ס'דא היבש אינטערעסאנטע אנעקדאטן וועגן דעם חומר איסור פון מסירה, און וויאזוי מ'האט מסדר געווען מוסרים בימים ימימה, וכו'
וויל איך דא ברענגן אין דעם טעמע, היסטאריע, הלכה ומסקנות, מענין לענין בענין הזאת.
-----
יעצט איז איינע פון די נייעס, פון א פסק הלכה פון הרב שטיינמאן
הגראי"ל נשאל "האם אדם המחלל שבת בפרהסיא, ומזיק את חבירו, וביד חבירו למסור את דו"ח הכנסותיו לרשויות, וממילא יתפסוהו על גניבות שעשה, אם מותר לעשות כן?" מרן אסר זאת ואמר: "הרי זה מוסר, ואיסור מסירה הוא גם על מחלל שבת בפרהסיא".
http://www.kikar.co.il/189924.html
איבערן טעמע פון מסירה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

אין א שילדערונג פונעם ארעסט פונעם הייליגן רוזשינער זצוק''ל, אין די וועכנטליכע סקווערע 'לקראת שבת', האב איך געטראפן באשריבן דעם ענין, און אביסל היסטאריע בימים ההם פון מוסרים און מסירה.
ולמלשינים אל תהי תקוה
די משכילים וועלכע זענען מכלומר'ש געווען מער געבילדעט און אויפגעקלערט, האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דער גאלדענער געלעגנהייט צו קענען אויספירן זייער בייזוויליגן ציל צו אסומילירן און אויסמישן די אידן מיט די גויים חלילה. זיי האבן געוואלט אראפברענגען די קהילות קדושות צוזאמען מיט די רבנים און אויסרייסן אידישקייט משורשן, אז די אידן זאלן גיין געקליידעט ווי די גויים און גיין לערנען אין די גוי'אישע שולעס ל"ע.
דעריבער האבן זיי ארויסגעשטעלט א רייע פון מוסרים קעגן די קהילות אז זיי דרייען זיך ארויס פון באצאלן שטייער, זיי באשיצן און באהאלטן די אנטלאפענע פון תפיסה, זיי העלפן ארויס אידן זיך ארויסדרייען פון דארפן דינען אין מיליטער. ליידער האבן זיי זיך דערקייקלט צו דאס ערגסטע, און זיי זענען אנגעקומען צו אזא נידריגע שפלות און רשעות צו ווערן מוסרים, וואס ס'שטייט אין גמרא (ראש השנה יז.): "פושעי ישראל בגופן יורדין לגיהנום, ונידונין בה שנים עשר חודש... אבל המינין, והמסורות... יורדין לגיהנום, ונידונין בה לדורו דורות, גיהנום כלו והן אינן כלין. א מסור וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון גיהנום און חז"ל שטעלן דאס צוזאם מיט מינים און אפיקורסים. און אויף זיי בעטן מיר דריי מאל א טאג אין שמונה עשרה 'ולמלשינים אל תהי תקוה'.
דער הייליגער שפאלער זיידע האט געזאגט (תפארת מהרא"ל סי' כא) אז לכאורה איז שווער צו פארשטיין פארוואס ווערט א מלשין אנגערופן א 'מסור', על פי דקדוק וואלט ער געדארפט הייסן א 'מוסר' – ער געבט דאך איבער א צווייטן.
נאר האט דער צדיק געזאגט אז א מלשין ווערט באלד א 'מסור' – ער אליינס ווערט איבערגעגעבן אין דעם האנט פון דער סטרא אחרא, זיין גוף און נשמה אויך זיין תורה און תפילה.
דער תוס' יו"ט ברענגט (נדרים פ"י מ"ג) ברענגט בשם דעם הייליגן מהר"ל מפראג, אז ער ווערט אנגערופן 'מסור', כאטש יעצט איז ער א 'מסור' ער געבט איבער אנדערע, אבער יבוא-יומו ביים ענדע וועט אנקומען זיין טאג און דער 'מוסר' וועט ווערן 'מסור' מ'וועט אים צום סוף נאך כאפן.
און ווי ס'ווערט געברענגט אין 'ילקוט ראובני (סוף פרשת מטות ד"ה ויקרא) אז א מסור ווערט נתגלגל אין א שרייעדיגע הונט! ועיין שם עוד דברים נוראים.
די משכילים האבן אנגעפירט א גאנצע רייע מיט מסירות קעגן אידן, אבער נישט יעדער האט זיך דערוואגט צו ווערן א מסור ווייל דערמיט איז ער אוטאמאטיש געווארן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, און איז געווארן באשמוצט אין אלע גאסן זיינע חברים און ידידים האבן זיך דערווייטערט פון אים, אפילו די משפחה האט זיך אפגעשאקלט פון א מסור.
