קוקו מביא קוקו...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

קוקו מביא קוקו...

שליחה דורך ונבנתה העיר »

איך האב פיינט קאנפידענס, אוי האב איך איהר פיינט.

לאמיך אייך קודם זאגן פון וועלכע קאנפידענס איך רעד נישט, זי איז גאר א גוטע און וויכטיגע, זי איז א קאנפידענס פון שטאמט פון ביטול.

איהר זעהט, אויב איך דארף נישט זיין מער אדער ווייניגער ווי איך בין, אויב איך דארף נישט א מסקנא אויף שאלות – איך קען בלייבן ביים ספק, אויב איך קען צוריקציען היינט – מיט א גלאטן פנים – פון מיין נעכטיגע מסקנא ווייל דו האסט מיר געוויזן פארקערט, אויב עס דרוקט מיר נישט צו ווערן 'דו' ווייל דעמאלטס וועט נישט זיין א איך וואס איז געווארען דו, עס וועלן זיין צוויי דו'ס און זערא איך'ס, דאס איז א גוטע קאנפידענס – א ביטול'דיגע קאנפידענס וואס בויעט איהר בעל הבית און ברענגט אויף איהם שינויים לטובה ביזן קבר.

דערנאך, מיינע פריינט, איז אבער דא א פונקט פארקערטע קאנפידענס, די 'מסקנות קאנפידענס', זי געפינט זיך ביי די וואס ווייסן אלץ און אלעמען, דאס זענען די מענטשען וואס ווייסן נישט פון אן 'איך ווייס נישט', נישטא קיינע ספיקות אדער – גאט באהיט – חרטות, און איהר קענט זיי טרעפן איבעראל, פונעם דיין'ס שטוב ביז'ן ארבעט'ס פלאץ, זייער קאנפידענס נעמט זיך פונעם גאר פארקערטן עקסטרעם, זיי זענען שוין די מסקנא, זיי וועלן זיך משכנע זיין אז עס לוינט זיך נישט צו זיין עפעס אנדערש ווי זיי אליין.

זייער מיסיע אין לעבן איז צו קלויבן מסקנות – יעדע מסקנא איז א פרישע ציגל אין זייער טורעם פון קאנפידענס, פארדעם איז מען געבוירן און פארדעם לעבט מען – זיכער צו מאכן אז יענער און יענס נישט און איך יא, און עס איז א סעלף סאסטעיניג מעכאניזם, וואס מער געקליבענע מסקנות אלץ שנעלער און גרינגער וועט ער האבן נאך איינס.

פון דארט און ווייטער גייט עס נאר בארג אראפ, די מאס חכמה\טפשות וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט האט שוין נישט קיין שאנס צו וואקסן, מהיום והלאה האט איהר איין ברירה, אויסהערן זיינע קלארע מסקנות אויף יעדע זאך, פון פארוואס דער אייבערשטער דארף מיליאנען גאלאקסיעס ביז וועלכע דייעט איז די איין און איינציגסטע אמת, ואיידי דטריד למיפלט לא בלע.

ומה שידוע ליודעים אז וואס גרעסער די טפשות אלץ מער קאנפידענס, איז לויט דעם – אין א געוויסע בחינה - די מעשה פארקערט, עס הייבט זיך אהן ביים קאנפידענס וואס שלעפט די טפשות אין איהרע פיסטריט.

כ'האב שוין לאנג, זייער לאנג, געוואלט שרייבן הגהות אויף א קונטרס פון א איד בלאך ממאנסי וואו ער איז 'מוכיח' ווי אפגעפרעגט קופערניקעס איז אז די ערד דרייעט זיך ארום די זוהן, אבל מה אעשה, ווען איך קוק דארטן אריין קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ, ווען ער קומט ווען מיט א ביטול און פראבירט קוועטשן אהער און אהין, נו, פארוואס נישט, קומען קומט ער אבער מיט'ן גאנצען קאנפידענס, מאכט זיכער צו שרייבן יעדע פיפטע ווארט מיט ענגלישע אותיות, דער און דער סייענטיסט האט איהם כלומר'שט מודה געווען כך וכך וכו', גיסט עמערס ביטול וקללות ולא נחה דעתו ביז ער בא'טיטול'ט קופערניקעס מיט א 'ימ"ש'...

