לאמיר שפילן א געים!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

לאמיר שפילן א געים!

שליחה דורך שבת אחים »

לאמיר שפילן א געים!

איך וועל ארויפברענגען געוויסע אינטערסאנטע קוואטס און טאפיקס וואס זענען אמאל באשריבן געווארן אין אונזער שטיבל וואס האט געכאפט מיין אויג און איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון זייט איך דריי מיך דא בן כותלנו הקאווע, איך וועל אראפברענגען די קוואטס בערך וויאזוי איך געדענק עס און נישט פונקטליך נאכשרייבן ווארט ביי ווארט אבער די קאנטעקסט וועט זיין בערך די זעלבע, און אייער פליכט אלץ א שפילער אין די געים איז צו מעטשען און אנצייכענען די ריכטיגע מקור און די מראה מקום מיט א לינק פון ק"ש אדער העכטסטענס אנצייכענען וועלכע ניק האט עס געשריבן בבחינת ממי שאומרו מביא גאולה לעולם, מ'קען אנצייכענען די ניק וואס האט עס געשריבן לויט די אנגעבליכע נומערען. מען בעט און מ'ווארנט אלעמען מ'זאל נישט דעבאטירן די טאפיקס אין די אשכול נאר זיך האלטן צו די שטרענגע רולס פון די געים! מ'מעג פרעגען קשיות אדער פארשלאגן וועגן די געים -מ'מעג שרייבן צו מ'גלייכט די געים צי מהאט עס פיינט -צו סאיז נעריש צי ס'מאכט נישט קיין סענס וכו' - אלעס ארום די געים און די שפיל איבער נישט פארקריכן דא אין העמק הדבר און אין שווערע דעבאטעס מיט הויכע טעהנערייען.

ווער ס'וועט ענטפערן אלע ריכטיגע ענטפערס און קענען אנצייגן אלע מראה מקומות וועט געווינען א פרייז!
פאר מעהר אינפארמאציע איבער די ״גרויסע געווינס״ ביטע דרוקן די לינק:
ביי 1:25
https://www.youtube.com/watch?v=RW2JInyMoPc

און איינוועגס איז עס א גיטע וועג צומאכן חזרה אויף די אלטע און אנגייעדיגע אשכלות און טאפיקס אין קאווע שטיבל.
דער עולם איז מכובד צו צולייגן נאך וכל המרבה הרי זה משובח! ווער עס וויל מאכן א אייגענע ליסט פון זאכן וואס האט אים אויפגעכאפט לייענדיג קאווע און איז אים געבליבן איינגעקריצט ביי אין מוח איז וועלקאם און עס וועט ממש זיין א בחינה פון הנה מה טוב ומה נעים "שבת אחים" גם יחד!

ובזה החילי
1)די ציונים האבן אויפגעשטעלט די כותל זיך צו רייצן מיט די אראבער!

2)משיח גייט קומען ווייל ס'שטייט געשריבן אין ספרים אז ווען רוסלאנד גייט מלחמה האלטן מיט טערקיי זאלן מען זיך זאפארט אנטוהן בגדי שבת!

3)אז איינער שרייבט א נעגיטיווער ארטיקל אין קאווע שטיבל וואס דערציילט דעם ביטערן אמת פון אונזער סיסטם איז עס נאר פאר לייקס!

4)אז איינער הערט אויף גלייבן און ווערט א אט״ד איז עס נאר ווייל ער וויל זיך נאכגעבן זיינע נערישע תאוות!

5)אז איינער גלייבט נישט אין גאט איז עס מסתמא ווייל ער רייכערט געווירצן און נעמט דראגס!

6)איינער וואס האלט פון דעם שחור אבאמא איז א נידערטרעכטיגער הומוסקסואל!

7)איינער וואס האלט נישט פון פרעזידענט בוש איז ממש בלינד!

8)די אלע וואס זענען אפגעפארן איז נאר ווייל זענען געווארן מאלעסטירט ביי אפאר חזרים!

9)די אלע אטדיס גלייבן באמת אין גאט זיי טוען עס נאר פאר אטענעישאן!

10)סאיז נעבעך א גרויסע רחמנות אויף די וואס גלייבן נישט אין גאט!

