איך בין דזשעלעס

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

איך בין דזשעלעס

שליחה דורך זר זהב »

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכער איד וואס זעהט טאקע אויס פארקוועטשט אבער לעבט מיט'ן אייבירשטען (לייען: רז"ל פילאפף) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס איז איין שטיק מיט'ן באשעפער און מיט די מענטשהייט (לייען: רי"ח גרינוואלד) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס האט ליעב דעם אייבירשטן מיט א יעדן איד צוגלייך (לייען: ר'? וויזנער פון די דריי גודס) דוגמא

איך בין דזשעלעס ווען איך זעה אן אמת'ע ערליכע איד וואס ווייסט נישט פון גארנישט נאר זיין הייליג וועלטעל (לייען: אסאך וואוילע אידן, אי אפשר לפורטם)

איך בין דזשלעס און דזשעלעס און מקנא יעדן איינעם. נאך אלעמען וואס האב איך? גארנישט!
געלט? ניין!
פרנסה? ניין!
ככוד? דארף איך נישט!
געזונט? זאג דו אליינס...

פארוואס ווער איך אזוי דזשעלעס ווען איך זעה אן ערליכע איד? וועסטע מיר זאגן: מאך אים נאך, זיי אויך אזוי. עלעך דיר זאגן אז איך קען נישט! קען איך דען? ניין. ס'זייער שווער צו זיין א תמים און ס'זייער שווער פאר מיר זיך אוועקצורייסן פון עוה"ז.
קען איך מיר דען אריינזעצען יעצט אין שול און לערנען א גאנצן טאג? ווער וועט מיר אויסהאלטן? איך בין דאך נישט קיין איידעם ביי אן עושר אדער א זון פון א שיפע טאש. מוז איך זיך דרייען אין די גאסן זיכן ברויט, קען איך אבער נישט האלטן מיינע אויגן אראפ אזוי ווי רי"ח גר"וו קען.

איך וויל זיין ערליך, איך קען נישט
איך וויל די תורה זאל מיר אזוי פרייליך מאכן אזוי ווי ס'מאכט פרייליך הרב טויב מגי"ש אין סאטמאר.
איך וויל לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווייל נאר יענע זענען באמת העפי.
איך בין אפילו גרייט צו ווערן א פארקוועטשטער
איך בין דזשעלעס
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

מן הסתם האבן זיי אויך אנגעהויבן אזוי, נאר ווען זיי זענען נאך געווען אינגער, אבער עס איז נישט מעכב, וראי' מהתנא רבי עקיבא, וריש לקיש, ועוד רבים וכן שלימים,

ואגב, ר' י"ח גר"וו, האט עוסק געווען אסאך יאר'ן על המחי' ועל הכלכלה, אט אזוי ווי אייך איצט,

כי קרוב אליך הדבר מאד.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דעינעש האט געשריבן: ואגב, ר' י"ח גר"וו, האט עוסק געווען אסאך יאר'ן על המחי' ועל הכלכלה, אט אזוי ווי אייך איצט,

כי קרוב אליך הדבר מאד.

"מוז איך זיך דרייען אין די גאסן זיכן ברויט, קען איך אבער נישט האלטן מיינע אוין אראפ אזוי ווי רי"ח גר"וו קען".

"פרנסה? ניין!"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

איך האב אמאל געהערט אז ווען איינער האט אנגצינדען א רעדיא אין רח"י גרינוואלד'ס ארבעט, האט ער זיך גענומען רעדן הויך אויפן קול ביז עס איז יענעם פארגאנגען דעם אפעטיט עס צו הערן נאכאמאל.
ווער עס האט שוין אמאל געהערט ר' יוסף חיים'ס שיעורים ווייסט וואס איך מיין.....
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
דעינעש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

שליחה דורך דעינעש »

זר, די שאיפה איז דא,
יעצט האלט אן, שמירת עינים קען\וועט נאך, נאך קומען,
ועל כולנה, פרנסה, געזונט, וכ"ט בהרחבה דערצו,

אל תתייאש.
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 93 מאל

שליחה דורך טעלעפאן »

איך בין "נישט" דזשעלעס

ווייל איך בין דא פאר מיין אייגענעם תכלית, פארן עתיד פון מיינע קינדער. און אן אריינגיין אין די אויבנדערמאנטע נעמען, וויל איך געבן א בעסערן חינוך פאר מיינע קינדער ווי נאר זיין דזשעלעס און נישט טאן צו דער זאך;

