שיר השירים

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קלינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:08 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שיר השירים

שליחה דורך קלינג »

חז"ל זאגן אז אלע שירים זענען קודש, אבער שיר השירים איז קודש קדשים. אין דעם שיר דרוקט שלמה המלך אויס די אומבאשרייבליכע קעגנזייטיגע אהבה פון כנסת ישראל צו כביכול. שלמה המלך רעדט וועגן א ליידנשאפטליכע ליבשאפט וואס ער מאלט אפ מיט די שענסטע ווערטער.

"מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה ונהרות לא ישטפוה". די ווערטער און אילוסטראציעס וואס שלמה המלך נוצט אויסצודרוקן און אראפמאלן די ליבשאפט זענען אזוי אויסטערליש ראמאנטיש אז מ'קען צעגיין ביים זאגן די ווערטער. ווער רעדט שוין פון "שולמית", די קאלירן און פארבן וויאזוי ער מאלט ער אראפ.

שלמה המלך האט אין דעם שיר אויסגעדרוקט דעם בענקשאפט און געזוכטער קשר וואס אידן האבן און וויאזוי זיי זוכן דעם אויבערשטן. די דביקות וואס א איד קען פילן מיט די שכינה איז העכער און לויטערער ווי יעדע סארט אהבה וואס א מענטש קען זיך נאר פארשטעלן. אבער שלמה המלך האט עס געוואלט אראפגעבן מיט ווערטער, האט ער גענומען די גרעסטע אהבה וואס א מענטש קען נאר, און די אהבה האט ער אראפגעמאלן אויפן שענסטן אופן, און דאס גענומען אלס א משל לסבר את האוזן אויסצוזינגען די ליבשאפט צו כביכול.

מיר ווייסן אז שלמה המלך איז געווען דער חכם מכל אדם, אבער דא האט ער זיך אביסל באנארישט. וואס איז אים איינגעפאלן צו נעמען ראמאנטישע אהבה אלס א משל? קודם כל פאסט בכלל נישט פאר א היימישע איד צו רעדן וועגן אזעלכע זאכן און נאך דערצו אויף אזא גראבן אופן! עס פאסט נישט, הויכגעשעצטער קעניג, צו רעדן וועגן אזעלכע זאכן. מיר פארשטייען טאקע אז שלמה המלך איז אנדערש. ער איז געווען א געלערנטער מענטש, א קעניג, און שוין (וואס דארף מען רעדן). אבער אלס חכם מכל אדם וואלט ער געמעגט וויסן אז א אידיש קינד טוט נישט אין די זאכן און קיינער וועט במילא נישט פארשטיין וואס ער רעדט. כ'מיין, נשים, אהבה, און נאך אנדערע אזעלכע זאכן וועגן וואס עס פאסט נישט צו רעדן אפילו ברמיזה... וואס איז געווען זיין חשבון?

דאס אז עס פאסט נישט פאר א אידיש קינד צו רעדן (און אפילו וויסן!) פון אזעלכע זאכן איז איין זאך. אויף דעם וואלטן מיר נאך געקענט מלמד זכות זיין אז ס'איז העכערע זאכן און די ווערטער מיינען נישט דאס וואס מיר, געמיינע מענטשן מיט אזויפיל שמוץ אין קאפ, רעדן זיך איין עס מיינט. אהבה? אבערווייז! דאס זענען קאוד ווערטער פאר אנדערע זאכן. ווען ער רעדט פון שולמית, מיינט ער קוגל און די זוכעניש פון וואס ער רעדט איז א קאוד פאר הונגער. אינאיינעם איז פשט: הונגעריג און זוכט קוגל. אזוי האט שלמה המלך קונצליך באהאלטן דעם אמת'ן משל אונטער א שיכט פון קאוד ווערטער, און ער האט אפילו אריינגעווארפן א רמז דערצו: "גן נעול אחתי כלה גל נעול מעין חתום", וואס מיינט צו זאגן אז די אמת'ע טייטש פון די ווערטער איז באהאלטן געווארן אונטער א "קוואל", ווייל נאכן עסן קוגל איז מען דורשטיג. און שוין.

עס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין פארוואס דער קלוגער קעניג האט באשלאסן אונז מסביר צו זיין די זאך מיט א משל וואס מיר פארשטייען נאך ווייניגער ווי דעם נמשל. ליב האבן דעם אויבערשטן? יעדעס פינף יעריג קינד ווייסט וואס דאס מיינט! דער אויבערשטער איז אזוי ווי א קעניג, א מלך רחמן, און יעדער ווייסט דאך וואס א קעניג מיינט! מיר אלע ווייסן אז דער אויבערשטער האט אונז אלע ליב אזוי ווי א טאטע און א רבי, פון וועמען עס גיסט זיך געווענליך איבער די ליבשאפט צו די תלמידים, ווי יעדער קען אליין מעיד זיין פון די אייגענע ערפארונג.