11)א יעדער וואס גלייבט נישט וועט נאך איין טאג זיך צוריק כאפן און תשובה טוהן!

12)אלע פרייע אידן פאסטן יוכ"פ!

13)אלע פרייע אידן גלייבן אין אמתן אריין אין גאט והא ראי׳ אז ווען ס׳קומט יוכ״פּ לויפן זיי אלע אין שול!

14)די פינטעלע איד קען מען נישט פארלירן!

15)דער רמב״ם איז געוועהן קלוגער ווי אלע היינטיגע סייענטיסטן!

16)דער רמב"ם האט געמאכט די ערשטע אפעראציע אויף די וועלט!

17)גלאובל ווארמינג איז א ליבעראל הואקס און א קאנספירעסי!

18)אייסעס איז די גרעסטע פראבלעם אויף די וועלט!

19)דיינעסארס מיט מענטשען האבן געלעבט זייט ביי זייט אין הארמאני!

20)אלע סייענטיסן נעמען זייער חכמה פון די תורה!

21)אפילו איינשטיין איז געווארן א מאמין און האט תשובה געטוהן פאר זיין טויט!

22)אלע גוים זענען שלעכטע מענטשען און אנטיסמיטן!

23)אלע איסלאמער זענען רוצחים און וואלטן געהארגעט אידן אויב זיי קענען!

24)אלע היינטיגע דאקטורים זענען מודה אז עסען מיליכיגס און פליישיגס איז זייער נישט געזונט!

25)סאיז א פאקט אז אויב איז מ'איז צופיל מצז"ל ווערט מען חלילה בלינד!

26)מען דארף נישט גיין אין קאלעדזש אדער זיין עדיוקעידעט-הערשל שרייבער און זופניק זענען אויך נישט געגאנגען אין קאלעדזש!

27)מאטי שטיינמץ איז א פובליק פיגור און ער קען זיך נאך עני טיים פארמעסטן מיט דעם עקעלהאפטיגן גויאישע דזשוסטין ביבער!

28)א גיטע גוי מוז זיין אז ער שטאמעט מזרע ישראל!

29)אלע גוים זענן מקנא די שיינע רייכע לעבן פון פרומע אידן!

30)וואס פארשטייט א גוי צו א הייסע טעללער יוך פרייטיגס צונאכטס ביים סעודה!

31)טראמפ איז א געלוגענע ביזענסמאן און א אוהב ישראל!

32)סאיז פאר די אייגענע טובה פון פרויען און קנעכט נישט צו זיין איקוואל מיט די מענער!

33)פון רויטע וואנצעס תגובות רינט קאטשעניו זאפט און שלישקעלעך פון די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א מעשה, אזש ס'אנאכעס צו ליינען!

34)אלע אנדערע רעליגעיס האבן געהארגט און געפייניקט מענטשען אויסער אונזער רעליגיע!

35)אריסטו און די גריכן זענען נאך עני טיים געוועהן אזוי קלוג ווי די היינטיגע סייענטיסטן!

36)איינער וואס שרייבט "בד"ה מוז זיין אז ער איז נישט קיין אמתדיגע כופר!

37)א גוי קען נישט באגרייכן די שיינקייט פון א שבת!

38)אבאמא איז א מוסלימענער וואס האט פיינט אמעריקא!

39)רעב מאטלע פליעט אין הימל!

40)די שווארצע זענען עבדים ווייל זיי זענען אייניקלעך פון חם!

41)אלע פאוסילס אין ביינער וואס פּאלעאנטאלאגיסטן גרובען אויף איז נאר א קאנספיריסי פון אטאסיטן!

42)אז מ'וועט געבן רעכטען פאר די געיס חלילה וועט מען צום סוף אנקומען ציגעבן רעכטן פאר מענטשען חתונה צוהאבן מיט קיען!

43)ווי נישט ווי זענען דא גענוג און נאך חסידים וואס נעמען גארנישט פון די גאווערמענט און באצאלן טעקסעס!

44)ס'איז נארמאל צו לעבן אויף די חשבון פון די גאווערמענט די שווארצע אין הארלעם און די אמיש אין פענסעלוועניע טוען דאך די זעלבע זאך!