איך וועל זיין דאס בעסטע וואס "טעלעפאן" קען באווייזן

ובשם ה' נעשה ונצליח.
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זר

מאכסט מיך זשעלעס :)
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 660
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

וויאזוי האט רעב זושא געזאגט? מ'וועט נישט פרעגן פארוואס כבין נישט געווען ____, מ'וועט מיך פרעגן פארוואס כבין נישט געווען זושא!
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זר היקר, וועט איר זיין זשעלעס אויף א דבר אחר וואס איז מנקר באשפה און איז גליקליך כל ימי חייו ס'פעלט איהם גארנישט ס'איז דא גענוג מיסט? ווען מען גיבט אייך אן אויסוואל היינט נאכט צו ווערן א קוה מיט א פולע פעלד שטרוי וואלט איר עס אנגענומען? איך האב גארנישט קעגן די אלע וואוילע מענטשן וואס איר האט אויסגערעכנט, וואס טוט זיך אויף יענע וועלט האב איך באמת קיין השגה, אבער דא למטה איז דער לעבן פילפארביג מער ווי דאס שמאלע אמה על אמה אין וואס יענע האבן זיך אריינגעבאקסט. די וואס גראבן אריין דעם קאפ אין א באבל און זענען גליקליך בין איך גארנישט מקנא. איך וויל וויסן מער, זיך מוטשען מער, האבן מער נסיונות און ספיקות, פאר דעם לעבט א מענטש. אויסער וואס עס איז בכלל נישט שייך יענעם צו מקנא זיין, מיר דארפן טוהן דאס בעסטע מיט וואס אונז זעמיר באשאנקען געווארן, מיר קענען נישט און נישט מחוייב צו זיין יענער.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

שליחה דורך שמואל הלוי »

זר זהב איז מקיים א רש"י אין פרשת קדושים:
ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי - אם אתם מובדלים מהם הרי אתם שלי ואם לאו הרי אתם של נבוכדנצר וחביריו. רבי אלעזר בן עזריה אומר מנין שלא יאמר אדם נפשי קצה בבשר חזיר אי אפשי ללבוש כלאים אבל יאמר אפשי ומה אעשה ואבי שבשמים גזר עלי ת"ל ואבדיל אתכם מן העמים להיות לי שתהא הבדלתכם מהם לשמי פורש מן העבירה ומקבל עליו עול מלכות שמים:
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך גלייב נישט אז די וועם איך האב אויסגערעכנט זענען געבוירענע תמימים. זיי האבן זיך פיין געשלאגן מיט זייער יצ"ה.
ס'דא עפעס א ווארט פון א צדיק: "מ'דארף אסאך חכמה צו קענען צוקומען צו תמימות!"

מיין נישט אזא זיי זענען אזוי געבוירן. זיי האבן געארבעט אויף זיך צוצוקומען צו אזא מדריגה אז דו זאלסט מיינען אז זיי זענען פארקוועטשטע נארעלעך.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

בן תמליון האט געשריבן:זר היקר, וועט איר זיין זשעלעס אויף א דבר אחר וואס איז מנקר באשפה און איז גליקליך כל ימי חייו ס'פעלט איהם גארנישט ס'איז דא גענוג מיסט? ווען מען גיבט אייך אן אויסוואל היינט נאכט צו ווערן א קוה מיט א פולע פעלד שטרוי וואלט איר עס אנגענומען? איך האב גארנישט קעגן די אלע וואוילע מענטשן וואס איר האט אויסגערעכנט, וואס טוט זיך אויף יענע וועלט האב איך באמת קיין השגה, אבער דא למטה איז דער לעבן פילפארביג מער ווי דאס שמאלע אמה על אמה אין וואס יענע האבן זיך אריינגעבאקסט. די וואס גראבן אריין דעם קאפ אין א באבל און זענען גליקליך בין איך גארנישט מקנא. איך וויל וויסן מער, זיך מוטשען מער, האבן מער נסיונות און ספיקות, פאר דעם לעבט א מענטש. אויסער וואס עס איז בכלל נישט שייך יענעם צו מקנא זיין, מיר דארפן טוהן דאס בעסטע מיט וואס אונז זעמיר באשאנקען געווארן, מיר קענען נישט און נישט מחוייב צו זיין יענער.