א מסור האט דאך א דין 'רודף', וואס איידער ער וויל דורכפירן זיין מסירה און מ'ווארנט אים און ער מאכט זיך נישט וויסנדיג ווערט זיין בלוט מותר אפילו בזמנינו וואס ס'גייען נישט אן קיין דיני נפשות (רמב"ם חובל ומזיק פ"ח ה"י), און ווי ס'ווערט גע'פסק'נט אין שולחן ערוך (חושן משפט סי' שפט) אז איינער וואס ס'איז מוחזק דריי מאל מיט מסירה, 'מבקשים עצה ותחבולה לבערו מהעולם' [הגם שדין זה נוהג אפילו בזמנינו ראה מה שכתוב בחזון איש יו"ד סי' ב' סוף סעי' טז].
און למעשה ווען ס'איז געווען די מעגליכקייט האט מען טאקע מבער געווען די מוסרים, פילע פון זיי זענען נעלם געווארן אויף אייביג.
די רעגירונג וואס האט דאס געוואוסט און האט דאך געשטיצט די מוסרים, האט פרובירט צו כאפן די אידן וואס ארלעדיגן די מוסרים, אבער אן ערפאלג, זיי האבן גארנישט געקענט אויסגעפונען, דערפאר ביי די געציילטע פעלער וואס זיי האבן אויסגעפונען עפעס א ידיעה האבן זיי געשטראפט מיט'ן ערגסטן, ווי מיר וועלן בעזהי"ת ווייטער שילדערן באריכות.
אבער בעיקר האבן די משכילים נישט געקענט פארנעמען די קדושה פון די חסידים, זייער הויפט און גרעסטע שונאים זענען געווען די תלמידי הבעל שם הקדוש ותלמידים, די צדיקי הדורות וועלכע האבן געטון דאס פונקט דאס פארקערטע; זיי האבן מקרב געווען אידן לעבודת הבורא, זיך נישט אוועקרירן פון די מסורה, מחזק זיין אידן אפילו אין די שווערסטע מצבים זיך צו האלטן מיט א עזות דקדושה מיט אלע מנהגים און גדרים וסייגים כדי צו קענען פארבלייבן ערליכע אידן.
דערפאר האבן זיי פרובירט צו מסר'ן די צדיקים כדי צו אונטערברענגען זייער כח און צעברעכן זייער ווייט-גרייכנדע כח ההשפעה וואס האט אונטערגעהאלטן אידישקייט. און פארשטייט זיך אז אין אוקריינא האבן זיי פאר יעדע פרייז געוואלט זען דעם הייליגן רוזשינער אונטער גראטעס, ווייל ער האט דאך פארמאגט א מעכטיגע כח מיט הונדערטע טויזנטע חסידים, דערפאר האבן זיי אנגעהויבן צו שפינען א מסירה קעגן דעם צדיק.
די מסירה קעגן דעם צדיק
אין רוזשין האט געוואוינט א מסור וועלכער האט געוואלט ארויסבאקומען פונעם רוזשינער ווי ער בארעדט דער קייזער צאר ניקאליי, און אזוי וועט ער קענען דאס מסר'ן. אבער וויפיל מאל ער האט פרובירט צו אריינגיין אל הקודש פנימה האט מען אים נישט אריינגעלאזט.
ביז ער איז אויפגעקומען מיט א פלאן; ער האט אנגעהויבן צו שטיצן די גבאים מיט געלטער, זיי האבן נישט געוואוסט פון די בייזוויליגע פלענער וואס שפינען זיך אין זיין קאפ אין זיי האבן אים אריינגעלאזט.
ווען דער רשע איז אריין צום רוזשינער האט ער אנגעהויבן צו רעדן העסליכע שאנד ווערטער קעגן דעם שלעכטיקייט פונעם צאר.
דאס אלעס האט דער רשע געטון מיט'ן האפענונג אז דער צדיק זאל אויך ארויסזאגן זיין מיינונג קעגן דעם צאר. דער רוזשינער, האט פארשטאנען וואס דער מסור וויל ארויסבאקומען פון אים, האט ער זיך אויסגעדרייט צו אים און געזאגט, לאמיר דיר פארציילן א מעשה:
"אן עושר איז געווען באפריינדעט מיט א גוי וועלכער איז שפעטער געווארן א פריץ, אבער ער פלעגט אויסטיילן צרות צרורות פאר די אידן פון זיין געגנט.
איז דער אידישער עושר אריין צו זיין אלטן פריינד און געפרעגט: "אדוני הפריץ! פארוואס האסטו אזוי פיינט די אידן, וואס האבן זיי דיר שלעכטס געטון?" "האט דער פריץ געענטפערט: "איך האב נישט קעגן די אידן, אבער פון הימל צווינגט מען מיר דאס צו טון".
דאס זעלביגע איז מיט צאר ניקאליי - האט דער הייליגער רוזשינער אויסגעפירט זיין מעשה צו דעם מסור - צאר ניקאליי איז באמת א פיינער גוטער מענטש, אבער פון הימל צווינגט מען אים צו ענג מאכן פאר די אידן".
דער מסור וועלכע האט געזען אז דער רוזשינער האט געפאקט זיין ציל, איז ער שנעל ארויסגעלאפן פון צדיק'ס הויז מיט גרויס בושה..
די צוויי מוסרים
די משכילים האבן פרובירט צו צעברעכן דעם מעכטיגן קראפט וואס דער רוזשינער הויף האט פארמאגט אין רוסלאנד, וואס אט די הייליגע השפעה האט געהאלטן הונדערטע טויזנטע אידישע נפשות ביי אידישקייט.