45)דער רבי זי"ע האט געהאט א ווייטע בליק!

46)אזא צורה ווי די רבי זי"ע האט קיינער נישט געהאט!

47)ווען א יעדער אין אמעריקא וואלט געהאט גאונס וואלט אמעריקא געוועהן אסאך מעהר סעיף און ס'וואלט נישט געוועהן אזויפיל שיסערייען!

48)ווען די אידן לאזן זיך ארויס אין קאנטרי מאכן זיי אן א געפערליכער טרעפיק אויפן וועג ארויף!

49)האליוויאד פילמעס קענען זיך פארשטעקן פאר בושה פאר "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע!

50)שלום דין איז א אויסגעשפילטער איינזאמער בעל גאווה!

51)פוטסטעפס העלפט ארויס א יעדע אט"ד וואס ווענדט זיך צו זיי!

52)די רבנים זענען נישט שולדיג אין די דירה קריזיס!

53)יעדע היימישע מוסד האט א רעכט אנצונעמען וועמען זיי ווילן און זיי מוזן נישט יעדעם אריינעמען!

54)יעדע רבי האט א רעכט צומאכן וועלכע תקנות ס'פאלט אים נאר איין אין זיין חסידות!

55)אן אדנירם איז קאווע שטיבל גארנישט ווערט!

56)א יעדער וואס זיין זיידע האט נאר ביהעדעט כפרות אין עפעס א דארף אינדערהיים דרייט זיך היינט ארום מיט א מחילה גדולה!

57)@שבת אחים און @ מושב זקנים זענען א סכנה פאר אידישקייט!

58)@שבת אחים איז קאווע שטיבל'ס נאכט וועכטער!

59)דשאורזש קארלין איז די רבי פון אלע רבי'ס!

60)אן עווערדזש וויפל קאצקע צוקער עסט א כולל אינגערמאן אין א חודש?!

61)א איד וואס גלייבט נישט אין אידישקייט דארף א גיטע פסכיאטער!

62)ווען די רבי טאנצט מצוה טאנץ מיט די כלה און טויזענטער חסידים האפקענען ארום קען נאך חלילה די כלה באקומען די וסת פון שרעק!

63)סאיז נישט נארמאל צושרייבן אויף א רבי אז ער איז בייפאולער!

64)אז מושב בלייבט דא פאק איך פעק!

65)סאטמאר איז פאקטיש די מערסטע היימיש!

66)ר' זלמן לייב קען אריינלייגן אלע זיינע חסידים אין זיין כוס של אליהו בעכער און עס וועט נאך אלץ איבערבלייבן גענוג פלאץ!

67)שבת אחים האט געכאפט א פראסק פונעם ברך משה!

68)קיין שום ארגאנזאציע קען נישט העלפן פאר מענטשען וואס פארן אפ פונעם דרך זיי דארפן זיך אליינס העלפן!

69)פוטסטעפס לערנט אויס זייערע מיטגלידער וויאזוי אנצובינדן א נעקטיי און טאנצן אין קלאובס!

70)שבת אחים איז א מארמארישער פויער פון ליע עווניא!

71)מיין מאן האט א נייע קערידזשע פעטיש... ער איז נעבעך משוגע איבער קערידזשעס!

72)דיינע תגובות מיט די גרויסע רויטע אותיות מאכט מיך זייער נערוועז!

73)חסידים האבן א רעכט זיך אריינצורוקען אין סטעטן איילענד פונקט ווי די ארטיסטין האבן זיך אריינגערוקט אין וויליאמסבורג!

74)שפיצער איז זיך אליינס שולדיג אין אלעס די סקווירער צדיק האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די שריפה!

75)די ריעל עסטעיט דיעל צווישן דעם קאסובער און קלויזענבורגער צדיקים אויפן חשבון פונעם יונגענט!

76) דער ישמח משה האט אגב איבערגעלאזט הערליכע דורות נאמנים לה' ולתורתו, אינדערצייט וואס דער פארפרוירענע הויזן האבן געהאט א מיאוסן ענדע אזוי ווי אלע משכילים בדורו!

77)דו וועסט אלעמאל זיין מיין ערשטע לאוו!