אבער זאל שוין זיין אז מיר פארשטייען נאך אלץ נישט געהעריג וואס אהבה צום אויבערשטן מיינט, און זאל שוין זיין אז א פרוי איז יא דער בעסטער וועג וויאזוי ממחיש צו זיין די אהבה. פארוואס קען ער אבער נישט רעדן געהעריג, אן גנב'ענען ווערטער און מושגים פון די גוים? זאג: די ליבשאפט פון אידן צום באשעפער איז ווי א שיינער באלעבאטישער שידוך, און יעדער וועט פונקטליך פארשטיין וואס דו מיינסט צו זאגן. פארוואס מוזטו רעדן פון די שיינקייט פון נשים, אדער פון די אנדערע אומאיידעלע ענינים? דברים שבינו לבינה זענען נישט קיין שיינע זאכן. גוט, משום קיום דעלמא דארף מען ליידער צוקומען דערצו און ס'איז קלאר אז ווען נישט דער חטא עץ הדעת וואלט די מענטשהייט געווען פריי פון דעם פראבלעם, אבער מאכן דערפון א לכתחילה, און אזוי מחלל זיין אזא הייליגע זאך ווי אהבה?

דאס איז טאקע די סיבה פארוואס מ'האט אנגענומען אלס א דבר פשוט אז שיר השירים איז העכערע זאכן און די ווערטער מיינען נישט כפשוטם. יש אומרים אז ווען דער סנהדרין וואלט יעצט געווען געהעריג אינעם לשכת הגזית וואלט מען עס גונז געווען מפני שדבריו סותרים את מנהג ישראל דברי תורה אז די אלע ענינים זענען מיאוס און געמיין און ווען נישט די שוואכע דורות וואלט די גאנצע זאך געדארפט אויסגעריסן ווערן (און באמת איז אכשיר דרא און נשים גייען טאקע אלס מער צוריק צו זייערע אמת'ע תפקידים אויף דער וועלט: מאכן קוגלען און טראגן ברייטע, שטילע, שווארצע בגדים).

אין אמת'ן קען מען זאגן אז שיר השירים איז טאקע געשריבן געווארן פאר די שוואכערע אידן. ערליכע היימישע אידן, אנ"ש יראים וחרדים לדבר השם דארף מען דאס נישט מסביר זיין אויף אזעלכע אופנים, ווייל זיי וועלן סיי ווי נישט פארשטיין. קודם כל האבן מיר אלע ליב דעם באשעפער און דערפאר וויינען מיר ביי יעדע געלעגנהייט, ווייל אהבה ברענגט דאך צו עצבות כידוע. והשנית, איז די גאנצע זאך גארנישט אזוי קאמפליצירט אז מען זאל דארפן מאכן א גאנצן חיבור דערויף. בענקשאפט און ליבשאפט צו די שכינה איז פונקט ווי יענער באלעבאטישער פשי-הו-הא שידוך, וואו יענער ריזיגער שדכן וואס טראגט נישט אן אונטער א 10,000 דאלאר דיפאזעט האט אויסגעפירט צווישן הרבני הנגיד ר' שמעלקא באבאגאנוש הי"ו און הרבני התורני בנש"ק הרב לעמיל שאפאנהאפער שליט"א (צופעליג האט דער א זון און יענער א טאכטער, אבער דאס איז שוין נישט נוגע לעצם הענין).

מיט דעם משל איז אלעס אזוי סאך גרינגער צו פארשטיין! די בענקשאפט איז דומה צו די בחור'ישע און מיידלישע יארן וואס די צוויי שידוך-אבדזשעקטס האבן בשלום דורכגעשטופט. די ליבשאפט איז גלייך צום שידוך. די גרויסע מזל טוב'ס אין די צייטונגען איז די "בקשתי את שאהבה נפשי", און "אקומה נא ואסובבה בעיר" רעדט פון נאך די חתונה, ווען די צוויי אומוויכטיגע פרטים פונעם שידוך, בחור און מיידל, וועקן זיך אויף פון שלאף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און ווי א בת קול וואס [tag]קלינג[/tag]ט אפ מסוף העולם ועד סופו, דינערט אפ די מעסעדזש פון קלינג.

קלינג קלינג, ווען איך זע דיינס א מאמר איך שפרינג, און א מויל מיט לויב איך זינג, אויפן פרישן דיימאנד אינעם גאלדענעם רינג.
פארשפארט