אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די ערשטע מיינט א שיסער - rifle בלע"ז ( די צווייטע קען זיין מלשון רב, רבי וכדו', מ'ספעלט עס נאר ענליך).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רובא דרובא שרייבן רובא דרובא
מיעוטא דמיעוטא שרייבן רובה דרובה.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

''איך האב נישט קיין פראבלעם מיט עס'', שרייבט איינער דא. עס גרילצט. נוץ ''דערמיט'' אנשטאט 'מיט עס'
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

אזוי אויך שרייבן אסאך: ''פאר דעם זאגט ער'', ווען ''דערפאר זאגט ער'' הערט זיך סך בעסער. יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

ליפא האט געשריבן:יענע זעלבע וועלן שרייבן ''פאר דעם'' ווען זיי ווילן זאגן ''בעפאר דעם''.

וואס איז דער מער מיט "פאר דעם"? אין אסאך אידישע דיאלעקטן איז דאס ווארט "בעפאר" נישטא.
דרך אגב ס'איז דא אױך א וויכטיגער אונטערשייד צװישן "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "פאר" מיינט מען "before/in front of him", למשל "איך שטיי פאר אים אין דער ריי", נישט הינטער אים) און "פאר אים" (מיטן טראפ אויף "אים" מיינט מען "פאר זיינעט וועגן, לטובת אים", נישט פאר קיין אנדערן).

אסאך שרייבן דא "פאר ער איז געגאנגען..." מיר קלינגט בעסער׃ "איידער ער איז געגאנגען...". וואס מיינט מען?
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

ליפא האט געשריבן:געמיינט צו זאגן אז זיי נוצן ''פאר דעם'' סיי פאר 'דערפאר' און סיי פאר 'איידער', אזוי אז ווען מ'ליינט זיי קומט עס ארויס נישט פראפעשינאל געשריבן.

אקיי פארשטאנען. איך בין מסכים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

עטליכע ניקס האבן זיך שוין באנוצט מיטן אויסדרוק "דברים כדברונות".
דאס איז א גרויסע טעות, דער ר' קומט בעפאר דעם ב', כזה: דברים כדרבונות. וסימנך "דארווין".
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:עטליכע ניקס האבן זיך שוין באנוצט מיטן אויסדרוק "דברים כדברונות".
דאס איז א גרויסע טעות, דער ר' קומט בעפאר דעם ב', כזה: דברים כדרבונות. וסימנך "דארווין".

אכן, דברי דארווין הם דברים כדרבונות...

[אזוי וואלט [tag]יאיר[/tag] געזאגט].
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דברים כדברונות דארף צו זיין מער מליצה'דיג, ווייל די טייטש פון דרבנות (א שטעכעדיגע נאדל, איא?) קומט נישט אייביג אריין.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
screenshot.png
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

לאשיצער האט געשריבן:אנגעצינדען, אנגעצינדן, אנגעצונדען... ווי דארף זיין דער אויסלייג?
האט נאך איינער באמערקט אז אין קאווע שטיבל שרייבט זיך דאס ווארט אויף דרייערליי אופנים?
screenshot.png

לול. ריכטיג איז "אנגעצונדן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אנגעצינדן נראה לי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: אין מיין לעקסיקאן איז דא גרויסער חילוק פון דעם ווארט..."ריכטיג"... און דעם ווארט..."אויפ-ריכטיג"...ס'איז צוויי גאר באזונדערע זאכן.
דאס ערשטע מיינט, ריכטיג. צו דער זאך....דאס צווייטע מיינט,...אמת'דיג...!

ס'איז דא א ווערטל: בעסער אן אפענער פיינד איידער א נישט אויפריכטיגער פריינד. (א נישט אמת'דיגער, נישט עכטער)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

ביי אונז וואלט מען געזאגט פאלשער פריינד
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

אמת, אויפריכטיג מיינט sincere.  אנדערש ווי פארריכטן דעם אויסלייג פון "אנגעצונדן", איז מיין גאנצע תגובה געווען געשריבן  אומפארמאל און נישט אין פלאץ.
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אנגעצינדן נראה לי.

ישראל קאפקע: לכאורה איז יואב גערעכט. ווען איך זאג א לשון הווה, איז שייך צו ספעללן..."צינד" אן. אבער א לשון עבר "פעסס'ט טענס שרייבט מען מיט א "וואוו"...!

אזוי האב איך אמאל געזען אין יידישע ווערטער-ביכער, און עז פאר איך דענק פון ביכער וואס כ'האב געלייענט אין אידיש איז דאס אזוי.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אין די מעלות/מאמע לשון חודש שבט רעדן זיי איבער שטעט, אויב מען דארף צולייגן אן אויבערשטרעכל ווען מען רעדט דערפון. צי מען שרייבט ברסלב'ער אדער ברסלבער.
זיי שרייבן אז די סיבה פארוואס מען לייגט אויס די שטאטישע נעמען אויף א לשון הקודש'דיגע וועג איז נאר ווייל מען האט עס אזוי געשריבן אין די אלטע שו"ת ספרים אדער אין כתובות, אין די צייט ווען אידיש האט נאכנישט געהאט קיין געהעריגע כללים, אבער באמת וואלט מען זיי געדארפט אויסלייגן אין אידיש, און דעריבער קומט נישט קיין אויבערשטרעכל.
וואס זאגן אונזערע מבינים דערצו?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך זאג, אז אויב גייט מען לויט די אידישע כללים דארף מען שרייבן 'ברעסלאווער' [אדער ברעסלעווער]. אויב שרייבט מען 'ברסלב' אין א לשה"ק'דיגן אויסלייג, דאן דארף מען זיכער שרייבן ברסלב'ער.

משא"כ סאטמאר וויזשניץ וכו', וואס איז זעלבסט אויסגעלייגט לויט די אידישע כללים, שרייבט מען סאטמארער וויזשניצער וכו' אן א שטרעכל אינדערמיטן.
פארשפארט