זאך אז יעדער איינער זאל עס שעצען און ריכטיג אויסנוצען (אן אומזיסטע זאך האט נישט קיין ווערד אין דער מענטש'ס אויגען), וויאזוי צו טרעפען דזשאב"ס נאכ'ן לערנען, אין וועלכע געגענט איז די בעסטע פלאץ דאס אוועק צו שטעלען, ועוד ועוד. דאס איז גילטיג אין יעדער זאך. אחוץ וואס האפשטאטער האט באצאלט אויף דרשו, ער האט אויך אוועק געשטעלט די זאך ווי א געשעפט'ס מענטש. געגאנגען אין אלע שטעט, געדינגען כל מיני מענטשען, אפגעצאלט אלע צייטונגען און ערלעדיגט א קלארע סיסטעם. דאס קומט נישט נאר פון געלט, נאר פון זיך ארייטוהן אין א זאך ווי א געשעפט'ס מענטש.
יעצט לענין העלפען די פרנסה פון אידען, קען מען נאך עפעס טוהן מיט געלט. אונז זע'מיר צוגעוואוינט צו וואוינען צווישען גוים, און דער סיסטעם פון געלט איז געבויט דורך גוים. דעריבער ווערט אלס געשעצט דורך גויישע ברילען. ווען מ'מאכט א חשבון וויפיל געלט קומט זיך אן ארבעטאר, קומט אין חשבון וויפיל געלט ס'קאסט איהם צו לעבען. אין נ.י. איז טייערער ווי אין קליוולאנד. דער ארבעט ביי אידען, בפרט ביי גויישע ביזנעסער כגון אקאונטינג וכדו', איז אזוי ווי ביים גוי, מ'צאלט לויט וויפיל ס'קאסט א גוי צו לעבען אין נ.י.. איך קלער אז איינער וויל טאקע העלפען מענטשען, זאל ער אויפשטעלען א לכתחלה'דיגע אידישע ביזנעס. נישט נאר אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטען ביים אינטערנעט און פארמאכט שבת יו"ט און חוה"מ, נאר אויך אין א וועג וואס פיהרט צו צו א אידישע לעבען. ד.ה. פארמאכט יו"ט און ערב יו"ט, שוואכערער ביזנעס אין די סליחות טעג, א מנין שחרית ווען מ'קומט אן כדי מ'זאל זיך נישט דארפען דאווענען אויפ'ן באס (אגב, איינער ווייסט ווער האט עס מתיר געווען? וויזאוי איז דאס געווארען נארמאל א לכתחלה'דיגע אפציע, אזש א מענטש וועט זיך נישט זארגען צו דאווענען מנחה פאר'ן ארויספארען, נאר לכתחלה זיך פארלאזען אויפ'ן באס. די ערשטע מאל וואס איך האב עס געזען האב איך געמיינט איך בין אין א נייע וועלט!). ועל כולם, מ'זאל באצאלען אין אן אופן אז א איד זאל קענען לעבען ווי א איד, צאלען שכר לימוד, קויפען וואס א איד דארף וכו'. איך ווייס אז זיין פארדינס וועט זיין ווייניגער, אבער אן עושר וואס וויל ארויסהעלפען מיט זיין געלט, וועט א גרעסער טובה טוהן דערמיט ווי געבען פאר מוסדות אין מיטל מזרח וואס האבען זיך שוין פארמאכט דרייסיג יאר צוריק וכדו'.