בן תמליון מאך זיך נישט נאריש, כל מי שאידיש הארץ איז נאך דופק בלבו ווייסט און שפירט אז די אידן וואס זר זהב האט דארט אויסגערעכנט לעבן א העכערן און צופרידענעם לעבן, און טיף אין הארץ גלייבט און טראכט יעדער - אפי' דער כופר (אזויווי דו?) אז 'אפשר' איז טאקע דא א יענע וועלט וואו מ'ווערט באצאלט שכר ועונש פאר אלעס וואס מ'טוט אפ אויף די דאזיגע וועלט, און די אויבנדערמאנטע וואוילע אידן גייען זיצן דארט בהרחווה, און די קנאה לעמפל צינד זיך אן, און מ'פרובירט דאס צו פארלעשן מיט אזוינע סטעיטמענטס ווי דיינע.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

קאנצעפט האט געשריבן:

הרב קאנצעפט, דו לייקנסט אין דעם לפום צערא אגרא? איך גלייב אז שמירת עיניים קומט מיר אן טויזענט מאל שווערער ווי הג"ר זלמן לייב פילאפף. וועל איך נישט באקומען מער שכר ווי אים אויף יעדע מאל איך האלט מיך איין?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

יידל האט געשריבן:

אוודאי אז איך גלייב! אז דו לייגסט ארויס א פייט קעגן יצר און דו מוטשעסט זיך וועט די שכר זיין אומגעהויער גרויס, איך גלייב אויך אז פאר יעדן קרעכץ נאכן דורכפאלן גייט מען באקומען עווענטועל שכר.
אבער דער פארגלייך פון תמליון צו א חזיר (אפי' ער האט נישט ממש פארגליכן) האט געשטינקען פון קאפ ביז פוס!
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אקעי, איך גיי מיך נישט אננעמען פאר בן תמליון'ס פארגלייך, אבער איך בין מסכים צו זיין נקודה אז ס'דא צוויי מהלכים: איינס - זיין אפגעזונדערט פון די וועלט און לעבן גליקליך, און די צווייטע - זיין מעורב בחיי עולם הזה און זיך דארפן ראנגלן צווישן טוב ורע און צווישן חיי עולם און חיי שעה. פון די וואס זר'לע האט אויסגערעכנט זענען דא וואס זענען אינעם ערשטן קאטעגאריע. איך וואלט אויסגעקליבן צו זיין אין די צווייטע קאטעגאריע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

יידל האט געשריבן:אקעי, איך גיי מיך נישט אננעמען פאר בן תמליון'ס פארגלייך, אבער איך בין מסכים צו זיין נקודה אז ס'דא צוויי מהלכים: איינס - זיין אפגעזונדערט פון די וועלט און לעבן גליקליך, און די צווייטע - זיין מעורב בחיי עולם הזה און זיך דארפן ראנגלן צווישן טוב ורע און צווישן חיי עולם און חיי שעה. פון די וואס זר'לע האט אויסגערעכנט זענען דא וואס זענען אינעם ערשטן קאטעגאריע. איך וואלט אויסגעקליבן צו זיין אין די צווייטע קאטעגאריע.

אה הונדערט פראצענט יעדער לאנדעט אויף די פלאץ וואס זיין תכונת הנפש שטעלט אים צו. איך למשל קען נישט זיצן און לערנען מער ווי א האלבע שעה, און 'איך מוז' זען וואס טוט זיך אויף דער וועלט אויך.

אבער פארגעס נישט איין זאך "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו", אונז קען מיר קיינמאל נישט וויסן מיט וואסארא נסיונות די גאר ערליכע אידן שלאגן זיך און זיי גייען באקומען א וועלט מיט שכר דערפאר, אפשר מער ווי אונז.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

אויב אזוי איז דאך ווייטער נישט שייך צו זיין דזשעלעס. זר זהב איז מקנא הג"ר פלוני ווייל ער האט אזא איזי טיים מיט זיין אידישקייט? ווער זאגט אז ער האט אזא איזי טיים? וואס פארשטייסטו צו זיין יצרו גדול הימנו?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יידל האט געשריבן:אקעי, איך גיי מיך נישט אננעמען פאר בן תמליון'ס פארגלייך, אבער איך בין מסכים צו זיין נקודה אז ס'דא צוויי מהלכים: איינס - זיין אפגעזונדערט פון די וועלט און לעבן גליקליך, און די צווייטע - זיין מעורב בחיי עולם הזה און זיך דארפן ראנגלן צווישן טוב ורע און צווישן חיי עולם און חיי שעה. פון די וואס זר'לע האט אויסגערעכנט זענען דא וואס זענען אינעם ערשטן קאטעגאריע. איך וואלט אויסגעקליבן צו זיין אין די צווייטע קאטעגאריע.