אבער פון די אלע מסירות האבן זיך גארנישט אויסגעלאזט, ווייל קיין ריכטיגע באווייז האבן זיי דאך נישט געקענט ברענגען קעגן דעם רוזשינער אז ער וויל טאקע מורד זיין אין רוסלאנד.
די 'דריטע אפטיילונג' האט נישט באוויזן צו שאפן קיין זאכליכע אינפארמאציע, און אן קיין גרינד קען מען דאך אים נישט באשולדיגן. צו דער זעלבער צייט האט די רוזשינע הויף זיך צעוואקסן און עס איז געווארן גרעסער און גרעסער ווען הונדערטע טויזנטע אידן האבן געשטראמט צום הייליגן רוזשינער צדיק, ס'איז מקויים געווארן כאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
די משכילים זענען נאכמער אנגעצינדן געווארן זעענדיג אז טראץ זייערע באמיאונגען קענען זיי אים נישט בייקומען. זיי האבן זיך צוזאמגעזעצט 'הבה נתחכמה לו' וויאזוי מ'קען איינמאל פאר אלעמאל ערלעדיגן דעם צדיק. למעשה זענען זיי אויפגעקומען מיט א נידערטרעכטיגער בלבול אז דער צדיק איז געווען פארמישט מיט א מארד פון צוויי מוסרים וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן, און לויט די משכילים האט מען זיי ערלעדיגט לויט'ן באפעל און אנווייזונג פונעם רבי'ן.
די מעשה האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע יאר פריער: אין שטאט אושיץ אין געגנט פון קאמעניץ, האבן געוואוינט צוויי אידן, יצחק אוקסמאן און שמואל שווארצמאן וואס ליידער האבן זיי זיך געשפייזט פון מסירות. די רשעים זענען געווען באפריינדעט מיט די מיניסטארן פון דער רוסישער רעגירונג און זיי פלעגן איבערגעבן פאר די הויכע באאמטע וואס ס'קומט פאר ביי די אידן.
די צוויי פארדארבענע מוסרים פלעגן מסר'ן אידן וואס אין רעזולטאט זענען צענדליגע אידן געזעצן אין טורמע און מ'האט זיי צוגעכאפט זייער פארמעגן. די אידן פון שטאט האבן גוט געוואוסט פון די נידערטרעכטיגע פעולות פון די מוסרים, אבער בלית ברירה האט מען גארנישט געקענט טון אויסער ליידן און שווייגן.
נאך א שטיק צייט האבן די צוויי באוויזן צו ארויפלייגן א שרעק אויף די קהילות פון זייער געגנט. מיט זייערע סטראשונקעס האבן זיי אויסגעקוועטשט שווערע געלטער פון די אידן, וועלכע האבן זיך נישט דערוואגט זיך קעגן שטעלן קעגן זיי, אויס מורא נישט צו ווערן גע'מסר'ט צום רעגירונג.
אין יענע תקופה זענען אסאך אידן נישט געווען איינגעשריבן אין די אפיציעלע דאקומענטן פון די רעגירונג און זענען קיינמאל נישט געציילט געווארן ביי די צענזוס, די רעגירונג האט נישט געוואוסט פון די בירגער וואס זענען קיינמאל נישט געווארן איינגעשריבן ביי זיי. די אידן פלעגן דאס טון ווייל אזוי האט מען זיך געקענט ארויסדרייען פון דארפן דינען אין מיליטער, אזוי אויך האט מען דורכדעם נישט געדארפט באצאלן די שווערע לאסט פון שטייערן וואס די אידישע בירגער האבן געדארפט באצאלן. די אידן זענען פאררעכנט געווארן אלס "באהאלטענע", און אויב האט מען זיי געכאפט פלעגן זיי זייער שארף באשטראפט ווערן.
אט די נידערטרעכטיגע מוסרים וועלכע האבן זיך ארומגעדרייט אין בית המדרש און האבן פונקטליך געוואוסט ווער ס'באהאלט זיך אויס און איז נישט איינגעשריבן אויף די רעגירונגס ליסטעס. און זיי האבן שטענדיג געסטראשעט אז זיי וועלן ארויסגעבן די "באהאלטענע", בלית ברירה האט מען פון צייט צו צייט זיי געדארפט באצאלן 'לא יחרץ געלט'. אבער ווי מער געלט זיי האבן צוגערויבט אלס מער האט די תאוות הממון זיך אנגעצינדן אין זיי און זיי האבן אויסגענאגט דאס ביסל אויסגעהארעוועטע געלט פון די אידן.
די מוסרים זענען נעלם געווארן ווען די אידן האבן שוין מער נישט געקענט דערליידן די רדיפות פון די צוויי מוסרים, זענען די ראשי הקהילה פון אלע ארומיגע געגענטער זיך צוזאמגעקומען צו א וויכטיגע אסיפה, צו אויסשמועסן וויאזוי מ'קען פטור ווערן פון די צוויי מוסרים.