אוודאי דארף אזא גראנדיעזע מלאכת מחשבת אויסגעארבעט און געטוהן ווערען בהשכל ובדעת,

ולגבי דיין אנדערע הצעה אז היימישע אידען זאלן פירען גרויסע ביזנעסער ווי א שטיקל גמ''ח,

הלוואי ווען מיר לעבען ווען אין אזא סארט יוטאפיע, אבער די ווייסט דאך אז: ביזנעס איז ביזנעס, און מקען נישט האלטען אן ארבייטער ווען ער טויג אויף כפרות, אדער צאלען זיינע ארבייטער מער ווי זיין נישט-אידישע קאמפעדיטארס, ווייל אזא ביזנעס קען נישט צו לאנג עקזיסטירען, ניו יארק איז א גרויסע שטאט און מדארף זיך צושטעלען צו רולס פון סופליי & דעמענד, היי סיזען וכדומה, ופשוט הוא

אבער נניח אז מקען יא מאכן אזא זאך און עס קען יא ארבעטן, און לאמיר זאגען אז ר' הערשל שרייבר אדער די וויינשטאק'ס און הערצאג'ס פון עללי און קדם זענען מסכים צו פירען זייער ביזנעס אויף אזא סארט וועג, איז עס אבער אין הקומץ משביע את הארי,

עס וועט האבן אן אפעקט אויפן ציבור בערך אזוי ווי די עפארדעבל אגודה הייזער אין בארא פארק האט געהאט אויף די פרייזן פון דירות

כדי צו ברענגען א שינוי לטובה ביים ברייטען ציבור, דארף מען האבען א דיווערסיפייד עקאנאמי,
אונזער עולם איז אויס געשלאסען פון רוב ארבעט וואס די עווריזש ניו יארקער טוט, אונזער עולם איז אויסגעשלאסען פון יעדע סארט גאווערנמענט ארבעט, און עני סארט ארבעט וואס פארלאנגט א דעגרי ווי מעדעצין, מעידזאר אינזשענירינג אזוי ווי באן רעלסען, טונעלן, בריקען, וואלקאן קראצער'ס פייפ/געז ליין'ס אא''וו

איינמאל עס איז דא למשל גענוג אינזשענירען אין אונזער מארקעט און איינער באקומט א מעיזשאר זשאב, אוטומאטיש שלעפט ער אריין אנדערע אידישע סופלייערס, עלעקטערישאנס פלומבערס וכו' אונם ריזיגען פראיעקט
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

האסט אויך רעכט, נאר וויבאלד מען רעדט פון איינער וואס געלט איז נישט זיין תכלית, קען ער באשטייען צו פארלירען א חלק פון זיין ריוח צו זיין דער העלד וואס ראטעוועט ארימעלייט.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
לא ימלט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך לא ימלט »

שלמה המלך האט געשריבן:האסט געהערט די מורא'דיגער נייעס???? שלמה המלך פון ק"ש האט געוואנען אן ערך פון א האלבע ביליאן דאללאר!!! WOW יא יא די הערסט גיט מיט א "בית" WOWOWOW

דאס איז נישט פשוט'ע נייעס! ב"ה א איד! און גאר א היימישער! נאכדערצו דא פון ממש ביי דער קאווע! ממש רעקארד ברעיקינג...

יא יא יעדער איז מיין גיטער פריינט, און א יעדער מיין קאזען עכ"פ עפעס א קרוב, און מיין אישי באקסל איז פול!!! יעדער דערמאנט מיך ווי ער האט זיך באמת אנגענומען פאר מיר אבער... נאר....

און ביהמד"ר דערמאנט מיך יעדער ווי ער איז אלץ גיט געוועהן מיט מיר נישט ווי די אלע וואס לויפען יעצט נאך דעם געווינס פשוט....

איך קען ממש נישט רועהן אינדערהיים אן אויפהער אלע מוסדות נצרכים רבנים דיינים כלל טוערס, עסקנים! יוא!!! ווי נעמט מען אזויפול כח צי דעם! שוין אזעלעכע צרות פאר אלע עקרות, די עיקור איז ב"ה די געלט איז דא!!!

איף מאך מיר א חשבון איך האב שוין אויסגעגעבען כמעט 50 מיליון דאללער די לעצטע תקופה WOW דאס איז א סכום... ב"ה היצטערט קען איך שוין אפאטעמען דער עולם האט יעדער באקומען! היצטערט באקום איך נאך דעם כבוד, מ'פעגערט שוין נישט אזוי געפערליך - איך זאג נישט נאך אלץ קלינג מען די בעל דער גאנצער צייט אבער מ'טיילט נארמאלע סכומים, עס איז דא דריי גבאי צדקה, עס גייט ארויס געלט אבער אויף א נארמאלער שטייגער...