78)נפשי חולת איז מיין דייעגנאסעס!

79)אהבה איז מיין רעליגיע!

80)פארוואס ווייסן נישט אונזערע קינדער וואס דאס מיינט זיין א פשוט'ער נארמאלער מענטש? פארוואס קענען זיי נישט די יסודות שביסודות פון מידות, נארמאלקייט, מענטשליכקייט?!

81)קאווע שטיבל באשטייט נישט פון קיין בראווע אקטעוויסטן. אפילו מיליאן מיטגלידער דא וועלן גארנישט העלפן.

82)זאל די מיידל מיטטאנצן, עסן פיקלס ביזן לעצטן שבע ברכות דאן מאכן א ויברחי. דערנאך זיך נעמען דעטן ווי א נארמאלע מענטש.

83) ישו הנוצרי איז געוויס געווען א רשע להלכה וואס האט פארדינט זיין טויט!

84)וועמען גייט אן וואס דער שגץ האט געשריבן?? געטס א קוק, ער איז שוין טויט עטליכע טעג, און מען האט עם נאכנישט באגראבן.

85)דערנאך האט דער רבי זיך צוקאכט ווי א אויסגעפליקטער הינדל, און אנגעפאנגען מגלה זיין סודות נפלאים, זאגענדיג אז דאס פלייש געוויקלט אין קרויט געמישט מיט רייז איז מרמז אויף סיטריה דאימיה מורכבים בגלגלי ארזא ועליהם כרבא מבושלין!

86)וואס איז די חילוק צווישן א אכצן יעריג שחור און א ניינצן יעריג שחור-א שווארץ יאר!
המשך יבוא בלינ"ד (איין מינוט [tag]עמעזאן[/tag] איך מעג זאגן בלינ"ד? וואס איז דו הלכה אין אזא פאלל? :P )
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: לאמיר שפילן א געים!

שליחה דורך פליקער »

איך זעי נישט קיין שום סיבה צי שפילן דיין געים, די אשכול איז הייסע נייעס אן קיין געים
א A פאר עפארט
אפשר זאלסטו עס סארטירן לויט די סדר האלף בית.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גוטע געים
פון אלעם כאפ איך די כוונה חוץ פון:
״33)פון רויטע וואנצעס תגובות רינט קאטשעניו זאפט און שלישקעלעך פון די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א מעשה, אזש ס'אנאכעס צו ליינען!״

אפשר ביזטו מסביר וואס די צילסט דערמיט?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עזריאל האט געשריבן:גוטע געים
פון אלעם כאפ איך די כוונה חוץ פון:
״33)פון רויטע וואנצעס תגובות רינט קאטשעניו זאפט און שלישקעלעך פון די וועג וויאזוי ער לייגט אראפ א מעשה, אזש ס'אנאכעס צו ליינען!״

אפשר ביזטו מסביר וואס די צילסט דערמיט?

ווער זאגט אז עס האט א ציל, איך האב דאך געשריבן אסאך זאכן וואס האט נישט קיין ציל. עס איז פשוט א אינטערעסאנטע קוואט וואס כהאב אויפגעכאפט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלעס האט א ציל, און קוים אריינגעווארפן עפעס פאר מים אחרונים.

אויב מיינסטו אז דו ביזט אויפגעקלערט וויל איך דיר זאגן אז די קוקסט אויס ווי דער גרעסטער מצומצם דא אין שטיבל, קענסט נאר רעדן פון איין סאבדזשעקט. ביזט דער גרעסטער 1 טרעק מיינדעד וואס איך האב נאר באגעגענט דורכאויס מיין לעבן.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יוי איך האב ערענסט געמיינט אז דו גייסט ברענגען ערענסטע אינטערסאנטע נושאים וואס מען וועט זיך דערמאנען מיט נאסטאלאגיע פון אינטערסאנטע זאכן פון דא אין שטיבל , דערווייל א נעכטיגן טאג דו גרעפסט דא ארויס דיין וואן טרעק מיינדעד נאנסענס... דערמאנסט מיר פון איינעם...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאצקע ציקער האט געשריבן:יוי איך האב ערענסט געמיינט אז דו גייסט ברענגען ערענסטע אינטערסאנטע נושאים וואס מען וועט זיך דערמאנען מיט נאסטאלאגיע פון אינטערסאנטע זאכן פון דא אין שטיבל , דערווייל א נעכטיגן טאג דו גרעפסט דא ארויס דיין וואן טרעק מיינדעד נאנסענס... דערמאנסט מיר פון איינעם...