ביי דעם זיצונג האט זיך אויך באטייליגט דער אלטער רב פון שטאט דינאוויץ הרה"ק רבי יחיאל מיכל מקורימא זי"ע, א שטעטל וואס די מוסרים פלעגן אויסצאפן דאס בלוט פון די איינוואוינער.
מ'האט אויסגעשמועט אלע צדדים ביז מ'איז ענדגילטיג געקומען צו א באשלוס אז די צוויי האבן א דין 'רודף' און מ'דארף מקיים זיין אויף זיי דעם 'ובערת הרע מקרבך', און מבער זיין די צוויי נבלים ווייל קיין אנדערע וועג איז נישטא.
[יש אומרים אז דער הייליגער רוזשינער האט דאן פונקט געוויילט אין געגנט אין שטאט 'קאליוס' – דארט וואו די אסיפה איז פארגעקומען, און האט אויך צוגעשטימט צו דער החלטה].
נאך דעם פסק דין האט מען טאקע מסדר געווען די צוויי מוסרים אויף אייביג. ווען יצחק אוקסמאן איז אריבער אין וואלד נעבן דעם שטעטל דינאוויץ האט מען אים גע'הרג'ט, און יענע נאכט האט מען אריינגעווארפן זיין קערפער אין טייך וואנקאוויץ. און שמואל שווארצמאן איז אומגעברענגט געווארן ווען ער איז געקומען אין שול דאווענען אין שטאט אושיץ [יש אומרים אז ער איז צוערשט אליינס אפגעבריט געווארן פון א הייסע קעסל וואס מ'האט אנגעווארעמט די הייסע מקוה].
די אלע קהילות האבן אפגעאטעמט נאכדעם וואס מ'האט ערלעדיגט די מוסרים, מ'האט שוין מער נישט געלעבט אין אזא שרעק. און היות דאס איז געטון געווארן דורך די קהילות האט מען געמאכט א שווייג, קיינער האט נישט אויפגעמאכט דאס מויל, אפילו די משפחות פון די מוסרים האבן זיך נישט אנגערופן.
אבער היות זיי זענען געווען מקורבים למלכות האט די רעגירונג געעפנט אן אויספארשונג וואו אהין די מוסרים זענען נעלם געווארן, אפילו זייער טויטע קערפער איז נישט געווען צו געפונען. און נאך א לאנג פארצויגענע אויספארשונג וואס זיי האבן נישט באוויזן צו באקומען קיין ברעקל אינפארמאציע, איז די מעשה צוביסלעך פארגעסן געווארן.
אינמיטן ווינטער אום חודש שבט פון יאר תקצ"ו האבן א גרופע פיש כאפער שווער געארבעט צו כאפן פיש אין דעם טייך וואנקאוויץ וועלכע איז געווען פארפרוירן, און שטיקער אייז איז געשווימען אויפ'ן אויבערפלאך. זיי האבן אויסגעשפרייט זייער נעץ זיי האבן געמיינט אז זיי האבן געכאפט א גרויסע שווערע פיש אבער ארויסשלעפענדיג דעם נעץ פון וואסער האבן זיי אנטדעקט אז זיי האבן גאר א מענטשליכע קערפער.
אויפ'ן קערפער זענען געווען שטארקע וואונדן, און צו די האלז איז געווען צוגעבינדן שווערע שטיינער.
די פיש כאפער האבן דאס באלד איבערגעגעבן פאר די פאליציי וועלכע האבן געעפנט אן אויספארשונג, וואס איז געווארן אנגעפירט דורך דעם פאליציי הויפט פונעם געגנט 'סופערנאוויץ', זיי האבן אריינגענומען אויך א דאקטער 'אפאנאסיעוו' וועלכע זאל אנאליזירן דעם קערפער.
[בהמשך האב איך געטראפן נאך אינטערעסאנטע היסטאריע פונעם שטאט גריידינג, המשך יבוא]

איך הער! נו נו..
- ביליג
- היימישער באניצער
- הודעות: 561
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
- האט שוין געלייקט: 356 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
Re: איבערן טעמע פון מסירה
שקועך פאר'ן נעמען די צייט אפצושרייבן
יהא בואך לשלום
Keep it up
יהא בואך לשלום
Keep it up
ביליג איז טייער...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
עיין בבאר-הגולה (חו"מ שפח,ס) וז''ל: "וכבר פשט התיקון והמנהג שמנהיגי הקהילה יצ"ו עומדים על המשמר שלא לעשות שקר ועוולה לאומות, ומכריזים ונותנים רשות לפרסם ולגלות להם על האנשים אשר לוקחים בהקפה או לווים בהלוואה ואין דעתם לשלם, והכל מדעת המנהיגים."