די יעצטיגער תקופה מאכט מיר יעדער א שבע ברכות, איבעראל ביניך דער נואם הכבוד אדער דער אורח הכבוד ס'איז מורא'דיג איך קען זאגען במלוא מובן המילא "שלמה המלך בשעתו"

היצטערט וואס???????????????? וואס טוה איך מיט די איבריגע??? איך זיך דאס נישט סתם פארוואסערען ווייל אלע מיינע גיטע פריינט קענען אנטרינען אין איין מינוט....

וואס טוה איך יעצט מיט איבער 400 מיליון דאללאר???

ווער עס האט ען עצה איז מכובד ציצוקומען צים מייק

יש"כ

נ.ב. א שיינעם טיפ וועט באקומען די עצה וואס עווענטועל ווערען אנגענומען...

הער אויס די אינטערוויאו אויף קול מבשר מיט הרב פישל שעכטער וועגן דעם ענין, ער ברענגט עס שיחן ארויס...

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

חברה! ס'איז נישט נארמאל!!! איך זעה ממש די צרות פאר די אויגען!!! עס האלט ביי אכט מאות מעלוינעס יוייששש....

וואס טיט מען מיט דאס געלט?????????????????????????????????????
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: איך האב געוואונען די לאטערי!!! וואס טוה איך מיט דעם???

שליחה דורך גר ותושב »

נו האסטו טאקע געוואונען?
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 802
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

שליחה דורך שלמה המלך »

גר ותושב האט געשריבן:נו האסטו טאקע געוואונען?

נאך נישט! האב געדילד!! ס'האלט ביי אנדערט האלבען בי"ת!
לאמיר אפלאזען די לצנות וואס וואקסט שוין קארן אויף דעם...
אמת'דיג גערעדט: ווען מ'ווערט אביליאנער איבערנאכט, איך רעדט פון מיר וואס אפילו איך בין שוין א מיליאנער ב"ה איך ווייס אביסל וויזוי מ'עסט דאס, אבער ווי קימט דאס צי ביליון???? וואס טיט מען מיט אזויפיל.. נאך די אלע אויבען דערמאנטע עצות, און אוועקשטעען פאר כלל ישראל א מהלך ווי מ'קען זיך שטעלן אויף די אייגענע פיס ווי @מור האט ערווענט, אבער נאך אלעם רבוש"ע וואס טיט מען מיט אזויפיל געלט???
יא מ'האט שוין אראפ'גע'ראצכעט די נישט נארמאלע טעקסעס... פיין איך בין נאכאלץ געבליבען מיט א דריי פערטל בי"ת! און לאמיר שוין זאגען איך וועל אויסקלייבען און א מאנאטליכער אפצאל כדי איך זאל בלייבען מיט'ן כמעט גאנצען קרן! נו צי דעם האסטו שוין יא א עצה וואס איך טי מיט איבער א מיליון א חדש? די הערסט א מעשה? יעדען חודש איבער א מיליון דאלער און די אקוינט! יוא געוואלד.....
קיק מיר נישט אין פנים אריין ווייל כ'האב פאר דיר אויך שוין געגעבען וויפיל די האסט געבעטען פון מיר מיט דיין נער'ישע סבה וואס די האסט מיר פארקויפט!!! כאב מיך געמאכט ווי א בהמה ווי איך פארשטיי נישט וואס ליגט אינטער דיין גאנצע עקספלענעישענס אבער ס'איז מיך באמת נישט אנגעגאנגען! כאב דיר געגעבען וויפיל די האסט געבעטען!
אבער איך באד מיך נאכאלץ מיט די משוגע'נע געלטער וואס האט מיר פליצלינג אריינגערעגענט!
וואס טיט מען דא????????
#כ_דאפ_א_נייצע
פארשפארט