מיינט איהר דאך אודאי אז ער זאגט גוט? עה[!], קודם קאכט מען זיך אין אפאר אלטמאדישע פילאזאפיע'ס - ווער ס'איז דער צענטער ער איז די תכלית וכו' וכו' [איי מכל מקום זעמיר נישט קיין צענטער, נישט פונעם גאלאקסי און אודאי נישט פון די יונעווערס?], זיינע הוכחות מה"ת זענען בערך ווייל ס'שטייט אין פסוק דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת [במח"כ די וואס האבן דאס גענוצט לראי' פארשטיי איך נישט וואס זיי ווילן], און אויף די הוכחה הידועה אז אויב די זוהן דרייעט זיך וועט אויסקומען אז געוויסע שטערן פארן שנעלער ווי די ספיד אף לייט איז זיין תירוץ אז עס איז א נס...

איך זאג נישט, דו מעגסט זאגן נס, אבער זיי עס כאטש מבליע אין א הוס...

עכ"פ, וואו קום איך דא אהער? איך האב היינט באמערקט אז דאס איז שוין א פראבלעם מימות עולם, קוקענדיג היינט אין ספר הברית (מאמר כ' פכ"ה) וואו ער איז מאריך קעגן לערנען פילאזאפיע, זעה איך ווי ער פרייעט זיך גאר שטארק מיט קאנט'ס נייע ספר וואו ער האט איינמאל פאר אלעמאל אפגעפרעגט די גאנצע מושג פון פילאזאפיע [עוד נגע אחד אביא על הפילוסופיאה ... כי בפעם הזאת אני שולח את כל מגפותי אל לבם ... וכל חכמתם תתבלע].

אביסל ווייטער רירט ער אהן די נקודה, בלשונו הנפלא גיסט ער דארט זהב רותח אויף לייבניץ, דערנאך שרייבט ער:
וכאשר תאמר אלי כבר החזיקו בדעותיו והלכו בדרכיו איזה חכמים מפורסמים, אף אני אשיבך מי לנו גדול בחכמה מן הרמב"ם ז"ל אשר החזיק בדעות אריסטו וסמך עליו כעל עמוד ברזל, ולא הוא בלבד אלא אף גם חכמים רבים מחכמי האומות אשר קמו אחריו דור אחר דור כולם האמינו בכל דבריו וקבלו כל דעותיו והלכו בדרכיו זמן רב, עד שכל מי שהי' מסרב בדבריו וממאן בהנחותיו הי' לחרפה למשל ולשנינה בעיניהם כמכחיש במה שנתאמת החוש מן החושים, ובכל זאת קמו החכמים האחרונים מחכמי הגויים וסתרו הנחותיו ובטלו דעותיו, כי שמו דבריו והנחותיו בכור המחקר ולא עמדו בנסיון, ומראיהן רע ככסף סיגים מחופה על חרס, ונמנו ורבו ובטלו דבריו.

און איך טראכט צו מיר וואט עי וואנדערפאל ווארלד, דא האלט איך א ספר וואס בימיו זענען זיינע אינפארמאציע טאקע געווען די לעיטעסט ענד גרעיטעסט, אבער כהיום ווייסן מיר אז עס איז 4\4 שטותים, אלעס אפגעשריבן מיט הוכחות וביאורים, און דא איז ער מיר מסביר אז גארנישט איז פארזיכערט, היינט טאנצט יעדער – ובתוכם הרמב"ם – קדוש, און מארגן לאכט יעדע קינד דערפון.

דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת, יעדע תקופה חזר'ט זיך איבער די זעלבע שפיל, מ'לאכט פון די אלטע און אין די זעלבע צייט גלייבט מען באמונה שלימה אין די נייע, לו חכמו ישכילו זאת – נעמט'ס עס אין קאפ אריין, עס איז נישט דא קיין 'זיכער', וויפיהל דו זאלסט נישט וויסן ווייסטו גארנישט לגבי וויפיהל עס איז דא צו וויסן, אז נישט זעהט מען אויס ווי איין משוגע'נער אין משוגעים הויז וואס לאכט פונעם צווייטן ווייל יענער איז משוגע.

ווי ר' הלל פאריטש'ער האט געזאגט, די חילוק פון מיר ביז'ן רבי'ן [דער צמח צדק] איז ווי מיר מיט א קאץ, און נישט אז די מרחק צווישן מיר מיט א קאץ דאס איז דער מרחק פון מיר מיט'ן רבי'ן, נאר אז לגבי דעם רבי'ן בין איך מיט'ן קאץ גלייך.

אלזא, טייערע ברידער, דאס איז מיין צואה צו אייך, ווערט נישט פארכאפט אין דעם סייקל און מאכט אייך נישט צונאר, קיין זיכער איז גאר נישט פאראן, וואו איהר הערט עפעס א נייע זאך זייט איהם מקבל מיט א געפיהל פון הכרת הטוב, רודפ'ט דעם קאנפידענס עד חרמה, כי כה אמר ה': קאנפידענס ברענגט אראגענס און אראגענס ברענגט איגנארענס, און דאן איז קיין האפענונג פארהאן.

טוהט אייך אהן מיט ביטול וועט אייך גוט זיין.

אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

:like

געוואלדיג!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

זייער שטארקע רייד!
איך האף נאר אז די צוואה איז נישט כדוגמת צוואת [tag]לכבוד שבת קודש[/tag].
גיימיר זיך מתלבש במלבשיא דפודזשמיא, און זיך ארומוויקלען מיט א קאנפעדינס פון ביטול און לאזן דעם שר החלומות טוהן דאס זייניגע...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'האב שוין לאנג, זייער לאנג, געוואלט שרייבן הגהות אויף א קונטרס פון א איד בלאך ממאנסי וואו ער איז 'מוכיח' ווי אפגעפרעגט קופערניקעס איז אז די ערד דרייעט זיך ארום די זוהן, אבל מה אעשה, ווען איך קוק דארטן אריין קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ, ווען ער קומט ווען מיט א ביטול און פראבירט קוועטשן אהער און אהין, נו, פארוואס נישט, קומען קומט ער אבער מיט'ן גאנצען קאנפידענס, מאכט זיכער צו שרייבן יעדע פיפטע ווארט מיט ענגלישע אותיות, דער און דער סייענטיסט האט איהם כלומר'שט מודה געווען כך וכך וכו', גיסט עמערס ביטול וקללות ולא נחה דעתו ביז ער בא'טיטול'ט קופערניקעס מיט א 'ימ"ש'...

מיינט איהר דאך אודאי אז ער זאגט גוט? עה[!], קודם קאכט מען זיך אין אפאר אלטמאדישע פילאזאפיע'ס - ווער ס'איז דער צענטער ער איז די תכלית וכו' וכו' [איי מכל מקום זעמיר נישט קיין צענטער, נישט פונעם גאלאקסי און אודאי נישט פון די יונעווערס?], זיינע הוכחות מה"ת זענען בערך ווייל ס'שטייט אין פסוק דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת [במח"כ די וואס האבן דאס גענוצט לראי' פארשטיי איך נישט וואס זיי ווילן], און אויף די הוכחה הידועה אז אויב די זוהן דרייעט זיך וועט אויסקומען אז געוויסע שטערן פארן שנעלער ווי די ספיד אף לייט איז זיין תירוץ אז עס איז א נס...

איך זאג נישט, דו מעגסט זאגן נס, אבער זיי עס כאטש מבליע אין א הוס...

