ירא שמים האט געשריבן:אקעי , כשעם זיך אבער צו זאגן אז כווייס נישט וואס דאס מיינט.
קודם כל, ס'איז פארהאן א טעבל אף קאנטענט (מפתח, געווענליך גלייך נאכן שער בלאט) און א אינדעקס (געווענליך צום סוף).
טעבל אף קאנטענט
בוי די סטרוקטור פאר די דאקומענט
ווי אימער ס'איז פארהאן א קעפל, מאך נישט די קעפל אויסקוקן גרויס דורכן טזעפענען מיט די פאנט-סטייל, פאנט-סייז און פאנט-וואג (באלד), נאר נוץ די העדינג 1 און העדינג 2, א.א.וו.
העדינג 1 איז די הויפט לעוועל קעפלעך, העדינג 2 איז א קלענערע, א.א.וו.
צו טרעפן די העדינגס, זעה "סטיילס" אין די "היים" טעב
די טעבל אף קאנטענט אליינס
פארשטייט זיך אז מען עפענט ווארד, און מען עפענט די דאקומענט.
לייג די קורסער אויף א ליידיגע פּאראגראף ווידו ווילסט לייגן די מפתח.
פון די "אינסערט" אדער "רעפערענס" טעב, טרעף "טעבל אף קאנטענט".
זעה דיינע אפציעס.
אינדעקס
א אינדעקס קענסטו זעהן דא: [youtube]https://www.youtube.com/watch?v=gIT_ZeI4AS0[/youtube]