יא ווייל דו ביסטאך 2 טרעק מיינדעד! כמיין 2 [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיינדעד! איז זעהט אויס דו זאלסט זוכן אנדערע אשכולות וואס איז טאקע 2 טרעק מיינדעד פאר אזעליכע געשליפענע 2 טרעקערס ווי דיר! דערמאנסט מיך פון איינעם... וועם דו זאגסט טאקע נאך ווארט ביי ווארט! זעהט אויס דו קענסט זייער גיט נאכזאגן וואס אנדערע 2 [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] מיינדעד זאגן ממש אקאורט ווי א קאפי מאשין!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

עזריאל האט געשריבן:אלעס האט א ציל, און קוים אריינגעווארפן עפעס פאר מים אחרונים.

אויב מיינסטו אז דו ביזט אויפגעקלערט וויל איך דיר זאגן אז די קוקסט אויס ווי דער גרעסטער מצומצם דא אין שטיבל, קענסט נאר רעדן פון איין סאבדזשעקט. ביזט דער גרעסטער 1 טרעק מיינדעד וואס איך האב נאר באגעגענט דורכאויס מיין לעבן.

[tag]עזריאל[/tag] איך גיי דיר נאך ענטעפערן אויף דיין תגובה ווי דו אטאקירסט מיך פערזענליך פאר גארנישט און פאר נישט, אבער פאר איך גיי אפילו ווייטער וויל איך זאלסט מיר פארענטפערן א סתירה, האסט מיך געשיקט אין אישי אפאר וואכן צירוק די מעסעדזש:

"אגב איך האב זייער הנאה פון דיינע סענס אף הומער, כאטש סאיז נישט אין איינקלאנג מיט מיין רעליגיע, אבער דיינע הצעות השגות און מהלך איז געוואלדיג"


תשובות:
[ ]איך רעדט נישט צום זאך
[ ]אמאל האב איך געהאלטן אזוי אבער לעצטענס האב איך געטוישט מיין מיינונג
[ ]ווען איך רעג מיך אויף טראכט איך נישט אייביג וואס איך שרייב
[ ]איך בין בייפאולער
[ ]איך בין דיר נישט מחוייב צו ענטפערן
[ ]הא לן והא להו
[ ]תיקו
[ ]איך וויל דיר ענטפערן אין אישי
[ ]סתם דיך געוואלט טשעפענען
[ ]דו ביסט א אפיקורס און סאיז א מצוה דיך צו דערגיין די יאהרן
[ ]...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים טייערער.
איך האב דיר נישט געמיינט פארזענדליך, און אויך נישט געמיינט דיר נישט וויי צו טוהן. רוב עולם דא פרובירט צו זיין איידל און געלאסן, ווען מ׳ווייסט אז א תגובה קען איינעם וויי טאהן כאטש מ׳האט א גוטס אויפן מויל טראכט מען צוויי מאל פאר מ׳דריקט דעם שיק קנעפל, טאקע נישט יעדער איז אזוי צוריקגעצויגן איך אליין בין דירעקט נישט פון די איינגעהאלטענע סארט, אבער כמעט יעדער חבר דא אין שטיבל ואני בתוכם איז דער רוב פון זיינע תגובות נישט געצילט יענעם צו פראוואצירן, (פארשטייט זיך אז יעדער כלל האט א יוצא), ווען איך זוך ווען דוקא צו פראוואצירן מענטשן אגאנצן טאג גיי איך צו א פובליק זייטל ווי רוב פון די מעמבערס זענען קעגן מיינע מיינונגן און איך שרייב דארט דאס מייניגע, זאלן זיי שעלטן ווי מזאגט.

