אויב זוכט איר א גייסטרייכע אויסליפטערונג, דאן זעצט אייך ארויף אויפן גאניק מיט א קאלט גלעזל ביר אין איין האנט און א ציגאר אין דער אנדערע האנט, און צינד אן הרב יאקאבסאן, עס וועט אייך אריינפירן אין זעלטענע ספירטואלע מאמענעטן.[/justify]

פרייוויליג האט געשריבן:[justify]רבי יוסף יצחק יאקאבסאן באקאנט אלס (Rabbi YY Jacobson) איז א פראמינענטער רעדנער. און איז וועלט בארימט מיט זיינע אויסטערלישע טיפע שיעורים פון השקפה און אמונה. יעדער וואס האט אים נאר אמאל געהערט קען מעיד זיין אז ער איז פארגאפט געווארן פון זיינע בריליאנטענע רייכע השקפות. ער רעדט מיט א אויסנאמע מתיקות. און יעדער וואס פארשטייט ענגליש וועט זיך דערקוויקען דאס הארץ פון זיין זאפטיגער שפראך און הומאר. סא די וואס ווייסן ווער דאס איז, איז איבריג צו מאריך זיין בשבחו, אז מען הערט אים נאר איינמאל קען מען אים נישט אויפהערן צו הערן. ראביי יאקאבסאן פירט אן די ישיבה דאט נעט וואס האט שוין אינספערירט צאללאזע מענטשן. די לעצטער צוויי וואכן איז דא א פראגרעם יעדן ליל שישי וואו מען מיטהאלטן לייוו א סעריע שיעורים איבער אמונה. מען האלט יעצט ביי סעריע #5 אבער מען קען איבערהערן די פריערדיגע שיעורים אויף זיין וועבסייט, אדער אויף Torah anytime.
אויב זוכט איר א גייסטרייכע אויסליפטערונג, דאן זעצט אייך ארויף אויפן גאניק מיט א קאלט גלעזל ביר אין איין האנט און א ציגאר אין דער אנדערע האנט, און צינד אן הרב יאקאבסאן, עס וועט אייך אריינפירן אין זעלטענע ספירטואלע מאמענעטן.[/justify]
שלמהלע האט געשריבן:קען זיין אז איך בין אנדערש פון יעדעם, איך האב ספעשעל אויסגעהערט זיינע שיעורים לכבוד דעם אשכול, מה נאמר ומה נדבר? ער דערמאנט מיך פון אבאמא, ער קען זייער גוט רעדן, ער מאכט דעם עולם עקסייטעד מיט זשאוקס, אבער אן קיין תוכן, אנגעפאקט מיט ילדות, איך האב מיך ממש געדרוקט עס צו הערן. קיין שום חידושים. זאכן וואס זענען פשוט כביעותא בכיתחא.
גם לרבות, די לעצטע שיעור וואס דער עולם איז אזוי נתפעל דא איז געבויעט אויף א ״פוטנאוט״ פון צמח צדק, און ניטאמאל די צמח צדקס ווערטער, נאר אין זיינע אייגענע ווערטער וויאזוי ער האט עס פארשטאנען.
בקיצור, סך הכל ווייל ער טרענסלעיט יעדע ווארט אויף צוואנציג ערליי ווערטער, און ער שרייט מיט עקסייטמענט, ער ווארפט אריין אפאר אידישע ווערטער, דאס מאכט אים פאר א מעכטיגע רעדנער? ביי מיר דארף א רעדנער קודם פארקויפן עפעס מער תוכן פונעם המון עם. נישט סתם שרייען און טאנצן.
אבער יישר כח פארן ברענגען ווייל איך בין קליגער געווארן צו פארשטיין וויאזוי מאנכע מאכן אפ ווער עס איז א גוטע רעדנער