איבערבלייבעניש פון מיטאג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

איבערבלייבעניש פון מיטאג

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

טינט פארטריקענט
פאפיר מעלביג
פעדער איינגעשרימפט
האנט געלעמט

דעת שטומפיג
הארץ פארשטיינערט
מרה לעמאן ביטער
נשמה לעהר

איינגעטינקן אין ספק
באקלייד מיט יאוש
עצבות פאר נאכטמאל
איבערבלייבעניש פון מיטאג

שאלות אן א סוף
תשובות אן עלטערן
פראגעס אן ווידערקול
ספיקות אן ריכטער

איינער אליינס פארלאשן
נאר שאטן געבליבן
קיין מציאות קיין פאנטאזיע
קיין פארשטאנד קיין עתיד.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פאר א גוט יאר, שכח פאר'ן אישי, ניין איך גיי מיך נישט הענגן. אויב דו קערסט אזוי שטארק פאר מיין וואוילזיין אפשר לייק די פאעזיע. :)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

::hugs::
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

יאיר, שכח פאר די hugs, דאס געבט מיר מיין ווייב אויך, פון דיר דארף איך תשובות וואס האבן עלטערן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דאס קען דיר קיינער נישט געבן אויסער דו אליין.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

What is a poet? An unhappy person who conceals profound anguish in his heart but whose lips are so formed that as sighs and cries pass over them they sound like beautiful music.
Soren Kierkegaard
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]יאיר[/tag], זייער שיין, אבער קען א פאעט נישט זיין א צופרידענע מענטש מיט א שווארצע מאמענט, אדער א מענטש מיט א מאמענט פון שמחה אדער מחשבה?
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

די גרויסע פאעטן און ארטיסטן בכלליות האבן געווענליך א נטיה צו מרה שחורה.
האדם לא נברא אלא להתענג
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

יאיר, איך מיין אז ס'איז לאו דוקא. אמאל קען אן ארטיסט זיין געטריבן פון א טראנס. (כאטש ס'איז קלאר אז אזעלכע ארטיסטן זענען א זעלטנהייט, און ס'איז מסתמא מער כאראקטעריסטיש צו ספעציפישע רעליגיעזע פאעטן.)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער זעלבער ארטיסט וואס איז היינט געטריבן פון א טראנס איז מארגן טיף אין שאול תחתית.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

שאול תחתית איז דער היים פונעם ארטיסט, די טראנס איז זיין מאגערע וואקאציע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יאיר האט געשריבן:די גרויסע פאעטן און ארטיסטן בכלליות האבן געווענליך א נטיה צו מרה שחורה.

און די וועלט'ס גרויסע שרייבער און פאעטן האבן זיך די בעסטע געקענט אויסדרוקן אין זייערע מאמענטן פון מרה שחורה. אויך דאס האט זיי געטריבן צו שיכרות. אדער אפשר איז עס גאר געווען א רעזולטאט פון שיכרות...!
פארשפארט