לענינו, האסט געשריבן א לאנגער אשכול, ממש לאנג, סנעמט א שיינע פאר מינוט דא צו ליינען, האסט עס געלייגט אונטער א זיס באשמירטן קעפל, סאיז באמת פאכמאניש צו כאפן דאס אויג, תיקף ווען איך האב עס געזעהן האב איך באשטימט א צייט ווען דאס גייט ווערן געליינט און דער געים געשפיעלט, יעצט פרעג איך דיר: האסטו מיר ערטוישט מיט דעם אשכול? קלאר אז יא!

איך האב געמיינט אז איך גיי דארט טרעפן שארפע רייד פון ראובן אדער הייסע ווארע פון יואב צו געשמירטע ווערטער פון דער געוואגטער אינגל אדער ליטוואק וכו׳ וכו׳ עפעס אונטערסאנטע זכרונות פון קאווע שטיבל, דערווייל ביזטו געקומען צו קריכן מיט דיינע אגענדעס. נו דאן פארוואס פארשטייסטו נישט אז איך האב מיר אויפגערעגט?

פון דער אנדערער זייט אויב איז עס טאקע אזוי ווי די זאגסט אז די מיינסט עס ערענסט און דאס איז וואס די האסט איינגעזאפט און דיינע זיכרון קעמערלעך פון דיינע אלע יארן דא אין שטיבל דאן בעהט איך דיר איבער ברבים, (אבער אויב דאס איז די אמת וויל איך דער פרעגן פארוואס די האלטסט טאקע אז די ביזט נישט 1 טרעק מיינדעד.)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בקיצור ווען עפעס געפעלט דיר נישט איז עס 1 טרעק מיינדעד! ווייל כהאב נישט נאכגעזאגט דיינע שאלשידעס בויך וויי? סאיז דא גענוג און נאך אנדערע מענטשען דא אויסער דיר און אדנירם וואס גארדע האבן זיי עס זייער ליב געהאט! יעצט שטעלט זיך א פראגע פארוואס ביסטו אזוי 1 טרעק מיינדעד ווייל דו האסט נישט ליב עפעס א תגובה צי אשכול צי איינעמס געשרייבאכטץ בכלל מיזטו שוין שרייען שייגעץ ארויס? אַה כ׳האב פארגעסן ווער דו ביסט און פון ווי דו קומסט, דו הייסט דאך עזריאל גבאי און דו קומסט פון די "אויפגעקלערטע" סאטמאר וואס דארט איז ממש קיינער נישט 1 טרעק מיינדעד!

די סתירה איז למעשה נאך אלץ נישט פארענטפערט דו האסט בפירוש געשריבן גאנצע טיטלען אויף מיר אין אישי מיט אפאר וואכן צירוק. עני וועי... גיי לערן פשט אין עזריאל גבאי....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

הודעה פארמעקט צוליב פערזענליכע אנגריפן אויף א צווייטע ניק.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: לאמיר שפילן א געים!

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

כהאב נישט געוויסט @עזריאל איז פיינע נייעס.

די הארגסט די געים אז די זאגסט אויס.
א בחינה פין היא מותיב והיא מפרק
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שכוח שבת אחים.
איך גלייב אליינס נישט אז איך האב שוין אזויפיל געשריבן דא אין שטיבל, ס׳ברענגט מיר צוריק אסאך אלטע גוטע און נישט גוטע זכרונות, איך הייב אן צו ווערן פאזעטיוו פאר די געים.

א עקסטערע דאנק פארן אויסקלויבן אסאך פון מיינע תגובות, סאיז מיר באמת געווען אונטערסאנט, הלוואי ווען די קענסט ברענגן נאך פון מיינע תגובות, ס׳דערמאנט מיר צוריק אסאך אינטערסאנטע שמועסן דא אין שטיבל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איבערלייענדינג נאכאמאל די גאנצע אשכול האב איך מיך דערמאנט פון איין קוואט וואס איך האב פארגעסן וואס איז גאנץ שייך דא און עס גייט ארויף אויף מיינע תגובות אויך:

קינדערלעך, ביטע! לאנטש איז געענדיגט. יעדער גייט אין טוילעט און ווישט אפ די נאז. צוריק צו די אלף בינה'ס. :lol:

ווער האט דעס געשריבן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: לץ וואס דו ביסט
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט