עטליכע אינטרעסאנטע און מאדנע עפיזאדן אין די 12טע פרק: 1) נחום און שולעם שוין ב"ה נאכאמאל צוקריגט. מ'זעט נישט אז שולעם זאל פארקויפן די חלקה. פארקערט. שולעם שרייט איך פארקויף נישט אפילו פאר א מיליאן דאלער, אבער נוחעם זאגט אז ער האט עס יא אפגעקויפט! (!) 2) חנינה טוניק קומט נישט אן צו די באגעגעניש פון זיין טאטע מיט רוחמי ביי די גאז סטאציע. פארוואס? 3) גיטי פארט אוועק אינמיטן די נאכט, און ברעטעט אוועק בשעת זיי דרייווט. האט נישט קיין הענט און קיין פוס. 4) וויאזוי האט איר ליפי אויפגעפיקט. 5) קיווע אנטלויפט פון די פארשטעלונג, פארוואס? ליבי קומט אן און טרעפט אים אין א עפעס א שטיבל פאר'חלומ'ט - אין לו שחר.
דער שטיבל וואו קיווע זיצט פשרחלום'ט און ליבי קומט עם טרעפן, איז אן אלטע איטאליענע שול וואס די אינטעריער דערפון האט מען אריבערגעפירט קיין ארץ ישראל און געפינט זיך היינט אין 'מוזיאון ישראל' וואו די סצענע פון קיווע'ס תערוכה שפילט זיך אפ, די גאנצע שול איז אייגענטליך א עקזיביט פונעם מוזעאום. פאר איין סעקונדע אינעם שאו, פאר די שול סצענע, קען מען זעהן די אריגינאלע אריינגאנגס שילד מיט א קליין טאוועלע פון די מוזעאום, דו"ק ותשכח. איך האב גראדע הנאה געהאט פונעם איינפאל וויאזוי די שרייבער האבן אויסגענוצט די אפורטיוניטי...
לא תתגודדו - איר זאלט זיך נישט איינטיילן אין גרופעס [דברים י"ד א']
דווקא מאד אהבתי את הסיום הזה בדיוק כמו שצפיתי ! ליבי לבסוף הבינה מה הם הרצונות שלה ומה הרצונות של "לא יודע מי" גם אהבתי איך שהם הצליחו למסור מסר שלפעמים גם החלטות חשובות מעורבים בנגיעות עצמית =היריבות של שלום ונוחם גם שצריכים לסלוח מכל הלב ולהמשיך הלאה ! ואיך אני אוהב את שלום -אם רגשות כל כך עמוקות איש אם לב טוב שמכוסה לפעמים עם המשגעתן שלו !
וואס בלייבט נאר שווער איז, ווי געוויזן אין פריעדיגן פרק אז נחום אדארך שווערע צייטן, אזש ער האט געדארפט בעטן שלום זאל אים פארשאפן א הלוואה, נו ווי קומט צו אים יעצט א סכום פון 11 טויזענט דאלער אפציקויפן די חלקה בעילם שם?
אין דעם עפיזאד האבן זיי געוויזן די שענסטע, און טיפסטע באגראבענע זייט פון שלום. פון אנפאנג דאכט זיך אז שלום'ס אויפברויז איז צוליב מה יאמרו הבריות, "כל הגאולה!". אבער אין די ענדע זעהט מען וואס רייסט ביי אים, זיין פרוי פון פערציג יאר, איר סאמע שטרעבונג און עצם מהות איז געשענדעט. ער צורייסט נישט דאס בילד. ער איז מבער די חלק "הפרוצה". ער גיבט זיין ווייב פיל מער פון בלויז ליגן מיט איר פאר אייביג, ער גיט ער וואס איז וויכטיג, איר כבוד, איר צניעות, איר גאנצע לעבן! ארויסצוברענגן דאס, און טאקע ווען ס'איז מתוך כעס, ברענגט ארויס דאס שענסטע חלק פון די טיפ פון שלום.
שלום redeemed himself.
**
די לעצטע סצענע פון זיי זעצן זיך אראפ איז איינע פון די עטליכע פארשטעלונגן פון שולן דורכאוס די דורות און מוזיאון ישראל. דאכט זיך דע ספעציפיש איז נאכגעמאכט א שול פון איטאליע. כ'האב שוין באזוכט דארט און ס'קוקט אויס אז ס'איז געווארן געפילמט אינעם עכטע מוזיאון.
דרך אגב, כ'האב שוין דערמאנט די בוך "מיין נאמען אשר לב" בשייכות מיט עקיבא. אבער די ענדע איז ממש גענימען פון דארט, און נישט בלויז ווען אויף די טעלעוויזיע פרעגן זיי אויב דאס איז ישו וואס זייגט פון די מאמע. ס'יאז אן ארטיסט וואס מאלט א בילד פון זיינע טיפענישן אבער פארשעמט די עלטערן פאר די גאנצע גאס. די עלטערן קומען צו די גאלעריע און זעהן זיך דארט געשענדעט אויפן קרייץ.