וכן בערוך-השולחן חו"מ שפח,ז:
''ידוע לכל קוראי הדורות, שבזמן הקדמון במדינות הרחוקות לא היה לאיש ביטחון בגופו וממונו מפני השודדים והאנסים, אף שנשאו עליהם שם משרה. כידוע, גם היום מאיזה מדינות מאפריקה, השוד והחמס שפחות הממשלה עושים. ועל טוב ייזכרו מלכי איירופא, ובייחוד אדונינו הקיר"ה מרוסיא ואבותיו הקיסרים ומלכי בריטניא, שפרשו כנפי ממשלתם בארצות הרחוקות, למען יהי לכל איש ואיש ביטחון על גופו וממונו, באופן שהעשירים לא יצטרכו להסתיר עצמם שלא ישללו ממונם ויהרגו אותם. ועל זה סובב והולך כל דיני מסור ומלשין את חבירו לפני שודדים כאלה, הלא רודפו בגופו וממונו, ולכן ניתן להצילו בנפשו''.
(מסתבר שהדברים נכתבו לא לעיניו של הצנזור בלבד,אלא לאמיתו של דבר, שכן כל ההערות שנכתבו לעיניו של הצנזור, נכתבו כהערות שוליים ובאותיות נוטות, ואילו הנ"ל נכתב כחלק מן הטקסט, ובאותיות רגילות. ועוד, כיון שהוזכרה הדמוקרטיה בבריטניה, קשה להניח שהדברים נכתבו לעיניו של צנזור הצאר הרוסי, שכן רוסיה ובריטניה לא היו ביחסי ידידות באותה התקופה. ועל כולם: בעל ערוה"ש מבסס את דבריו על נימוקים הלכתיים והגיוניים, דבר שאין הוא עושה כשהדברים נכתבו לעיניו של הצנזור בלבד)
וכן דעת הגרא''י ולדנברג בציץ-אליעזר חי"ט סי' נב בד שמסתמך על הערוך השולחן הנ''ל
דרך אגב יש לציין מה שמביא בספר ועלהו לא יבול ח"ב עמ' קיג-קיד, על הגרשז''א (חתנו של מרן הגרשז''א -הג''ר זלמן נחמיה גולדברג שליט''א מעמודי ההוראה בדורינו- נתן הסכמה על הספר) שנשאל בדבר יהודי שגנב סכומי כסף גדולים, נתפס על ידי המשטרה בארה"ב ונידון לכמה שנות מאסר - אם ראוי לקיים לגביו מצות פדיון שבויים ע"י איסוף סכום כסף גדול (200,000 דולאר). הרשז"א השיב: "פדיון שבויים?! מה זה פדיון שבויים?! פדיון שבויים זה כאשר הגויים תופסים יהודי, סתם, ללא סיבה מוצדקת, ומכניסים אותו לבית הסוהר. לפי מה שידוע לי, בארה"ב לא תופסים סתם כך יהודים כדי לסחוט מהם כסף. הרי התורה אומרת "לא תגנוב", והוא גנב כסף - אדרבה, טוב שישב קצת בכלא וילמד שאסור לגנוב!"

אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
דער חזון איש שרייבט אזוי אין יורה דעה סימן ב'
ונראה דאין דין מורידין אלא בזמן שהשגחתו גלויה כמו בזמן שהיו נסים מצויין ומשמש בת קול, וצדיקי הדור היו תחת השגחה פרטית הנראית לעין כל, והכופרין אז הוא בנליזות מיוחדות בהטיית היצר לתאוות והפקרות, ואז היה ביעור רשעים גדרו של עולם שהכל ידעו כי הדחת הדור מביא פורעניות לעולם ומביא דבר וחרב ורעב בעולם, אבל בזמן ההעלם שנכרתה האמונה מן דלת העם אין במעשה הורדה גדר הפרצה שיהיה בעיניהם כמעשה השחתה ואלמות ח"ו וכיוון שכל עצמנו לתקן, אין הדין נוהג בשעה שאין בו תיקון ועלינו להחזירם בעבותות אהבה ולהעמידם בקרן אורה במה שידינו מגעת.
----
די קומענדיגע האב איך געפונען אין א נושא וועגן 'גוש קטיף' אין אתר ישיבה, אבער די חלקים וואס זענען נוגע אין אלגעמיין טו איך דא ציטירן.
א. הגדרת דין "מוסר"
כתב הרמב"ם:
"המוסר ממון חבירו ביד אנס, חייב לשלם מן היפה שבנכסיו וכו' בין שהיה האנס גוי, בין שהיה ישראל וכו'. אע"פ שלא נשא המוסר ולא נתן בידו אלא הרגיל בלבד. במה דברים אמורים? בשהראה המוסר מעצמו, אבל אם אנסוהו גוים או ישראל להראות והראה, הרי זה פטור מן התשלומין וכו', שאם לא יראה לו יכהו או ימיתהו" (רמב"ם, הל' חובל ומזיק, פרק ח, הלכות א-ג). [עיין גר"א לשו"ע חו"מ שפ"ח ס"ק י"ב מה מקור הרמב"ם להחיל דין זה גם על אנס יהודי].
וגם למדנו מדבריו כי "אונס" הפוטר את ה"מוסר" הוא רק אם יכוהו או ימיתוהו. אבל עונש "מאסר" או אפילו שיביישוהו, אין בזה טענת "אונס".
ב. מדוע עונשו של ה"מוסר" חמור כל כך
דין הגמרא (בבא קמא קיז.; וכן ע"ז דף כו ע"ב) וברמב"ם (הל' חובל ומזיק פ"ח ה"י) וכן בשו"ע (חו"מ שפח סעיף ט) כי מותר להרוג את ה"מוסר", אפילו טרם עשה אלא רק מאיים למסור. אמנם ודאי כי בזמננו אסור להרוג "מוסר", כדברי ה"חזון איש" (יורה דעה, סי' ב, סוף סעיף ט"ז עיי"ש נימוקיו). חומרא זו בולטת כי לא היו צריכים לזה מעשה בית דין, וגם הרגוהו עוד בטרם ביצע את זממו (ודלא כבועל ארמית, אשר שם הורגים אותו אך ורק בשעת מעשה, לא לפני ולא אחרי). ובעניננו, ע"פ הדין התיאורטי (אשר למעשה אסור לעשות כך בימינו) פעם היה מותר להרוג אותו גם אחרי מעשה המסירה, אם הוא מוחזק לעשות כך, כלומר עשה כבר פעמיים (שו"ת תשב"ץ, ח"ב סי' כ"ו; שו"ת כתב סופר, יו"ד סי' קל"ז). ויש לחקור מדוע הענין כה חמור?
שלש תשובות בדבר. התשב"ץ הנ"ל סבור כי כיון שעובר על "לא תעמוד על דם רעך", הרי הוא כרודף, וניתן להציל את הנרדף בנפשו של רודף.
מהר"ל (חידושי אגדות, על ראש השנה יז ע"א) כותב "וכן המוסר ממון ישראל ביד גוי הוא מדרכי המינות, אשר אינו חס על ישראל בעל אמונתו, ומוסרו ביד הגוי" עכ"ל. כלומר הוא "פורש מדרכי הציבור".
אבל הרמב"ם ענה כי יצא ה"מוסר" מכלל ישראל. כי אחרי שהרמב"ם מונה עשר קבוצות שהן פסולות לעדות, מסכם:
"המוסרין והאפיקורסין והמומרים לא הצריכו חכמים למנותן בכלל פסולי עדות, שלא מנו [בהם] אלא 'רשעי ישראל'. אבל אלו המורדין והכופרין פחותין הן מן הגוים, שהגוים לא מעלין ולא מורידין וכו' ואלו מורידין ולא מעלין ואין להם חלק לעולם הבא" (הל' עדות פי"א ה"י וע"ע דבריו בהל' ממרים פ"ג ה"ב).
והרמב"ם עקבי להסברו בפירוש המשנה (על פרק "חלק") בסוף י"ג יסודות אמונה, לבאר מי הוא הנכלל בכלל ישראל, ומי כבר יצא מכלל ישראל. זאת אומרת, מאחר שה"מוסר" עשה מעשה מחפיר כזה, הוא כבר אינו נחשב יהודי. וזה מפורש שוב בדברי "נמוקי יוסף" להל' תפילין (של הרי"ף, נדפס בש"ס וילנא אחרי הרי"ף של מסכת סוכה, דף ז ע"א בדפי הרי"ף)
"מסור: ישראל המוסר ממון חברו לאנסים, שהוא מאותן שמורידין כו' וכעכו"ם חשוב הוא" עכ"ל.
למה ייחשב "מוסר" ליצא מכלל ישראל? עונה על כך ה"בית יוסף" (טור או"ח תחילת סי' ל"ט לענין פסול המוסר לכתוב תפילין, מזוזות וספר תורה) "מומר ומסור כיון שפרקו עול, אינם מאמינים במצוות", ומקורו ברש"י (גיטין מה:). וכן הוא ברמב"ם בהל' תפילין (פ"א הי"ג). וכך לשון "לבוש" (או"ח סי' לט סעיף א):
"מומר או מסור פסולין שאלו אינם מאמינים במצוותן, ואיך יכתבום לשמן? שגם המסור נקרא "מין" שאינו מאמין בתורה, שהרי פרק עול ואין יראת אלוהים לנגד עיניו" עכ"ל.
והב"ח (בסי' לט הנ"ל) כתב שזה מדובר אפילו ב"מוסר" שחטא בתאבון, ולא עשה "להכעיס" (עיין על כך ביאור באריכות בשו"ת כתב סופר, יו"ד סי' קל"ז, וכן סבור הש"ך ליו"ד סי' ב' ס"ק י"ג). זאת אומרת לענינינו,
ג. המוסר הוא פסול לשחוט, ולכתוב תפילין ומזוזות, ולעדות
רמ"א (על שו"ע יו"ד סי' ב סעיף ט) כתב שהמוסר נחשב למומר לכל התורה כולה, ולכן שחיטתו פסולה (ואמנם יש חולקים עליו). לענין כתיבת ספר תורה, הוזכר הענין בטור (או"ח סי' לט ושאר פוסקים). ולענין עדות, הכולל עדות לחופה, הוזכר ברמב"ם (הל' עדות, סוף פי"א).
