מהפכות וואס האבן נישט געמאכט די העדדליינס כראוי.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8035 מאל

מהפכות וואס האבן נישט געמאכט די העדדליינס כראוי.

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך בין קאווע טרינקער, איינער געדענקט נאך? יא, איך לעב, בעל כרחך. איין ווארט נאר פאר איך הייב אן, נאר איין ווארט, ווייל ברוב דברים קען נתעורר ווערן די קשיא סיימתי דשבחיה דשש? – ממש נישט באשרייבליך די תוכן און די ארט פון יעדע פאדעמ'ל וואס אונזער שר וגדול איז מְשַזֵר מהנה ברוב טיבו וכשרונו.

וואס ברענגט מיך איצטער ארויס פון קבר איז זייער פשוט. ליידער, אזוי גייט די וועלט, אז העדליינס גדולות משכחות הקטנות, יעדען טאג איז דא פרישע נייעס, און אמאל קומט נישט אויס צו רעדן און באגריסען קלענערע נייעסן וואס וואלט באמת געפאסט מ'זאל פון דאס מאכן פאר די נושא פאר קינד און קיינד.

דאס מאל האט דער "פאור-באל" אזוי איבערגענומען די מענטשהייט, אז אפילו א זאך וואס וואלט ווען געזאלט נייעס אן איבעראשונג, אין פרידענסט צייטען, איז דאס מאל געקומען און געגאנגען אונטער דעם רעדער, ולא נודע.
יעצט אז די בהלה איז שוין פאריבער, דער עולם איז אויסגעוואקסען די זיסע חלומות, איז צייט צוריקצוקוקען אויף די פארגעסענע נייעסלעך פון די לעצטע פאר חדשים.

אונז לעבן אין א דור פון רדיפות, מ'לויפט, מ'איז נישט צופרידען מיט וואס מ'האט, מ'האלט אז ס'קומט זיך מער, און דאס וואס מ'באקומט שוין יא, נעמט מען נישט אויף מיט גענוג הכרת הטוב פאר דער וואס שטעלט עס אהער. דאס איז א כלל אין אסאך הינזיכטען, אבער ביותר שטעלט זיך ארויס דעם פראבלעם ביי אונזער כמעט-פארגעסענע נייעס.

צו דעם קען מען אויך צולייגן – ומכאן הקריאה יוצאת – מענטשן רעדן זיך כסדר אפ אויף די עשירים אונזערע אז זיי געבן נישט גענוג צדקה, אין די צייט וואס איז קלאר ווי טאג – ווען מ'פאסט ווען אויף די כמעט-פארגעסענע-נייעס'לעך – אז ס'נישט אזוי, אונזערע עשירים לאזן זיך קאסטען שווערע רבבות פאר די סאמע גאר וויכטיגסטע צרכי הכלל.

פון די אנדערע זייט, אויף רבנים און דיינים, הערט מען נאכאנאנד פארשידענע סארט קריטיק, פון די קלענסטע טענות ביז די גרעסטע קשיות – דאס איז אלץ א דירקעטע הוצאה פון נישט זיין באהאוואנעט אין די טאג טעגליכע אפעראציע פון איינע פון די גרעסטע רבנים בדורינו, א איד וואס איז מקיים פת במלח תאכל, אלץ כדי צו מזכה זיין אנדערע אידן מיט נוצבארע געצייג.

אנטשולדיג פאר שלעפן ביז אהער, אבער לדעתי וואלט די ערשיינונג פון נייע "ספר תהילים – עוז והדר" מהדורת פרידמאן, זיכערמאן, בערקאוויטש, געזאלט זיין די שיח ושיג סיי אין מקוה און סיי אין עזרת נשים. די מעלות פון די תהילים איז אומבארשרייבליך!! די אותיות זענען מנוקד, מופסק מיט קאממעס און פינטלעך. ועל כולם, בעפאר יעדע קאפיטל האבן די גאוני מכון עוז והדר מברר געווען פון צענדליגע מדרשים און כתבי ידות די פונקליכע היסטאריע און די מצב וואס האט געברעגנט קעניג דוד צו פארפאסן דעם זמר'ל, למשל פאר קאפיטל ג', שרייבן די חברי המכון "מזמור זה תיקן דוד בעת ברחו מפני אבשלום שמרד".

איך ווער נישט אזוי נתפעל פון די עצם ארבעט, נאר פון דעם חידוש אז עד שבא עוז והדר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו דרוקען דעם ספר תהילים מיט גרויסע אותיות, און נאך מיט נקודות! ממש א פלא, ס'מוז זיין אז מקום הניחו לו פארן נשיא המוסדות צו מזכה זיין כלל ישראל, בפרט בית יעקב אלו הנשים, מיט א תהילים מפואר עד מאוד!!
Under influence

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר