ס'איז שווער

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
דוק ותשכח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 2:00 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך דוק ותשכח »

wow האסט עכט געקויפט די גאנצע ב.ס.

דאס איז דאך וויאזוי זיי האלטן דעם עולם ,fear tactics.

אז די וועסט נישט דארפן סופארטן דעם רבינס קינדערס הייזער וועסטו נישט דארפן קיין טיי פארטי.

ב.ד.וו. וועגן שידוכים, די משוגעים האבן טאקע נישט געוואלט מיינע קינדער.

געס וואט, איך האב געטראפן ערליכע זיסע שידוכים פאר מיינע קינדער, מענטשן וואס זענען ארויס פון די באקס.

פארלאז דיך אויף אונזער באשעפער און די וועסט נישט דארפן צוקימען צו זיי און זייערע נאכשלעפערס.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

Re: ס'איז שווער

שליחה דורך petergrifin »

שבת אחים האט געשריבן:
דוק ותשכח האט געשריבן:חרדישער איד מיט חסידישער יוד איז צוויי אנדערע זאכן. מאך נישט קיין טשאלנט. no pun intended.

חסידות איז געווארן א שטיק....here to serve a couple of families.

You don't have to follow everything this community prescribes to you.

גיי נישט צום טיש און צום רעבעס חאסענע. שלאף דיך גיט אויס פרייטיג צונאכטס און פארברענג מיט די קינדער שבת און מוצאי שבת.


אבער נאכדעם האט מען א פראבלעם מיט אנעמען די קינדער אין די מוסדות און די בחורים אין ישיבות און קיין איין גמ״ח וועט דיר נישט בארגן חתונה צומאכן אדער אין א נויט, און די וועסט נישט האבן קיין רבין ווער זאל לייגן תפילין פאר דיין בר מצוה בחור, וועסט נישט האבן קיין שיינע איד (געווענטליך דעם רבינ׳ס זוהן/איידעם/אייניקל) וואס וועט ערשיינען ביי דיין זוהנס בר מצוה אדער טאכטערס תנאים און האלטן א דרשה פאר 19 מינוט אז אין אמתן אריין איז ער נישט קיין בעל דרשן נאר אזויווי די בעל שמחה האט אים געבעטן זאגן אפאר ווערטער וועט ער טאקע נישט אויפהאלטן דעם עולם און נאר נאכזאגן א קורצע דברי תורה און אפאר שבחים אויפן בעל הבית פאר 43 מינוט.

די אינטערישטע שורה איז אז אונזער געזעלשאפט איז אויסגעשטעלט אז מען מוז דינען עפעס א חסידות פאר אינשארינס פורפוסעס אזוי ווייסטו אז דו ביסט א חלק אין א קאמיונטי און אז אויב דו ביסט חלילה אין טראבעל וועט דיר איינער (אפשר) אנקוקן אדערווייז וועט מיך די ווארפן איבערן דראונג און ווען וועסט שוין אנקומען צו שידוכים יארן וועט יעדע שדכן אויפהייבן די ברעימען וואס הייסט ער באלאנגט אין ערגעץ נישט? ווי דאווענט ער? ווי שיקט ער די קינדער? .

אזוי ארום האבן זיי יעדעם אין קאנטראל... יא יא מ׳מוז אנקומען צו זייערע טובות און צו זייערע מוסדות און זיי האבן ענק אלע טיף טייער און מאכן פון ענק אייערשפייז!
גייטס כאפן א פלאץ אויף די פארענטשע אפשר וועט נאך דער אדמור אין איין שיינעם טאג אריינעמען אייער בחור אין ישיבה און אייך צוליב טוהן מיט לאזן מאכן א טיי אווענט אין ״זיין״ לאנטש רום ווען איר וועט חתונה מאכן א טאכטער בשטו״מ וועט דער גבאי שרייבן אויפן אדמורס לעדערהעט א שיינע הארציגע המלצה בריוו פאר אייערטוועגן בעטינג זיינע אנדערע חסידים זאלן רחמנות האבן אויף אזא וויכטיגע צוועק...

און דער ''הויף'' ווי איך דריי זיך מאכט מען נישט קיין פראבלעימען אויב מען קומט נישט צו טיש. סארא טשולענט צו מאכען.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דו ביסט מודה אז דו דרייסט זיך אין א הויף דאס מיינט למעשה אז דו באלאנגסט צו א חסידות-קען זיין אז פונקט די חסידות ווי דו דרייסט זיך האט טאקע נישט די משוגעת פון טישן וכודומה אבער איך קען דיר צו זאגן אז זיי האבן אנדערע זאכן וואס דו ביסט נישט אין טשארטש און זיי זענען בעסיקלי בעל הבית איבער דיר און וועלן מחליט זיין אויב מ׳זאל יא אריינעמען די קינדער אין זייערע מוסדות ווענט זיך וויפל געלט דו האסט און צי די ביסט גענוג אינטערטעניג פאר די ״בעלי בתים״ פון די מוסדות!

נאכאמאל! @דוק ותשכח האט געטעהנט אז מען דארף נישט אנגעקומען היינט צו באלאנגען צי א חסידות און אויף דעם ארויף האב איך געזאגט אז די מציאות איז נישט אינגאנצן אזוי, אין אונזערע קרייזן מוז מען בע״כ באלאנגען צו א חסידות פאר פארשידנע סיבות וויאזוי די סיסטעם איז אויסגעשטעלט, און כהאב געניצט דעם רבינ׳ס טיש אלץ א מעדעפארע.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

מסכים!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
פארשפארט