הרב גרינוואלד און הרב וויזנער זענען פון די צווייטע קאטעגאריע
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

יידל האט געשריבן:אויב אזוי איז דאך ווייטער נישט שייך צו זיין דזשעלעס. זר זהב איז מקנא הג"ר פלוני ווייל ער האט אזא איזי טיים מיט זיין אידישקייט? ווער זאגט אז ער האט אזא איזי טיים? וואס פארשטייסטו צו זיין יצרו גדול הימנו?

אפשר זאל קיינער נישט מקנא זיין די גרויסע עשירים און די וואל סטריט מאגנאטן, ווייל זיי האבן סאך מער דאגות און זייער לעבן איז שווער... איך וועל בלייבן ארעם און לעבן רואיג...
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 590 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל

שליחה דורך חאצקל »

איינע פון די יסודות מצליח צו זיין אין רוחנית איז הכנעה, הכנעה צום אויבירשטן און צו די וואס ווייזן אן זיינע וועגן. דעמאלס איז מען זיך מוחל א סך תאוות און נטיעות, און דער וועג איז אפן צו שטייגן ווייטער (אויב ס'איז נישט דא קיין אנדערע אומגעווענליכע מכשולות), ס'קען נאך אלס זיין זייער שוווער, אבער מער מעגליך.
די שאלה איז ווי שווער הכנעה זעלבסט קומט אן .
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

יעדער וויל זיין פרום, ער וויל נאר אז דאס וואס ער איז, דאס זאל הייסען פרום
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

א קינד האט אמאל באקומען א מחלה, זיין גוף האט זיך נארמאל דעוועלטפט, אבער זיין שכל איז געבליבן שטיין ביי פינף יאר.
ער האט געהאט אן ערוואקסענע גוף אזוי ווי יעדע צוואנציג יעריגער, אבער זיך געשפילט מיט לעגא'ס, ווי א פינעף יעריגער.
ער איז געווען זייער העפי מיט זיין לעבן, פארשטייט זיך אבער אז זיינע עלטערן האבן געהאט גרויס צער צוצוקוקן ווי זייער צוואנציג יעריגער קינד שפילט מיט פינף יעריגע קינדער.

איין טאג האט א גרויסער סייענטיסט אויסגעטראפן א מהלך צו היילן דעם קינד, אז ער זאל ווערן א נארמאלער אינגערמאן.
האט זיך געשטעלט אזא פראבלעם, דער דאקטער האט גע'טענה'ט יעצט איז דאס קינד העפי און צופרידן, אבער נאכן היילן גייט ער האבן פראבלעמען פון שידוכים, פרנסה פראבלעמען, וואס רוב מענטשן אין זיין עידזש האבן וכו', ווער זאגט אז עס איז א טובה פארן קינד אים צו היילען?
אבער די עלטערן האבן נישט געוואלט הערן פון גארנישט, נאר מ'זאל עם אויסהיילן.

איך מיין די מעשה קען העלפן די ''דזשעלעס'' פראבלעם וואס זר האט.

בבחינת מה שכתב בן תמליון.
קווארטין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 17, 2012 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך קווארטין »

קנאת סופרים תרבה חכמה זאגן חז"ל, דאס מיינט אוודאי א יעדער יוד וואס איז ערליכער ווי מיר, און אז מ'איז מקנא אזעלכע אידן, דאס אליינס איז שוין א מדריגה, ס'ברענגט צו כבוד התורה (ס'נאך ב"ה עפעס פארבליבן היינטיגע צייטן). און ס'מאכט אויך אז מ'זאל אליינס וועלן striven און זיך אנהאלטן מיט די מעגליכע כוחות צו וואס א יוד דארף שטרעבן.
ס'איז אפשר כדאי אדורכצולערנען דעם ערשטן תפארת שלמה אין פרשת בראשית, בקיצור וואס ער ברענגט ארויס, אז יעדע מענטש האט זיך "זיין" וועג וואס דורך דעם איז ער זוכה צו זיין עולם הבא. איינער דורך תורה, און דער צווייטער דורך אמונה, עיי"ש. על כן ברודערליך, לאמיר ביי אונז זיך אפיר זוכן מיט וואס מ'קען זיך אייהאנדלען פאוינטס ביים רבש"ע, און מ'מעג ווייטער מקנא זיין ערליכע יודן, ובפרט אזעלעכע וואס וויסן נאכנישט וואס אינטערנעט מיינט.
פארשפארט