היינט האב איך זיך נאכאמאל אנגעטראפן אין זיין ביכל, קיין גראד ווארט איז דארט נישט צום געפונען, אבער די שטיקל האט מיר כאטש געברענגט א שמייכל, הערט א ראי' אז אין אטאם האבן זיי עפעס יא פארשטאנען...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

זייער שיין [tag]ונבנתה העיר[/tag].

אבער איך בין אביסל מחולק מיט דעם רושם וואס קומט ארויס, (כאטש איך בין נישט זיכער אז איהר האט דאס געמיינט), ווי כאילו יעדן דור קומט מען אויף מיט נייע חידושים, און לבסוף ווערט נתברר אנדערש.
עס איז נישט פונקט אזוי, עס איז קלאר אז מיר פארן נענטער און נענטער, מיר ווערן קלוגער און קלוגער, און מיר דארפן שרייען מיט ״קאנפעדענס״ אלעס וואס מיר האלטן היינט פאר ריכטיג, אלס א שטאפל צו די קומענדיגע קארעקשן.
ועוד יש להאריך בזה, אבל הזמן קצר והמלאכה מרובה, ובעה״ב דוחק, (מאן בעה״ב הוא [tag]כוכב[/tag]).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נורא! הרב [tag]ונבנתה העיר[/tag] האט מיך היינט דא אריינגעשלעפט, און נהנתי מאוד פון זיינע זיסע פארלייכטענדע רייד. איך האלט שוין לאנג אז מען וואלט געדארפט ארויס קומען מיט א ביאגראפיע איבער רבי פנחס אליהו הורביץ זצ"ל. פון זיינע ספרים שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטע פיגור. ווען מען הייבט אן צו לערנען די הקדמה איז ער משביע אז קיינער טאר נישט איבערדריקן אדער צענזורירן דעם ספר. נאך דעם איז ער מחרים אז מען זאל נישט ליינען דעם ספר בדילוג, ניטאמאל איין שורה. אזוי ווי ביים שרייבן א מזוזה.. און ער לייגט צו אז אויב לערנט מען א שפעטערדיגע סימן פאר די פריערדיגע גייט מען עס נישט פארשטיין. בו בזמן וואס ער שרייבט אז ער שרייבט זיין ספר מיט אזא פשוט'ע לשון אז יעדער אינגעלע קען דאס פארשטיין. וואס אן אמת איז אז ער איז טאקע געווען א ריזן דענקער, און א גרויסע חכם, און זיין פעדער איז א יחיד במינו. אבער עס איז קענטליך צווישן די שורות ווי ער שפאנט מיט א געוויסע אגענדע, ווי איידער צו זוכן צו ערקלערן וואס ער מיינט ווירקליך. און גראדע שרייבט ער דאס בפירוש אז זיין כוונה איז געווען זיך צו פארמעסטן מיט די פיליזאפן. לאמיר האפן אז [tag]אדנירם[/tag] וועט אמאל אריינקומען מיט אן אויספירליכע וויקיפידע איבער אים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ונבנתה העיר האט געשריבן:אלזא, טייערע ברידער, דאס איז מיין צואה צו אייך, ווערט נישט פארכאפט אין דעם סייקל און מאכט אייך נישט צונאר, קיין זיכער איז גאר נישט פאראן, וואו איהר הערט עפעס א נייע זאך זייט איהם מקבל מיט א געפיהל פון הכרת הטוב, רודפ'ט דעם קאנפידענס עד חרמה, כי כה אמר ה': קאנפידענס ברענגט אראגענס און אראגענס ברענגט איגנארענס, און דאן איז קיין האפענונג פארהאן.

טוהט אייך אהן מיט ביטול וועט אייך גוט זיין.

אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום.

אפשר וויל מען מיט דעם מרמז זיין אז אין א געוויסן זין דארף מען יא זיין א מלעיג על דברי חכמים הקודמים [בעניני מדע] און אומזיכער, וואס אויף מלעיגיהם טרעפן מיר די בחינה פון נידון בצואה (עירובין כא:).

שיחתן צריכה לימוד.

ועיין בחתימתי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט