מהפכות וואס האבן נישט געמאכט די העדדליינס כראוי.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

איך בין קאווע טרינקער, איינער געדענקט נאך? יא, איך לעב, בעל כרחך. איין ווארט נאר פאר איך הייב אן, נאר איין ווארט, ווייל ברוב דברים קען נתעורר ווערן די קשיא סיימתי דשבחיה דשש? – ממש נישט באשרייבליך די תוכן און די ארט פון יעדע פאדעמ'ל וואס אונזער שר וגדול איז מְשַזֵר מהנה ברוב טיבו וכשרונו.
וואס ברענגט מיך איצטער ארויס פון קבר איז זייער פשוט. ליידער, אזוי גייט די וועלט, אז העדליינס גדולות משכחות הקטנות, יעדען טאג איז דא פרישע נייעס, און אמאל קומט נישט אויס צו רעדן און באגריסען קלענערע נייעסן וואס וואלט באמת געפאסט מ'זאל פון דאס מאכן פאר די נושא פאר קינד און קיינד.
דאס מאל האט דער "פאור-באל" אזוי איבערגענומען די מענטשהייט, אז אפילו א זאך וואס וואלט ווען געזאלט נייעס אן איבעראשונג, אין פרידענסט צייטען, איז דאס מאל געקומען און געגאנגען אונטער דעם רעדער, ולא נודע.
יעצט אז די בהלה איז שוין פאריבער, דער עולם איז אויסגעוואקסען די זיסע חלומות, איז צייט צוריקצוקוקען אויף די פארגעסענע נייעסלעך פון די לעצטע פאר חדשים.
אונז לעבן אין א דור פון רדיפות, מ'לויפט, מ'איז נישט צופרידען מיט וואס מ'האט, מ'האלט אז ס'קומט זיך מער, און דאס וואס מ'באקומט שוין יא, נעמט מען נישט אויף מיט גענוג הכרת הטוב פאר דער וואס שטעלט עס אהער. דאס איז א כלל אין אסאך הינזיכטען, אבער ביותר שטעלט זיך ארויס דעם פראבלעם ביי אונזער כמעט-פארגעסענע נייעס.
צו דעם קען מען אויך צולייגן – ומכאן הקריאה יוצאת – מענטשן רעדן זיך כסדר אפ אויף די עשירים אונזערע אז זיי געבן נישט גענוג צדקה, אין די צייט וואס איז קלאר ווי טאג – ווען מ'פאסט ווען אויף די כמעט-פארגעסענע-נייעס'לעך – אז ס'נישט אזוי, אונזערע עשירים לאזן זיך קאסטען שווערע רבבות פאר די סאמע גאר וויכטיגסטע צרכי הכלל.
פון די אנדערע זייט, אויף רבנים און דיינים, הערט מען נאכאנאנד פארשידענע סארט קריטיק, פון די קלענסטע טענות ביז די גרעסטע קשיות – דאס איז אלץ א דירקעטע הוצאה פון נישט זיין באהאוואנעט אין די טאג טעגליכע אפעראציע פון איינע פון די גרעסטע רבנים בדורינו, א איד וואס איז מקיים פת במלח תאכל, אלץ כדי צו מזכה זיין אנדערע אידן מיט נוצבארע געצייג.
אנטשולדיג פאר שלעפן ביז אהער, אבער לדעתי וואלט די ערשיינונג פון נייע "ספר תהילים – עוז והדר" מהדורת פרידמאן, זיכערמאן, בערקאוויטש, געזאלט זיין די שיח ושיג סיי אין מקוה און סיי אין עזרת נשים. די מעלות פון די תהילים איז אומבארשרייבליך!! די אותיות זענען מנוקד, מופסק מיט קאממעס און פינטלעך. ועל כולם, בעפאר יעדע קאפיטל האבן די גאוני מכון עוז והדר מברר געווען פון צענדליגע מדרשים און כתבי ידות די פונקליכע היסטאריע און די מצב וואס האט געברעגנט קעניג דוד צו פארפאסן דעם זמר'ל, למשל פאר קאפיטל ג', שרייבן די חברי המכון "מזמור זה תיקן דוד בעת ברחו מפני אבשלום שמרד".
איך ווער נישט אזוי נתפעל פון די עצם ארבעט, נאר פון דעם חידוש אז עד שבא עוז והדר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו דרוקען דעם ספר תהילים מיט גרויסע אותיות, און נאך מיט נקודות! ממש א פלא, ס'מוז זיין אז מקום הניחו לו פארן נשיא המוסדות צו מזכה זיין כלל ישראל, בפרט בית יעקב אלו הנשים, מיט א תהילים מפואר עד מאוד!!

Under influence
- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 391
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
- האט שוין געלייקט: 1302 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל
Re: מהפכות וואס האבן נישט געמאכט די העדדליינס כראוי.
ממש אן אני ואפסו סינדראם, פון דרוקן יעדן ספר אויף צוויי הונדערט אופנים, נאכמאכן אלץ און אלעמען.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
און וויאזוי האב איך געקענט פארגעסען פון באגריסען די נייע "דברי יחזקאל - עוז והדר"!!! מנוקד!!! שוין יארן וואס לומדי תורה זענען זיך מייגע אויף יעדען עוקץ של איד אין ספה"ק דברי יחזקאל, וואס כידוע איז דאס גאר א שווערע ספר פאר קינדער אונטער 7, און מיידלעך העכער 8. אבער יעצט אז די דברי תורה איז מנוקד געווארן דורך די חברי מכון עוז והדר אין שפיץ פון הרב פאמעראנץ, און אונטער די השראה פונעם נשיא התורה, און בפרט אז די תורה'לעך זענען צוטיילט געווארן און עטליכע פאראגראפען, די קשיא, די מדרש, און די תירוץ, יעדע איינע מיט זיין כותרת ראשי און כותרת מן הצד, ממש א תורה מפוארה בכלי עוז והדר, - איז צום האפן אז די ספר וועט ווערן א נחלת הכלל, אדער גאר א נחלת הכולל, כולל דברי יחזקאל המנוקד!
Under influence
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך בין קאווע טרינקער, איינער געדענקט נאך? יא, איך לעב, בעל כרחך. איין ווארט נאר פאר איך הייב אן, נאר איין ווארט, ווייל ברוב דברים קען נתעורר ווערן די קשיא סיימתי דשבחיה דשש? – ממש נישט באשרייבליך די תוכן און די ארט פון יעדע פאדעמ'ל וואס אונזער שר וגדול איז מְשַזֵר מהנה ברוב טיבו וכשרונו.
ענדליך בין איך געקומען צו זיך פון גרויס שאק, אז אונזער אלטער לייב פון גרויס בריטאניע, הרב יונתן סאקס - עההמממ... כ'מיין [tag]קאווע טרינקער[/tag] - האט געעפנט זיינס א טיפישער אשכול, אבער האט משום סיבה דלא נודע למי - מחליט געווען מיך ארויפצוריקן אויפן אויבן אן פון זיין מאמר.
נו פרעג איך דיר: וואס'זשע טרייבן שפאס פון אן אלטער איד [קוק אויף מיין אוואטער], אים אויסצורעכענען אין איין אשכול צוזאמען מיט נשיא עוז והדר שליט"א? מי אני ומה אני? עפר אני תחת כפות רגליו פונעם נוטר הברית שוין ווייסעך וויפיל דורות ארויף, כעדות אביו הק' מטעמעשוואר.