ד. האם המוסר פסול להצטרף למנין עשרה ובטח פסול להיות ש"ץ
לצרף "מוסר" למנין מתפללים, מצאנו בדרכי עיון התורה יש לנו למצוא סימוכין. "משנה ברורה" (סי' נה ס"ק מו) כותב כי "העובר עבירה להכעיס אפילו בדבר אחד, או שהוא מומר לע"ז או לחלל שבת בפרהסיא, דינו כגוי ואינו מצטרף". שני מומרים אלו, לע"ז ולחלל שבת, נחשבו כמומרים לכל התורה כולה. וזה ודאי נכלל בכלל הנפסלים למנין או להיות ש"ץ לציבור. והנה הרמ"א (יו"ד סי' ב סעיף ט) פסק כי "מוסר דינו כמומר". ולפי זה, גם הוא בכלל הנפסלים.
ויש לפסול את ה"מוסר" מפני עוד דין בשו"ע (או"ח סי' נה סעיף יב). "מנודה אין מצרפין אותו לכל דבר שבקדושה". ואמנם בנידוננו לא נידו אותו, אמנם הוא היה ראוי להיות מנודה. כי כך לשון רמב"ם בענין כ"ד דברים שעליהם מנדים: "ה: המזלזל בדבר אחד מדברי סופרים, ואין צריך לומר [המזלזל] בדברי תורה" (הל' תלמוד תורה, פ"ו הי"ד).
והנה לשון שו"ת חכם צבי (סוף סי' ל"ח, לענין נשאוי לגויה, אשר הבועל ארמית אשר קנאין פוגעין בו) "ואם יטעון טוען הא קיי"ל דמותר להתפלל עם העבריינים כל זמן שלא נידו אותם בפירוש. תשובתו, דעד כאן לא אמרינן הכי אלא לעובר לפרקים. אבל העושים ביד רמה בשאט נפש ופורקים מעליהם עול מצוה אחת קלה, הרי הוא מאותן שאין להם חלק לעולם הבא וכו'. ואיך ייתכן שיעלה לקרות בתורה בציבור? והרי אין לך חילול השם וכיבוי מאור הדת גדול מזה. וכל העומד ונמצא שם באותו פרק ואינו מוחה, ילכד בעוונו, ובחבלי חטאתו יתמך" עכ"ל.
ויש תשובה מעניינת בדברי הקדמון (תקופת אריז"ל) הרב משה אלשיך המחמיר ביחסנו ל"מוסר":
"והשתא אם המזלזל על דבר קל [מדרבנן] הוא בר נידוי, ה"מוסר" שהוא חמור שקודם עשותו אשר זמם לעשות, באומרו 'אלך ואמסור', כבר הותר דמו. ואם לא הוחזק בכך [למסור, אזי] גם שהיה אחרי המעשה [מסירה] אסור להורגו, לפחות ראוי הוא לנדותו. לא גרע "מסירות" החמור ממזלזל במילתא דרבנן!" עכ"ל (שו"ת מהר"ם אלשקר, סי' ע"ג ד"ה וכל שכן. ויש להודיע כאן כי פסקא מחמירה זו נשמטה משו"ת אלשיך, מהד' סדילקאב, שנת תקצ"ד, כנראה מפני פחד הצנזורא, אבל מופיעה במהד' קמא).
ולשון שו"ת ריב"ש (סי' עט) לענין "מוסר" בזמנו שגרם צער לכמה וכמה אנשים, "וראוי לכם להבדילו לרעה מכל שבטי ישראל, אם לא יתקן אשר עיוות, ויעשה עם השר להשיב אפו וחמתו".
ויש להוסיף טיעון. כי בספר "כל-בו"(סימן קל ומובא בשו"ע או"ח סימן נה סעיף יא)כתב שהעבריין כשר לצירוף למניין כי "ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא", כלומר עדיין נחשב בכלל ישראל. ובכן אם נוסיף על דבריו לפי הרמב"ם (הל' עדות סוף פי"א; והל' ממרים פ"ג ה"ב) "מסור" לא נחשב "ישראל", שמא מפני זה אינו מצטרף לדבר שבקדושה? ואם כן לא יוכל להיות נמנה בין שבעה קרואים לקריאת ספר תורה? ולא יכול להיות שליח הציבור ולהוציא אותם בי"ח ברכות? ולא יכול לשמש "עד" מתחת לחופה.
אמנם נכון שנצטוינו לאהוב כל אחד ואחד מישראל ולרחם עליו. אבל כך כתב שו"ת תשב"ץ (ח"ב סי' כ"ו): דכל המרחם על המסורות, נעשה אכזרי על בני דורו, וכדאמרינן בפ' הנזקין (גיטין נו.) בעו למיקטליה וכו' אמר ר' יוחנן, ענותנותיה דר' זכריה בן אבקילס החריבה ביתנו ושרפה היכלינו והגליתנו מארצנו וכו'. ואפילו בהולך למסור ממון אפילו מעט, חשיב רודף וכו' ובתרי זימני הוי 'חזקה' עכ"ל.
ה"משנה ברורה" כתב שאין לחלל שבת כדי להציל מין ואפיקורוס (סי' שכט ס"ק ט), וכן ה"חפץ חיים" (כלל ח, סעיפים ה, ו) התיר לדבר לשון הרע על האפיקורסים,
ז. אין לימוד זכות "דינא דמלכותא דינא"
כבר הזכרנו לעיל שאין שום סמכות למדינה להורות לעשות דבר בניגוד לתורה. זה מפורש בסנהדרין (מט ע"א) ונפסק ברמב"ם (הל' מלכים פ"ג ה"ט).
וכתב מהר"ל:
"ועתה בעונותינו בדור זה וכו' מוסיפים לסמוך ולקרוא בשם 'רב' בני אדם שלא ראו אור התורה וכו' רק הם שועלים קטנים. וכל הרוצה ליטול את השם, נוטל עד שהדבר הזה הוא סיבה להשפיל כבוד התורה עד עפר. והיה ראוי בדור הזה וכו' שלא ייקרא בשם 'רב' רק המופלג בחכמה ובזיקנה וכו' [כי הם] סומכים לקרוא בשם 'רב' כל אשר ימלא ידו [בתשלום], רק שהתחיל לצפצף בקול בתלמוד" (פי' על אבות, פ"ד משנה ד, עמ' קעא).
היו צריכים להשמע לגדולי הרבנים שבדור, ולא להמשך אחרי המוסרים.
"התורה קודמת לממשלה. התורה היא נצחית, והממשלה הבוגדת הזאת היא עוברת ובטלה" (שם, דף נב).
"אם כן ענש הכתוב לנטפל לעוברי עבירה כעוברי עבירה". זאת גזירת הכתוב, ע"פ הגיון התורה.
התיקון היחיד שנותר למי שנכשל, הוא שישוב כבר עכשיו בתשובה, ולפי הרמב"ם (תחילת הל' תשובה) די בחרטה על העבר, קבלה על העתיד לא לשוב לטפשותו, וכן לומר וידוי פה על עונו ולבקש מה' סליחה.

ב''ה
ספר 'מרגליות הים' להרה''ג ר' ראובן מרגליות זצוק''ל, סנהדרין מ''ו ע''א [דף 182]
..בענין מלשינות ומסירות, כבר נתפשט המנהג להורגם, כשהוחזקו במלשינים, אפי' בחו''ל, מדין רודף כו'.
ויעוין שו''ת זכרון יהודה בן הרא''ש סי' ע''ה [נדפס בסה''ס שם נ''ה א-ב] שהביא: שמענו, שסקל ר''י הלוי מיגש למסור אחד, באליסנה, ביוה''כ שחל להיות בשבת - בשעת נעילה כו', וראה שו''ת עדות ביהוסף ח''א מהגר''י אלמושניני (קושטא תע''א) סי' ל''ד.
{שמעתי בילדותי מפי אבי מורי ז''ל, אשר התרחש בעיר מולדתו גריידינג שאצל לבוב, שהיה שם מסור אחד גבר אלם ועז פנים, פעם אחת בליל יוהכ''פ לפני אמירת כל נדרי, כשעמד אותו מסור עטוף בטליתו בכותל המזרח, סמוך למקום הרב דמתא הג''ר יהושע קלוגר ז''ל, נגשו אנשים אחדים אל המסור, ובטליתו שהפשיל עד למטה מעיניו, סתמו את פיו, והוציאוהו בכח מבית המדרש הגדול, שעמד ליד הנהר, והשליכוהו למטה לנהר.
כשנמצאה נבלתו למחר ביוהכ''פ הועבר קול שטבע את עצמו, ובמוצאי יוהכ''פ קברוהו, כשנודע הדבר להבולשת, התחילו לחקור בדבר, ביום חג שמחת תורה חפרו והוציאוהו מקברו לראות סיבת מותו, ואחרי כן התחילו גביית עדות ממתפללי ביהמ''ד, הרב ושכניו שעמדו על ידו בכותל המזרח נשבעו באמת כי לא ראו מי שהוציא אותו, שמעו אמנם שמתרחש דבר מה, אבל חשבו שמסיעים אותו ממקום זה ולא חפצו להסתכל מה נעשה ולא שמו לב לדבר, ומכל מתפללי ביהמ''ד המון אדם רב לא היה גם דלטור אחד למסור לבולשת פרטים יותר, החקירה נמשכה איזה זמן ומבלי הוכחות נשכח אח''כ הדבר}.
ויעוין ברמב''ם הל' חובל ומזיק פ''ח הי''א שכ' מעשים בכל זמן בערי המערב לענוש המוסרים כו'. בשו''ת הרשב''א ח''ה סי' רל''ח אם יש אנשים רשעים מפורסמים כו' המנהג עם הזקנים בין להלקות בין לקוץ יד ורגל ואפילו להמיתן, ואע''פ שדיני התורה בטלו מן הסנהדרין, עוד לא בטלו לצורך השעה כו'.
וע' שו''ת הריב''ש סי' ע''ט לקהל קונסטנטינה בדבר הסכמה שעשו גדולי העדה כנגד המלשינים ומזיקי העדה כו', ושם סי' רל''ח על מה נענש המסור והמלשין בדין תורתינו כו', ובשו''ת מהר''מ מלובלין סי' קל''ח (ונשמטה בדפוס וורשה) ושו''ת איתן האזרחי סי' מ''ה.